היינט איז א מורא'דיגע אנגעשטרענגטע טאג, די רבי וועט היינט גיין באזוכן אדמורי"ם ורבנים אין ירושלים עיה"ק, און אזוי אויך מוסדות עטה"ק, דא וועל איך ברענגען א באריכט פון היינט פארמיטאג ביז 3:30.
די רבי שליט"א האט היינט געדאווענט שחרית אין בית המדרש המפואר "אהל רחל", דערנאך איז געווען דריי ברית'ן ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, נאכן ברית איז די רבי אריבער צום מיידל שולע ווי די רבי האט גערעדט אפאר ווערטער פאר די מיידלעך, נאכדעם איז מען אנגעקומען צום ת"ת ווי דער רבי איז אריין אין יעדע כתה באזונדער און פארהערט די קינדער, פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום ת"ת דרכי שמואל עטה"ק באידיש (וואס דארט לערנען די אייניקלעך פון די ראש הכופרים שר"י) די רבי האט געמאכט א לחיים אין עס האט אויפגעטרעטן הרב שמואל שוב שליט"א, אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריבערגעגאנגען די ישיבה נזר התלמוד עטה"ק וואס איז בראשות הגה"צ ר' יוסף הירשלער שליט"א ווי די בחורים האבן אפגעווארט אידרויסן בשירה ובזמרה, פון דארט איז דער רבי אנגעקומען צום בנין פון מוסדות רמ"א ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך די ילדי הת"ת און די בחורי הישיבה די רבי האט געוואונטשען לחיים און עס האבן אויפגעטרעטן הרב ר' אהרן שמעיה שליט"א און הרה"ג ר' דוד גדלי פויגל שליט"א, דערנאך איז די רבי צוגעפארן אויף א באזוך ביי הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ר"י בריסק (דארט געפונט זיך די רבי יעצט 3:26)
ווייטערדיגע באריכטן וועלן נאכפאלגן...
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע (הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א) בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזןקליק דא
נאכן באזוך ביי בריסקע ר"י איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' יודל פישער שליט"א חבר הבד"ץ, דערנאך איז די רבי געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די מיידל שולע "בנות ירושלים" עטה"ק, פון דארט איז דער רבי צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, נאכדעם איז די רבי געגאנגען באזוכן הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהילות הפרושים בארה"ק, דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.
ווייטערדיגע באריכטן וועלן נאכפאלגן...
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע (הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א) בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזןקליק דא
היטשינער האט געשריבן:
א קורצע באריכט פון די לעצטע צוויי שעה:
נאכן באזוך ביי בריסקע ר"י איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' יודל פישער שליט"א חבר הבד"ץ, דערנאך איז די רבי געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די מיידל שולע "בנות ירושלים" עטה"ק, פון דארט איז דער רבי צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, נאכדעם איז די רבי געגאנגען באזוכן הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהילות הפרושים בארה"ק, דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.
WhatsApp Image 2019-11-27 at 10.22.14 AM (1).jpeg (231.66 KiB) געזען 6351 מאל
איך הער נישט האט געשריבן:
א הערליכע און זעלטן התרגשותדיגע קבלת פנים איז פארגעקימען און תלמוד תורה תפארת יעקב פון די ליטווישע בני תורה. די קליפ ווי די הינדערטער קינדער זענען מקבל און לעבעדיגע טענץ אויפן באקאנטן ניגון ווען משיח וועט קימען.. דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה איז גאר רירענד
אגב, סקען זיין אינטרעסאנט פאר די יוצאי ישיבת מיר, אייניקליך פון הגאון ר' אשר אריאלי שליט"א לערנען אין דעם ת"ת. ללמדך וואס פאר א סארט 'מסלתה ומשמנה' פונעם ישיב'ישן ציבור מען שטיצט דא.

הרב יושב, סאיז ריכטיג?
ריכטיג, סאיז פשוט אזוי, אז אין איכות איז דאס די ציבור מיט די גרעסטע איכות. איך האב שוין געשריבען אז כמעט און יעדער משפחה חלק פון משפחה איז פון ציבור בני תורה. דרך אגב, דעם נאמען תפארת יעקב האט גגעבען מרן הגרש זצ"ל אויף די נאמען פון בעל קהילות יעקב זיע"א - דעם סטייפלער. מרן הגר"ש איז געווען זייער נאענט ביים סטייפלער, אין הקדמה פון דרכי שמואל על מסכת אהלות, האט געשריבן ר' שמואל מורידיקע הגדרות וועגן סטייפלער. א אינטרעסאנטע מעשה ווען א אייניקל פון סטייפלער האט געקומען פרעגען מרן הגר"ש אז ער וייל אז זיינע קינדער זאלען לערנען אין די חיידר תפארת יעקב אבער אין זיין משפחה האט ער א ביסל התנגדות האט מרן זצ"ל גענפערט מיט אמוירידיקע זאג: סי קומט נישט דעם סטייפלער א ביסל אידישע נאחעס..?!
גאר אן אינטערסאנט'ער באזוך ביי הגאון הפוסק רבי עזריאל שליט"א הגר"ע האט פארגעלייגט פלענער פון עפענען א רשת כוללים עטה"ק - גאר אן אסטראנאמישער אונטרנעמונג. רבותי דאס 'סאטמאר - בני תורה' שידוך איז עולה יפה.
שמעתי פון א ידיד וואס געהערט זיך אן אהין, רבי שמואל ז"ל האט ביי א געלעגנהייט געזאגט: "אויפצושטעלן מוסדות עטה"ק אויף אזא גרויסע פארנעם פאדערט זיך א נס גלוי משמים, אבער אויב וועט זיך סאטמאר רבי צושטעלן, וועט זיין גענוג א נס נסתר"