חובבי היסטאריע זענען געלאדענט כאפען א בליק אין אמסטערדאם פון א פאר אנוסים ביז א עיר ואם בישרא'
קנקן האט געשריבן:יו״ד כסלו תש״ף לפ״ק
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 403 יאר צוריק, אום שנת שע״ז לפ״ק, איז נסתלק געווארן הגאון מוהר״ר מרדכי מרגלית פון קראקא.
צופיל איבער ר׳ מרדכי איז אונז נישט באקאנט. ס׳זענען דא וואס געבן אן אז זיין פאטער ר׳ שמואל, איז הגאון מהר״ר שמואל מרגליות אבד״ק פוזנא, אבער דאס ׳איז איז א בלויזע השערה.
בפרט נעמענדיג אין באטאכט די פאלגענדע פונקט: אום שנת שמ״ט חתמ׳ט ער זיין נאמען אויפ׳ן לעצטן זייט פון זיין ספר חסדי ה׳, ווי פאלגענד: "כה דברי העלוב משה מרדכי במוהר״ר שמואל ומרגלית זצ״ל. ״ דאס טוט אנדייטן אז מרגלית איז נישט געווען קיין פאמיליע נאמען, נאר ליבערשט, אז ער האט זיך אזוי פאררופן נאכ׳ן מוטער זיינעם.
קוקנדיג איבער נאכאמאל אויף די חתימה, איז מיר איינגעפאלן אז לכאורה איז דאס בלויז א טעות פונ׳ם דרוקער (ר׳ יצחק מפרוסטיץ) אדער די בחור הזעצער. אנשטאט אויסשטעלן די אותיות מרגליות כסדרן האט ער בטעות געשטעלט די וא״ו שלא במקומו מילא איז געדרוקט ו מ ר ג ל י ת(חסר וא״ו). דער סיבה איך קלער אזוי ווייל לדבריך דארף מען פארשטיין וואס זוכט דא דער זצ״ל נאך זיין מוטער׳ס נאמען, הגם אז דאס גייט ארויף אויף ביידע עלטער׳ן זיינע (לשיטתך) אבער נישט אזוי אפט שרייבט מען אויף א אשה זצ״ל, נאר ע״ה וכד׳.
הוספה:
דא האט איר די שער פונ׳ם זוהר חדש וואס ר׳ מרדכי האט מגיה געווען, געדרוקט דורכ׳ן זעלבער דרוקער ר׳ יצחק מפרוסטיץ בשנת שס״ג, דא שטייט יא בן ר׳ שמואל מרגליות..