יונגרייז האט געשריבן: חוח, וואו קומט מען אן צו די שיינע בלעטלעך?
אינעם ויקיפדיה ארטיקל (העברעאיש) וואס קנקן געבט אן, איז דא א לינק דערצו.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
קנקן האט געשריבן: ........... א ספר מיט׳ן נאמען מצפה יקתאל, דער ספר איז א שטארקע קריטיק אויפ׳ן תורת יקותיאל. הגם, דער מחבר האט זיך געהאלטן אנאנים, איז געווען גאנת באקנט אז דער פארפאסער איז געווען הגאון מוהר״ר שאול בערלינער בעהמח״ס כסא דהרנסא.
ווען מען האט ר׳ רפאל׳ן פרעזענטירט מיט׳ן מצפה יקתאל, האט ער זיך צושמייכלט, און עס אוועקגעמאכט מיט זיין גרויס עניווות. דער האמבורגער בי״ד, האט עס אבער אנגענומען מיט׳ן גאנצון ערענסקייט און מען האט אריינגעשטעלט דעם מחבר פונ׳ם ספר אין א חרם.
מקור: או״ה למושב
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן: הכוונה לספר תולדות אנשי ה שם - לאנדסהוט, עמ' 89, והמדובר הוא אודות ה'מצפה'.
איטשע האט געשריבן: א משכיל איז נאר איינער וואס האט מייזעד געווען שולע'ס?
קעפל: חברת מקיצי נרדמים
די ערשטע רעפארמער האבן אויסגעזעהן גענוי ויי די ערשטע משכילים, די משכילים האבן פשוט אנגעהויבען אביסל שפעטער.
עס זענען געווען רעפארמער מיט בארד און פאות און מאמינים בה' ובתורתו
און עס זענען געווען משכילים, מומרים לכל התורה כולה להכעיס
באבער איז געווען א א משכיל, זין טאע איז געגאנגען א קאפעל און ערשט נישט! ביי אונז הייסט אזא יונגאטש א "שייגעץ" - דער שאלה וויפיל שגץ ער איז געווען.
ער האט געלערנט
ער האט אפשר געדאווענט
ער איז געווען פון דער פני הקהלה - וועלכע?
ער האט געדרוקט ספרים
אבער ער איז נאך אלץ געווען א משכיל
ער איז נאך אלץ געגאנגען אין הוילן קאפ
און דעריבער איז ער געווען א שגץ
אפשר א געשמאקער שגץ, אבער א שגץ
קיקיון האט געשריבן: ווי איז דער תיתורא פון דעם של ראש?
דער של ראש ליגט אויף דעם קאפעל?
דער רבי ר' יהונתן איז געווען אן איטר?
אויף וועלכען פינגער איז דער כריכה?
דער רבי ר' יהונתן האט נישט מקפיד געווען אויף שני חלקים ענף
קנקן האט געשריבן: פון דעם וואס די בני בתירה, זענען געווען בכוח איינצפירן צו שחט׳ן דעם קרבן פסח אום שבת ערב פסח, איז געדרינגען אז די פרושים זענען שוין דעמאלטס געווען אין פול קאנטראל.ֿ די צדוקים האבן פארמאגט אן אנדערע לוח ווי די פרושים .
קנקן האט געשריבן:ל׳ חשון תש״ף לפ״קאינ׳ם היינטיגן טאג, אום 13 יאר ארום, אום שנת תשצ״ג לפ״ק… גייט נישט זיין…
ראשית כל א מזל טוב צו אלע עלטערן וואס האבן געהאט און גייען היינט האבן א יונגעלע [אקעי א מיידעלע אויך, ס׳איז פונקט אזוי נוגע אום 12 יאר ארום]. זיי ווייסן ווארשיינליך נאך נישט יעצט, פון דער פראבלעם וואס עס ווארט זיי אפ אין 13 יאר ארום. מען גייט זיך זי צו גרייטן צום גרויסן בר מצוה, מען קוקט אויפ׳ן לוח, און דער טאג איז נישטא – קיין ל׳ חשון אין די קאלענדאר!
אלזא ווען גייט דאס היינטיג ניי געבוירענעם און דער דעמאלטס׳דיגן יונגעלע בר מצוה האבן? אינ׳ם לעצטן טאג פון חשון?! ער איז דאך געבוירן אינ׳ם לעצטן טאג פון חשון! אדער אום ר״ח כסלו, ווארום ער איז דאך געבוירן אום ראש חודש כסלו?
דער מגן אברהם, אורח חיים נ״ה י׳, ערקלערט, אז מען האט בר מצוה, הערשט נאך וואס עס איז זיך פארלאפן גאנצע דרייצן יאר פונ׳ן לעבן, דעריבער האט מען בר מצוה איין טאג נאך חשון, וועלכע איז א׳ כסלו.
ברוקלין האט געשריבן: קעפל: רבי ר' שכנא אבד"ק לובלין - א כסלו שיט
דע טיטלען אויף רש"ש איז מוראדיג ("איש קדוש ונורא" וכו'). עס איז ממש שלא במציאות אזעלעכע טיטלען יענע צייטען.
אויך שטייט "החזיר [הדור] ליושנה, והעמיד תלמידים הרבה".
קיקיון האט געשריבן:
איז דאס דער אריגינעלע מציבה ?
ברוקלין האט געשריבן: קעפל: רבי ר' שכנא אבד"ק לובלין - א כסלו שיט
דע טיטלען אויף רש"ש איז מוראדיג ("איש קדוש ונורא" וכו'). עס איז ממש שלא במציאות אזעלעכע טיטלען יענע צייטען.
אויך שטייט " החזיר [הדור] ליושנה, והעמיד תלמידים הרבה".
קנקן האט געשריבן:ג׳ כסלו תש״ף לפ״קאינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 317 יאר צוריק, אוםת תס״ג לפ״ שנק, האט א מעכטיגע קנאל אויפגעשוידערט לעמבערג, דאס יודישע קווארטל, איז איינגעהילט געווארן אין פלאמען און עטליכע הייזער זענען צוזאמענגפאלן אויף זייערע איינוואוינער. אט די אויפרייס איז באקאנט אלס דער נפילה.
36 יודן זענען נעבעך אומגעקומען, צווישן זיי דער רביצין און טאכטער פונ׳ם פני יהושע.
דער פני יהושע, הגאון מוהר״ר יעקב יהושע, דער עוונטועלע רב אין שטאט, איז אליינס אויך געווען פארכאפט אין זיין איינגעפאלענעם הויז, וועלכע איז געווען איינגעהילט אין פייער. ער האט צוגעמאכט זיינע אויגן, און געמאכט א נדר צו צום אייבירשטען צו דרוקן זיינע חידושים, ווי נאר ער האט געעפנט זיינע אויגן האט ער געזעהן א וועג ארויס, און זיך געראעטעוועט דאס לעבן זיינע.