רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?
און מען זעהט טאקע ווי אידן זעהן אותות ומפותים אפילו ביי צדיקים פון לעצטע 100 יאר צו פון גיין צו זייער ציון, אדער מתפלל זיין בזכותם וכו'.
צווישן די שטערקסטע האט זיך אין די לעצטערע יארן פארשפרייט די נאמען פון הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר זי"ע, ווי ביי זיין ציון, אדער פון דערווייט, אדער ביי זיין ברידער'ס ציון, בלויז פון דערמאנען זיין נאמען, זיין מימרא, צו לייגן א בילד, זעהט מען ממש אפענע זאכן, בעל שמ'סקע מעשיות, און ב"ה עס ברענגט אריין אמונה אין כלל ישראל.
אבער שוין שטיק צייט וואס איך שפיר אז דער נאמען פונעם צדיק הייבט אן צו ווערן א ליצנות, איך בין נישט געווען זיכער דערון, אבער אזא געפיל האב איך געהאט, היינט זעהנדיג די בייגעלייטע בילדער פונעם לעצטן קאנסטראקשן שאו האב איך אנגעהויבן צו קלערן אז יש דברים בגו, און איך וויל הערן דעם דעת הקהל אין דעם ענין.
וואס מיינט היימיש? היימיש!