השגחה פאר לייען מאטריאל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע:ביים ברעטל

השגחה פאר לייען מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעטל »

א שינוי לטובה האט זיך דערקענט אין די מאגאזין אויסלאגע, ווען מען האט אנגעהויבן אין געוויסע אויסגאבעס - בעיקר קינדער אויסגאבעס - ארויסצושטעלן נעמען פון רעספעקטירטע און חשוב'ע אידן וועלכע געבן זייער ווארט אז עס איז ראוי אריינצוברענגען אט די אויסגאבע אין אידישע שטיבער. 'קינדערלעך' האט ארויסגעשטעלט א אפיציעלער השגחה פון א רב, אין די צייט וואס 'קינדליין' האט ארויסגעלייגט א ליסטע מיט זייערע מחנכים.

אויב געדענק איך גוט, איז דער פיאנער פון אידישע השגחות אויף לייען מאטריאל געווען "יפה בעתו", פון דער באקאנטער ידען נפלא הרב יוסף פרץ הלוי ביללער הי"ו פון מאנסי. ער האט נישט געהאט קיין השגחה, אבער דא דארט האט ער אין די צווייטע ווערסיע פון זיין אויסגאבע "דבר בעטו" געהאט הסכמות. יעדער וואס האט עס גענומען אין די האנט האט באלד געזען אז דאס איז עפעס וואס איז ראוי לעלות על שלחן מלכים.

די צווייטע מאגאזין וואס האט גענומען א השגחה איז געווען "דער שטערן" און "די שפאקטיוו" פון דער באקאנטער שריפטשעלער ר' שמעון ראלניצקי, וועלכע האט נאכן באקומען קריטיק אז זיי סערווירן די גוי'אישע גאס אין א געשמאקן אידיש אויף א ציענדער פארנעם, אנגעהויבן צו לייגן א זיגל פון 'וועד לפיקוח חומר קריאה', וואס איז אנגעגאנגען פאר א שיינע פאר יאר, ביז עס האט זיך ענדגילטיג געענדיגט.

אינטערעסאנט איז צו באמערקן, אז ביידע פריער דערמאנטע אויגאבעס - כאטש וואס זיי זענען געווען כרחוק מזרח ממערב - האבן געהאט די זעלבע אייגענשאפט, אז עס איז ארויסגעקומען נאכן געשריבן ווערן דורך איין איינציגער מענטש, און נישט דורך א קאלירפולע שטאב פון שרייבער. ביידע האבן געהאט גאסט שרייבער אויך, אבער לכתחלה איז עס געווען אזוי אויסגעשטעלט.

דערווייל זענען אויסגאבעס געקומען און געגאנגען. עס איז דאן ערשינען א סעריע פון אויסגאבעס בערך 10 יאר צוריק, ארויסגעגעבן דורך חסידי'שע הויפן, א שטייגער ווי שערי ציון - באבוב; אורות - שיכון סקווירא; אור הצפון - בעלזא; דער אוצר - סאטמאר; אוצרות - סאטמאר, און אזוי ווייטער.

קיינער פון זיי האט נישט געהאט קיין אפיציעלע השגחה, אבער איז געווען אונטער א קהלה, וואס דאס זעלבסט מיינט מער אחריות, כאטש וואס די ראשי קהלה זעלבסט האבן גארנישט געהאט דערמיט. די צווייטע גרויסע אויפטוה וואס דאס האט געהאט, איז געווען אז 80% ארטיקלען זענען געשריבן געווארן מיט די נעמען פון די שרייבער, נישט מיט קיין פאלשע ניק-נעמען אזוי ווי עס איז געווען דער סטאנדארט ביז אהין.

שפעטער איז אנגעקומען קינדליין וועלכע איז געגאנגען א שטאפל ווייטער, די אויסגאבע ווערט ארויסגעגעבן און געפירט דורך מחנכים, וואס האבן געצייגט אז חינוך מיט געשמאק איז נישט קיין סתירה... דארט איז ווייטער אלעס עכטע נעמען, כאטש וואס זיי האבן נישט גענומען קיין אפיציעלע 'השגחה' פון קיינעם, נאר עס ווערט איבערגעקוקט דורך רעספעקטירטע און חשוב'ע אידן וואס דער היימישער עולם קען און האט אין זיי צוטרוי.

דאס האט שפעטער געברענגט אז פילע אנדערע אויסגאבעס א שטייגער ווי די מאמענט, אינטערעסאנט, און די לעצטיגע יסודות, זאל האבן כאטש טייל פון די ארטיקל אונטער עכטע נעמען, און עס איז נישט אינגאנצן מיט פאלשע נעמען אזוי ווי מ'זעט אין דער איד און אין דער בלאט, אויך טיילווייז אין די צייטונג.

אסאך איז שוין אויסגעשמועסט געווארן דא אויפן וועלטל איבער די נושא פון השגחות פאר לייען מאטריאל. עס איז וויכטיג צו וויסן אז מען טאר נישט אלעס ליינען, אפילו אויב ס'איז געדרוקט אין אידיש. די שאלה איז וואס יא און וואס נישט.

ווען איך גיי אריין אין געשעפט און איך זעה פילע שאפעס מיט סחורה, קען איך קויפן שאקאלאדע פון התאחדות הרבנים, וואלאווע, עדה החרדית, חוג חתם סופר, רבנות הראשית לישראל, הרב מחפוד, הרב שלמה קרח, און די או. יו.

אלעס האט א הכשר, אבער יעדער האט זיך זיינע פרינציפן וואס מען נעמט יא אריין אין שטוב, און וואס נישט. די זעלבע דארף ווען צו זיין ביי אויסגאבעס, עס וואלט געווען א גוטע זאך ווען ס'איז דא א סטאנדארט פון השגחות אויף די מאגאזינען, און יעדער זאל האבן זיינע גדרים וועמענ'ס השגחה ער וויל יא און וועמענ'ס נישט.

למעשה אבער איז פארהאנען דא עטליכע פראבלעמען. קודם כל, נישט יעדער רב וואס קען ענטפערן שאלות, וועט קענען געבן א השגחה אויף לייען מאטריאל, פונקט ווי נישט יעדער רב קען געבן א זיגל פאר א מאכל, וויבאלד מען דארף זיין אויסגעקאכט און קענען גוט די נושא. שרייבערס, און בפרט די גוטע חברה, ווייסן ווי אזוי אריינצושווערצן מעסעדזשעס צווישן די שורות, און בעיקר מיט השקפה זאכן, אויף וואס מען כאפט אליין נישט. מען דארף זיין א רב א בר דעת, א מבין דבר מתוך דבר, און א מבין אויף די היינטיגע סארט שפראך.

די היינטיגע שפראך איז - א דאנק מאמענט - געווארן מער כדבר איש אל אחיו און נישט ווי די אמאליגע סארט שרייב ארבעט וואס האט אויסגעזען ווי געשריבן דורך פראפעסארן מיט א דיקע ווערטערבוך וואס מען האט געטראפן ערגעץ אונטער די הרי החושך. דאס מיינט אבער נישט אז ווייל די שפראך איז אנדערש, איז עס שוין אפגעפרעגט, כאטש וואס גענוג עלטערע מענטשן, אנגעהויבן פון מיטליעריגע און ארויף, קרעכצן אויף 'די היינטיגע שרייבערלעך'.

די פאקט אז אן ארטיקל ווערט געשריבן אונטער די עכטע נאמען, איז א גרויסע מעלה, און א שטיקל השגחה אויך, פאר צוויי סיבות.

א' - דער שרייבער ווייסט אז אויב שרייבט ער עפעס וואס טויג נישט, וועט ער ווערן אטאקירט אין פנים פאר דעם, און ער וועט זיך מוזן פארענטפערן און מעגליך טראגן קאנסעקווענצן, דערפאר טראכט ער צוויי מאל וואס און ווי אזוי ער שרייבט.

ב' - די ליינער ווייסן ווער דער שרייבער איז, און קענען אליין באשליסן צו ער איז אין זייערע אויגן גענוג רעספעקטפול און אויסגעהאלטן לויט זיין סטאנדארט. איך ווייס פון א איד וואס האט א גדר נישט צו ליינען ארטיקלען פון שרייבער וואס האלטן זייער סמארטפאון ברבים, וכו'. ממילא איז דאס א שטיקל בליק פארן ליינער, צו באשליסן וואס ער וויל יא ליינען און וואס נישט.

ווי איך האלט, דארף מען מאכן אזא סארט השגחה, פון א רב מיט עטליכע מבינים אלס קאמיטע, וואס זאלן גרינדן א השגחה פאר לייען מאטריאל, און דאס זאל זיין געשטיצט דורך אדמור"ים ורבנים. די השגחה זאל האבן משגיחים אויף השקפה, שפראך, תוכן וכו'.

און עס זאל זיין סוגים. לאמיר זאגן אז איין אויסגאבע איז 100% סיי מיט השקפה, סיי מיט ידיעות, סיי מיט תוכן, זאל עס באקומען א "א' א'" - און אזוי אראפשטעלן סטאנדארטן. פארשטענדליך, אז א אויסגאבע וואס האט סיי וועלכע ערנסטע פראבלעם, וועט זיך דארפן ספראווען מיט א "הוסרה ההשגחה"...

מענטשן וועלן וויסן אז ער קויפט נאר "א' א'" און "א'" אבער נישט קיין "ב'" - וואס איז אויסגעהאלטן אבער אביסל סעקולאר. דהיינו עס שטייט נישט דארט קיין שום זאך מיט א פראבלעם, נאר געוויסע האלטן אז צו האבן אזא סארט אויסגאבע אין שטוב איז א שטיקל נחות דרגא מאיזה סיבה שהוא.

דאס איז בקיצור מיין מיינונג, די שאלה איז צו די רבנים און רעדאקטארן זענען אויך מסכים...
לעצט פארראכטן דורך ברעטל אום פרייטאג יוני 14, 2019 11:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

האסט נישט דערמאנט דעם נאמען פון די איינציגסטע אויסגאבע וואס האט היינט א הכשר פון א רב - קינדערליך.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4383
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

אין וואס איז מיט די מעלות (גייט שוין אן פאר יארן )
אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע:ביים ברעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעטל »

איך בין נישט דא אויסצושמועסן אויסגאבעס, נאר די השגחה פאר די אויסגאבעס, ואטו כי רוכלא וכו'.

וואס זאגט דער ציבור צום עצם רעיון?
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

ברעטל האט געשריבן: איך בין נישט דא אויסצושמועסן אויסגאבעס, נאר די השגחה פאר די אויסגאבעס, ואטו כי רוכלא וכו'.

וואס זאגט דער ציבור צום עצם רעיון?

א השגחה אויף אן אויסגאבע איז מיר נישט מעלה ומוריד ודי. א אויסגאבע וואס איך זעה אז ס'איז אויסגעהאלטן פאר מיין שטוב לפי מסורת אבותינו ורבותינו נעם איך אריין.

כ'האף אז דו פארשטייסט אליין אז אן אויסגאבע וואס פאוקט אויס גרויסע זינגערס מיט לעבעדיגע מענטשן קען האבן די הכשר פונעם גרעסטן צדיק און ס'איז גארנישט ווערד.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

די ליצנות איז גרויס ווייל יעדער ווייסט (אדער אפשר נישט) ווער די ""רבנים"" זענען
איינער פירט א האום און איינער איז א מסדר גיטין,
קייין איין רב קוקט נישט אדורך יעדע שורה און געט א הסכמה
(בכלל היינטיגע צייטן דארפן שוין די רבנים אליינס א הסכמה........... און יעדער פאר זיך איז מחליט --- לויט ווי ער געהערט --- וועלכע רב איז כשר און ווער נישט LOL)
מען טוט עס בערך אזוי ווי א השגחה אויף עסן מען קומט און מען גייט, מען קוקט דא און דארט, מען פארלאזט זיך אויף די חזקת כשרות פון די שרייבער
לדעתי דארף יעדער אליינס וויסן וואס ער ברענגט אריין אין שטוב, היינט איז שוין א אפענע וועלט און אויב א מעגעזין (ווי מאמענט) וועט לאזן פאלן א ווארט וואס שמעקט מיט השכלה וועלן זיי פארשריגן ווערן אדער דא אויף אייוועלט אדער מיט אנדערע מיטלען,
די מאדנע גדרים פון האלטן סמארטפאון ברבים אדער ביחידות איז נישט פאר דא, איך קען א איד וואס קוקט נישט אריין אין אויסגאבע וואס א איד וואס האלט שומרים קארטלעך ברבים שרייבט, ס'טע געהערט אמאסע, דאס איז נישט פאר מיר,
די פאקט אז די לעצטערע יארן איז מען מער מיקל איבער השגחות אויף היימישע אויסגאבעס (ד"ה וואס היימישע אידן פון אונזער חדר שרייבן) און עס יאווען זיך מעגעזינס ווי שוואמען נאכען רעגן ואין פוצה פה, דאס איז שוין ליידער פון די קליינע עבירות אין היינטיגען דור........
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

ברעטל האט געשריבן: די צווייטע מאגאזין וואס האט גענומען א השגחה איז געווען "דער שטערן" און "די שפאקטיוו" פון דער באקאנטער שריפטשעלער ר' שמעון ראלניצקי, וועלכע האט נאכן באקומען קריטיק אז זיי סערווירן די גוי'אישע גאס אין א געשמאקן אידיש אויף א ציענדער פארנעם, אנגעהויבן צו לייגן א זיגל פון 'וועד לפיקוח חומר קריאה', וואס איז אנגעגאנגען פאר א שיינע פאר יאר, ביז עס האט זיך ענדגילטיג געענדיגט.


א וועד אן א נאמען פון א רב האט נישט קיין סאך ווערט

ברעטל האט געשריבן: די פאקט אז אן ארטיקל ווערט געשריבן אונטער די עכטע נאמען, איז א גרויסע מעלה...


שמעתי פעם אז די anonymity פון די וועב איז די טעם פארוואס אין אונזער וועלטל איז דא א געוואלד מיט גוטע שרייבערס משא"כ אין דו אויסגאבעס איז דא וויינעגער. בדרך אפשר
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: די ליצנות איז גרויס ווייל יעדער ווייסט (אדער אפשר נישט) ווער די ""רבנים"" זענען
איינער פירט א האום און איינער איז א מסדר גיטין,
קייין איין רב קוקט נישט אדורך יעדע שורה און געט א הסכמה
(בכלל היינטיגע צייטן דארפן שוין די רבנים אליינס א הסכמה........... און יעדער פאר זיך איז מחליט --- לויט ווי ער געהערט --- וועלכע רב איז כשר און ווער נישט LOL)
מען טוט עס בערך אזוי ווי א השגחה אויף עסן מען קומט און מען גייט, מען קוקט דא און דארט, מען פארלאזט זיך אויף די חזקת כשרות פון די שרייבער
לדעתי דארף יעדער אליינס וויסן וואס ער ברענגט אריין אין שטוב, היינט איז שוין א אפענע וועלט און אויב א מעגעזין (ווי מאמענט) וועט לאזן פאלן א ווארט וואס שמעקט מיט השכלה וועלן זיי פארשריגן ווערן אדער דא אויף אייוועלט אדער מיט אנדערע מיטלען,
די מאדנע גדרים פון האלטן סמארטפאון ברבים אדער ביחידות איז נישט פאר דא, איך קען א איד וואס קוקט נישט אריין אין אויסגאבע וואס א איד וואס האלט שומרים קארטלעך ברבים שרייבט, ס'טע געהערט אמאסע, דאס איז נישט פאר מיר,
די פאקט אז די לעצטערע יארן איז מען מער מיקל איבער השגחות אויף היימישע אויסגאבעס (ד"ה וואס היימישע אידן פון אונזער חדר שרייבן) און עס יאווען זיך מעגעזינס ווי שוואמען נאכען רעגן ואין פוצה פה, דאס איז שוין ליידער פון די קליינע עבירות אין היינטיגען דור........

;l;p-זייער שיין געשריבן אבער דיין פוינט מיט די סמארטפון האב איך נישט פארשטאנען.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

גלייבט זיך שווער אז אזא זאך וועט אמאל צושטאנד קומען. יעדע אויסגאבע האט זיך סייווי זיין שניט און ס'קומט אן צו שטיבער וואס ווילן עס, און בלייבט אינדערויסן פון שטיבער וואס ווילן עס נישט, א השגחה מאכט נישט אויס, סה"כ גייט עס סתם זיין נאך א הוצאה פאר די ארויסגעבער...

אבער אז ס'געלונגט שוין יא צו צוזאמען ברענגען אלע אויסגאבעס פאר א הכשר, וועט עס לכאורה האבן אזא סוף ווי דער דא
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

די גאנצע אידדיע איז קעגן די וועלט היינט. עס איז פונק פארקערט, עס איז דא א שטרענגע תקנה אז איעדע רב דארף האבן א שטארקע הסכמה פון א צייטונג. אז נישט אז איז זיין דעת תורה גארנישט ווערט.
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

Tahares hakodesh האט געשריבן: די גאנצע אידדיע איז קעגן די וועלט היינט. עס איז פונק פארקערט, עס איז דא א שטרענגע תקנה אז איעדע רב דארף האבן א שטארקע הסכמה פון א צייטונג. אז נישט אז איז זיין דעת תורה גארנישט ווערט.

;l;p-;l;p-;l;p-
גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא רבא »

Tahares hakodesh האט געשריבן: די גאנצע אידדיע איז קעגן די וועלט היינט. עס איז פונק פארקערט, עס איז דא א שטרענגע תקנה אז איעדע רב דארף האבן א שטארקע הסכמה פון א צייטונג. אז נישט אז איז זיין דעת תורה גארנישט ווערט.

שמור לי ואשמור לך
בויער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 04, 2018 7:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויער »

ברעטל האט געשריבן:
אויב געדענק איך גוט, איז דער פיאנער פון אידישע השגחות אויף לייען מאטריאל געווען "יפה בעתו", פון דער באקאנטער ידען נפלא הרב יוסף פרץ הלוי ביללער הי"ו פון מאנסי. ער האט נישט געהאט קיין השגחה, אבער דא דארט האט ער אין די צווייטע ווערסיע פון זיין אויסגאבע "דבר בעטו" געהאט הסכמות. יעדער וואס האט עס גענומען אין די האנט האט באלד געזען אז דאס איז עפעס וואס איז ראוי לעלות על שלחן מלכים.

די צווייטע מאגאזין וואס האט גענומען א השגחה איז געווען "דער שטערן" און "די שפאקטיוו" פון דער באקאנטער שריפטשעלער ר' שמעון ראלניצקי, וועלכע האט נאכן באקומען קריטיק אז זיי סערווירן די גוי'אישע גאס אין א געשמאקן אידיש אויף א ציענדער פארנעם, אנגעהויבן צו לייגן א זיגל פון 'וועד לפיקוח חומר קריאה', וואס איז אנגעגאנגען פאר א שיינע פאר יאר, ביז עס האט זיך ענדגילטיג געענדיגט.


דאס איז בקיצור מיין מיינונג, די שאלה איז צו די רבנים און רעדאקטארן זענען אויך מסכים...


איך ווייס נישט אויב יפה בעתו האט אמאל געהאט א הסכמה. אויב קוקט מען אויף סאמע ערשטע הסכמה, איז לכאורה דער שטערן געווען דער ערשטער, אבער דו ווייסט גאנץ גוט אז מען קען עס נישט רעכענען, ער האט גענומען עפעס א וועד פון נעמען וואס מענטשן קענען נישט.
די 'קינדערליך' מאגאזין האט למעשה געטון א שריט וואס קיינער האט נאכנישט געטון, זיי האבן גענומען א [גאנץ] באקאנטע רב, (איך וואוין אין מאנסי, און ער איז פון די היבש באקאנטע רבנים דא)

ווידער קינדליין האט סך הכל ארויסגעלייגט א ליסטע פון נעמען פון זייערע שרייבער, וואס איז ווייטער נישט באקאנטע חברה, די פוינט פון א השגחה איז, אז דו נעמסט אויף איינער פונדרויסן מיט א דעת תורה, זאל זיין דער 'מבקר', אין ארץ ישראל האבן עס אלע אויסגאבעס

וואס וועט זיין למעשה? עס איז שווער צו וויסן וויאזוי עס וועט זיך אויסקאכן, אבער אויב עס וועט זיך איינגעבן, דאן וועט מען צוריקקוקן אויף קינדערליך וואס איז געווען דער ערשטער מיט א געהעריגע הכשר

איך פערזענליך האלט אז עס גייט זיך נישט איינגעבן און קיינער וועט נישט נאכטון מיט נעמען א הכשר
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז א רב וועט יעדע וואך דורכקוקן א אויסגאבע פון בלעטל צו בלעטל. צו א אויסגאבע איז אויסגעהאלטן אדער נישט קען יעדער נערמאלער מענטש אליינס זעהן.
עס איז אנדערש ווי א השגחה אויף עסן וואס מען פראדעצירט דאס אין א פריוואטע קאמפעני ווי נישט יעדער האט די מעגליכקייט אראפצוגיין אהין און נישט יעדער קען די הלכות ממילא שיקט מען א שליח די רב המכשיר וואס קען די הלכות, אן אויסגאבע וואס יעדער ליינט און עס איז אפן פאר יעדן צו זעהן וואס דארט שטייט איז אינגאנצן אן אנדערע מציאות. (די הסכמה אויף קינדערלעך קוקט מיר אויס ווי נישט מער ווי א שטעך קעגן קינדליין ווי צו ווייזן קוק איך בין פרום, די מיסט מיר נאכמאכן)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עפל קאמפאוט האט געשריבן: (די הסכמה אויף קינדערלעך קוקט מיר אויס ווי נישט מער ווי א שטעך קעגן קינדליין ווי צו ווייזן קוק איך בין פרום, די מיסט מיר נאכמאכן)

די עפעל קאמפאט רעדט "צום טעם", געטראכט דאס זעלביגע ודי
בויער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 04, 2018 7:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויער »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן: (די הסכמה אויף קינדערלעך קוקט מיר אויס ווי נישט מער ווי א שטעך קעגן קינדליין ווי צו ווייזן קוק איך בין פרום, די מיסט מיר נאכמאכן)



דאך פשוט אזוי, אבער למעשה האבן זיי געטון א גוטע זאך, דאס גופא איז די מעלה פון קאמפיטישאן
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ברעטל האט געשריבן: אויב געדענק איך גוט, איז דער פיאנער פון אידישע השגחות אויף לייען מאטריאל געווען "יפה בעתו", פון דער באקאנטער ידען נפלא הרב יוסף פרץ הלוי ביללער הי"ו פון מאנסי. ער האט נישט געהאט קיין השגחה

איך ווייס נישט פון וועלכע "יפה בעתו" איר רעדט, אבער די "יפה בעתו" (יא, מיטן ת') פון ר' יוסף פרץ, האט געהאט די הסכמה פונעם שר המסכים בדורו, הגה"צ ר' משה הלברשטאם זצ"ל. די הסכמה איז פראמינענט ערשינען אויפן צווייטן זייט פון "יעדע" יפה בעתו אויסגאבע, פונעם ערשטן ביזן לעצטן. כאפט'זשע ביטע א בליק.

און מען רעדט פון א שיינע הערליכע הסכמה, וואס די גאנצע נוסח, מליצותיה וגימטריותיה, איז געשריבן געווארן דורך אן אמת'ן גאון וצדיק.
אוועטאר
שרעבי
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרעבי »

בויער האט געשריבן:
ברעטל האט געשריבן:
דאס איז בקיצור מיין מיינונג, די שאלה איז צו די רבנים און רעדאקטארן זענען אויך מסכים...



ווידער קינדליין האט סך הכל ארויסגעלייגט א ליסטע פון נעמען פון זייערע שרייבער , וואס איז ווייטער נישט באקאנטע חברה, די פוינט פון א השגחה איז, אז דו נעמסט אויף איינער פונדרויסן מיט א דעת תורה, זאל זיין דער 'מבקר', אין ארץ ישראל האבן עס אלע אויסגאבעס


בירור:
די נעמען וואס קינדליין לייגט ארויס שוין א לענגערע תקופה אויף עמוד 2 זענען נישטקיין שרייבער בכלל
נאר זיי זענען מגיהים ומפקחיםמחנכים ידועים תלמידי חכמים מובהקים ה"ה הרב דוד אלימלך צאנגער, הרב יהושע חיים רובין, הרב חיים הערש מענדעלאוויטש, הרב מרדכי דוד ראטטענבערג, און די הלכה קאלומען ווערט באגלייגט דורך דער דומ"ץ הרה"ג ר אברהם ישעיה וואזנער פון שיכון סקווירא.
קינדליין איז דער איינציגסטער (דערווייל) וואס פארמאגט א סטעףפון מגיהים שוין יארן,
די הנהלה פון קינדליין גיבט פאר די מגיהים א פרייע האנט צו טון וואס זיי ווילן און וויאזוי זיי פארשטייען, ככל היוצא מפי המגיהים יעשה, און כבר היו לעולמים מער ווי איינמאל וואס קינדליין האט מקריב געווען גרויס געלט אפילו ווען בלויז איין מגיה איז נישט געווען 100% צופרידן.

די מגיהים לייגן נישט א זיגל, נאר גייען פאקטיש בפועל דורך בי"ג נפה יעדעס ווארט פון יעדע ארטיקל און פון יעדע מעשה, אז אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט, הן מצד דיקדוק הלשון. והן מצד די ריינקייט.
אדרבה איר קענט סיי ווען אריבער קומען אין די מערכת און מיט האלטן וויפיל שעות און כח מען לייגט אריין בלויז פאר הגהה,
ויעודו די אלע שרייבערס אז פאר קינדליין צו שרייבן איז זייער א שווערע זאך, טאקע צוליב די מגיהים וואס שטייען אויף יעדע תג ואות, און לאזן נישט די שרייבער שרייבן וואס זיי ווילן, יעדע זאך מוז זיין אויסגעהאלטן און מיט א מקור אד"ג, און זיי הייסן כסדר די שרייבער זאלן איבער שרייבן חלקים אדער גאנצע ארטיקלען... העיקר אז אלעס זאל זיין למהדרין מן המהדרין
אויסער דעם טוען די מגיהים אדרעסירן יעדע הערה און קריטיג וואס קומט אריין.
צו דאס איז גענוג צו נישט ווייס איך נישט, אבער וואס גייט א גראפיש דיזיינטע זיגל מוסיף זיין?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע:איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

שרעבי האט געשריבן:
בויער האט געשריבן:
ברעטל האט געשריבן:
דאס איז בקיצור מיין מיינונג, די שאלה איז צו די רבנים און רעדאקטארן זענען אויך מסכים...

קינדליין איז דער איינציגסטער (דערווייל) וואס פארמאגט א סטעףפון מגיהים שוין יארן,
די הנהלה פון קינדליין גיבט פאר די מגיהים א פרייע האנט צו טון וואס זיי ווילן און וויאזוי זיי פארשטייען, ככל היוצא מפי המגיהים יעשה, און כבר היו לעולמים מער ווי איינמאל וואס קינדליין האט מקריב געווען גרויס געלט אפילו ווען בלויז איין מגיה איז נישט געווען 100% צופרידן.

די מגיהים לייגן נישט א זיגל, נאר גייען פאקטיש בפועל דורך בי"ג נפה יעדעס ווארט פון יעדע ארטיקל און פון יעדע מעשה, אז אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט, הן מצד דיקדוק הלשון. והן מצד די ריינקייט.
אדרבה איר קענט סיי ווען אריבער קומען אין די מערכת און מיט האלטן וויפיל שעות און כח מען לייגט אריין בלויז פאר הגהה,
ויעודו די אלע שרייבערס אז פאר קינדליין צו שרייבן איז זייער א שווערע זאך, טאקע צוליב די מגיהים וואס שטייען אויף יעדע תג ואות, און לאזן נישט די שרייבער שרייבן וואס זיי ווילן, יעדע זאך מוז זיין אויסגעהאלטן און מיט א מקור אד"ג, און זיי הייסן כסדר די שרייבער זאלן איבער שרייבן חלקים אדער גאנצע ארטיקלען... העיקר אז אלעס זאל זיין למהדרין מן המהדרין
אויסער דעם טוען די מגיהים אדרעסירן יעדע הערה און קריטיג וואס קומט אריין.



איך קען מעיד זיין אז יעדעס איינציגסטע ווארט איז אמת, און אפילו אונטערגעשאצאט אויך.

אלס איינער וואס קען גוט די מערכת פון אינעווייניג, מוז איך אויסדרוקן די שעצונג און התפעלות, איר האט גארנישט קיין מושג וואספארא ארבעט עס גייט אריין בלויז דורך די הגה, יעדע ארטיקל גייט אריבער "עטליכע שטרענגע פארגרעסערונג גלעזער" ביז עס קומט אן צום גראפיקער בשעת טובה, און אפילו נאכן גראפיקס גייט עס נאכאמאל א מגיה איבער צום פינפטן מאל!

די זיגל איז אפשר סימבאליש, אבער איך ווייס פאר א פאקט אז די השגחה און צענזור וואס די קינדליין גייט אריבער, האט נישט זיינס גליייכן אפילו נישט אין די ארץ ישראל'דיגע אויסגאבעס. בלויז די פאקט אז די ארטיקלען ווערן אריינגעשיקט "6 וואכן" בעפאר עס איז אויף די געשעפטן, גיבט שוין א בליק ווי רואיג און געלאסן יעדע זאך גייט.

גוט שבת. גוט שבת.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7330
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אה העי! העלא!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7395
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

האציך געלוינט די גאנצע אשכול צו זעהן זאפטי אריינווארפען אפאר ווערטער. שלום עליכם. ברוך מחי' מתים
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

לענ"ד וועט אן השגחה מיט מגיהים נישט ארבעטן ביי צייטונגען, אדער וועכנטליכע מאגאזינען וואס דעקן אקטועלע נייעס.
קינדליין און קינדערליך, גייען צום דרוק איבער א וואך פאר עס ליגט אויף די שעלוו, און זיי האבן מער צייט זיך צו שפילן מיט מגיהים.
אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע:ביים ברעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעטל »

שלום עליכם ר' שמעלקא. וואס זאגט איר וועגן מיין פלאן פאר השגחות?
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בויער האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן: (די הסכמה אויף קינדערלעך קוקט מיר אויס ווי נישט מער ווי א שטעך קעגן קינדליין ווי צו ווייזן קוק איך בין פרום, די מיסט מיר נאכמאכן)



דאך פשוט אזוי, אבער למעשה האבן זיי געטון א גוטע זאך, דאס גופא איז די מעלה פון קאמפיטישאן

איך האב גארנישט קעגן קינדערליך, אבער א השגחה איז נישט מער ווי סימבאליש, בערך ווי די נקי מחשש לה"ר ופאליטיק פון עולם החרדי (שטייט נאך היינט אזוי, שוין לאנג נישט באגעגנט?)
ווידער קינדליין, מיין איך אז כמעט יעדער גרויסע קהלה קען דארט טרעפן צווישן די מגיהים א באקאנטע נאמען וועם ער קען און ער טראסט (און איך האב גארנישט מיט קינדליין, איך האב גראדע קריטיק אויף געוויסע זאכן, איך ברענג אבער ס"ה ארויס דעם קאנצעפט)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2510
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע:באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

מי יודע האט געשריבן:
בויער האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן: (די הסכמה אויף קינדערלעך קוקט מיר אויס ווי נישט מער ווי א שטעך קעגן קינדליין ווי צו ווייזן קוק איך בין פרום, די מיסט מיר נאכמאכן)



דאך פשוט אזוי, אבער למעשה האבן זיי געטון א גוטע זאך, דאס גופא איז די מעלה פון קאמפיטישאן

איך האב גארנישט קעגן קינדערליך, אבער א השגחה איז נישט מער ווי סימבאליש, בערך ווי די נקי מחשש לה"ר ופאליטיק פון עולם החרדי(שטייט נאך היינט אזוי, שוין לאנג נישט באגעגנט?)
ווידער קינדליין, מיין איך אז כמעט יעדער גרויסע קהלה קען דארט טרעפן צווישן די מגיהים א באקאנטע נאמען וועם ער קען און ער טראסט (און איך האב גארנישט מיט קינדליין, איך האב גראדע קריטיק אויף געוויסע זאכן, איך ברענג אבער ס"ה ארויס דעם קאנצעפט)

מיינסט דעם עולם החסידות, קומט שוין (ליידער) לאנג נישט ארויס
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”