צום פינטל.
דעם שרייבער'ס געשריי דארף אפהילכן אין די גאנצע וועלט. ווער ווייסט וויפיל דורות מ'קען ראטעווען מיט א גוט ווארט פאר'ן צווייטן.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
מאי שנא האט געשריבן:
צום פינטל.
דעם שרייבער'ס געשריי דארף אפהילכן אין די גאנצע וועלט. ווער ווייסט וויפיל דורות מ'קען ראטעווען מיט א גוט ווארט פאר'ן צווייטן.
דרייטצעך האט געשריבן:מאי שנא האט געשריבן:
צום פינטל.
דעם שרייבער'ס געשריי דארף אפהילכן אין די גאנצע וועלט. ווער ווייסט וויפיל דורות מ'קען ראטעווען מיט א גוט ווארט פאר'ן צווייטן.
די ערשטע קענט איר אנהייבן מיט זיך - היינט האט איר שוין געגעבן א גוט ווארט פאר א צווייטן?
נאכדעם קען מען גיין צו יענעם...
איך האב שוין גראדע היינט 2 מאל...
לייקוס האט געשריבן: גם אני בחלומי,
איך בין אויפגעוואקסען און א פלאץ וואו מהאט בכלל נישט גערעדט פון ר׳ שייעלע, איך האב געוואוסט פון די מייז און עפעס מופתים,
ווען די פרעס טרענד איז אריין און די סיסטעם,האט עס מיר ממש געקעלט,וואס איז דאס עסן לכבוד ר שייעלע.
למעשה האט מיר א חבר אמאל געשלעפט קיין קערעסטיר,זייענדיג דארט באמצע הלילה אינעם מלוה מלכה שטוב האב איך מיך פארליינט אינעם מופת הדור,און אינעם אלטען רויטען מי באר ישיעהו,וואס איך האב געקויפט יארען צוריק ביי ר ….זאקס פאטער פונעם דיין.
און פלוצלינג האט אריינגעפלאסען און מיר אזא הצצה,
די עבודה פון ר׳ שייעלע ועוד צדיקים אי געווען צוזיין תמיד און וועלט פון געבען פאר יודישע קינדער,
די גרעסטע שטער פון התקרבות אל הקדושה איז די אייגענע ישות,און די גרעסטע פראבלעם איז, אז אויב א מענטש איז זיך טאקע מקדש ומטהר מיט א גרויסע עבודה,וואקסטיך זיין יישות אוכט,
ר׳ שייעלעס עבודה איז געווען צו באהאלטען אינגאנצען זיין עבודה, כידוע איז נישט געווען דארט קיין תורה זאגען, מהאט עם קיינמאל נישט געזעען לערנען, כידוע די מעשה וואו ער האט געזאגט ״שייע קען נישט לערנען״ ,די דאווענען איז אוכט געווען גאר גאר באהאלטען ביי עם,ער האט געזאגט גאר שטיל די ווערטער,
באופן וואס די מהותו הנגלה איז געווען נאר דא צו טיילען און גוט מאכען,און ווארעם מאכען אנדערע יודען,און זיך זארגען אז זיי זאלען שפירען א לעכטיגע ווארימקייט.
טיילען עסן פאר יודען איז אופן פון אויסשפרייטען קדושה,דורכען טיילען און געבען ווער א התקרבות פונעם מקבל צום נותן,און אויף דעם אופן האט ער געברענגט יודען נענטער צום אויבערשטען.
יעדער ווייסט די מעשה פון די יונגען וואס האט מער נישט געקענט עסן קיין טריפה נאכען עסן א שטיקעל קיגעל,און פון די יודען וואס זענען ליידער אנגעקומען אינמיטען שבת מיט די וואגען און ר שייעלע האט זיי געגבען עסן,און זיי מקרב געווען אגאנץ שבת,און זיי אנגעוואונטשען און זיי צוריק געברענגט צו שמירת שבת.
און לכאורה די סיבה וואס ציעט מענטשען וואו א מאגנאט צו דעם ציון איז די בענקשאפט און די תשוקה צו אזא צדיק,
און א דור וואס איז ליידער דא אזויפיל ריחוק, מענטשען שפירען זיך אזוי דער ווייטערט, מקוק אראפ אויף זיך און מקוקט אראפ אויף אנדערע.
און ממילא שפירט מען זיך וואו א שטיק גארנישט.
און אזא דור דראפענען זיך יודען אויף ר שייעלעס טיר.
איעדע יוד האט געהאט דארט א פלאץ, און ר שייעלע האט פארשטאנען יעדעם,און סובל געווען יעדעם,
וואו באקאנט פלעגען קומען דארט און די שפעטערע יארען גרויסע שישקעס פון די נאלאגישע יודען, און אין די זעלבע צייט האטסיך געדרייט דארט קרעציגע און צורודירטע פארשוינען און די שטוב מענטשען האבען מורא געהאט אז סוועט שלעכט אויסמאכען,אבער א שייעלע האט געזאגט אז ער פארמאכט די גאנצע קאך אויב שיקט מען מענטשען.
זיין עבודה איז געווען סבלנות עד הסוף,איעדע יוד האט א פלאץ ביי עם, אפילו אזאנע וואס זענען געווען ווילד צו עם אליינס.
אונז אלע בענקען און זענען משתוקק זיך צוקענען צוריקקעקען אל הקדושה,דורך צדיקים וואס זענען דא לאוקמיה שכינתה מעפרה,דורך צדיקים וואס זעען די קדושה פון יעדע יוד און זענען סובל איעדע יוד און ברענגען יעדע יוד צוביסלעך נענטער אל הקדושה.
צהלתו בפניו האט געשריבן: לגבי דעם ענין האב איך געהערט א קלוג ווארט
דער מצות היום איז נישט צו "עסן" - נאר צו "געבן צו עסן" ודפח"ח
וואס איז די סתירה? מיינסט טאקע אז מיט די פת שחרית האט ער געמיינט ר' ישעי'לע?אלט געזעסענער האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 24, 2023 8:47 amעס איז דא איד וואס איך ווייס אז ער האט בא'עוולט (בדיני ממונות) אן אייניקעל פון ר' ישעי'לע, איך קום היינט אריין אין ביהמ"ד נישט מער און נישט ווייניגער דער איד האט מנדב געווען א פת שחרית לע"נ דעם צדיק
און האסט נישט טועם געווען פון זיין עסן ?אלט געזעסענער האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 24, 2023 8:47 amעס איז דא איד וואס איך ווייס אז ער האט בא'עוולט (בדיני ממונות) אן אייניקעל פון ר' ישעי'לע, איך קום היינט אריין אין ביהמ"ד נישט מער און נישט ווייניגער דער איד האט מנדב געווען א פת שחרית לע"נ דעם צדיק
זאגסט א נקודה. ווען מ'גיבט פאר פסח פארשטייט יעדער די יונגערמאן טוט א חסד גיט 'בריייט' צו עסן פאר אידן, דא ווען ער טוט א חסד און גיבט ברייט צו עסן ווערט עס א פראבלעם!? פארוואס ווייל ער טוט עס לע''נ א צדיק וואס פועלט ישועות???? און אפשר וועט אים דער צדיק וואס פלעגט דאס טון אינזין האבן.בארג קריכער האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 24, 2023 9:13 amמקען שוין סטאפן צו העיטן, דער עולם האט שוין באקומען דעם מעסעדש און מזעהט טאקע ווי זאכן ווערן נארמאלער.
אז א איד פילט אז ער וויל געבן תיקון/פרישטאג אשרי לו.
ווען מגעט פרישטאג פאר פסח איז יעדער צופרידן היינט זיי אויך צופרידן און האב טאקע אינזין לעילו נשמת.
יאכלו ענוים וישבעו
אמתצל עובר האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 24, 2023 8:51 amדי לעצטערע יארן איז דא א שטארקע אכשר דרא, אז אנשטאט צו געבן איבעריגע עסן פאר אידן וואס האבן, פארבינדט מען זיך מיט גראסערייען און מען סווייפט קארטלעך פאר נצרכים, נאך אביסל זעהט אויס וועט שוין דער אשכול זיין נול ענד וואויד.
מאכן סתם א תיקון אזוי ווי פאר אנדערע צדיקים איז דאך אודאי יא אן ענין.
עוסק זיין און אכילה הייסט ביי מיר פרעס.