Re: די נעט-פרי (NETFREE) פילטער
פרוביר דאס וואס @עפעס ווייסעך האט געלייגט דא viewtopic.php?p=5085922#p5085922 . עס נוצט דער זעלבער סארט סיסטעם ווי דער youtube-dl וואס זיי דערמאנען, סאו עס דארף צו ארבעטן, און עס איז א געשמאקע אינטערפעיס.שמעי' לאנדא האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 13, 2024 1:42 pmאיך ווייס נישט צי דא איז די ריכטיגע פלאץ צו פרעגן, אויב נישט ביטע צואווייזן.
נעטפרי אין זייער יוטוב פאליסי פעידזש ווייזט אן עטליכע אפציעס וויאזוי מ'קען דאונלאודן געעפנטע ווידיאוס. לאמיר נישט יעצט רעדן פון דעם אז די מערהייט פון זיי ארבעטן נישט, אבער די איין דאונלאודער מיט וואס כ'האב שוין יא געהאט א גוטע עקספיריענס, איז יעדע מאל ווי נאר כ'ענדיג עס נוצן ווערט עס וואונדערליך פארשוואונדן פונעם קאמפיוטער און כ'קען עס בשום אופן נישט טרעפן. יעדעס מאל כ'וויל עפעס דאונלאודן דארף איך עס אינסטאלירן פונדאסניי.
איינער ווייסט וואס איז פשט דערפון? (@קנאפער ידען?)
ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט