היות מען האט גערעדט אין אנדערע אשכול'ת וועגן מאכן שמחות אינדערהיים, נישט טרעפנדיג דא אויף אינזער וועלטל א אשכול דערוועגן במקום שאין איש עפען איך עס יעצט אויף
אמאל אינדערהיים האט מען אליין אנגעגרייט, סערווירט, און אראפגערוימט. און יעדער, אפילו נישט נאנטע משפחה געסט האבען צוגעהאלפן
אבסעלוטלי נישט. ווען איך מאך שלום זכור אינדערהיים קומט עס אויס היבש טייערער ווי אין ביהמ"ד. א סעודת ברית איז אויך היבש טייערער אינדערהיים און איך נעם נישט קיין וועיטערס.
אויב די זכר אינדרהיים איז געווען טייערער ווי אין שול איז עס ווייל די האסט אנגעגרייט אסאך מער בכמות ובאיכות ווי די שמש גרייט אן. אבער פארגעס נישט אז רוב שיריים פון די זכר קענסטו ניצן ביים וואכנאכט למשל ניסלעך טשוקלודס טשיפס ציגעמאכטע פלעשער משקה וכו. סא איז נישט טייערער ווי אים שול
אין לגבי א ברית סעודה אינדרהיים פארשטיי איך נישט ווי אזוי סקאסט אפילו נאנט צי די בערך $500 וואס די שמש בעט פאר 15 פארשענס. ווען איך האב עס געמאכט לעצטע מאל אינדרהיים האט עס מיר כמאט גארנישט געקאסט. איך האב אלעס געהאט אבריגע פון די וואכנאכט חוץ די פלייש אין בילקעס וואס מיין מאמע זאל געזונט זיין האט געמאכט