קיקיון האט געשריבן: איך האב נישט געפרעגט צו מען מעג נור "איז עס פארשריבען?"
יא, אין עזרא פרק ג.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 388 יאר צוריק, אום שנת שצ״ב לפ״ק, איז דער מהרש״א נסתלק געווארן אין אוסטרהא.
מהרש״א איז די ר״ת פון ווי אזוי ער איז געווען באקאנט, מורינו הרב ר׳ שמואל אֵידל׳שׂ. פארצייטנס, ווען ס׳איז נאך נישט געווען איינגעפירט פאמיליע נעמען, האט מען גערופן מענטשן מיט זייטיגע צונעמען. צומאל לויט זיין אויסקוק, א שטייגער ווי דער מהר״ל פון פראג האט מען גערופן דער הויכער ר׳ ליב. אבדער ווי דער רמ״א וואס מען האט גערופן אויפ׳ן טאטנ׳ס נאמען, ר׳ משה איסרל׳שׂ. דער מהרש״א׳ס שוויגער מרת אֵידל, איז געווען זייערע א באקאנטע פרוי אין די שטאט פויזן, דעריבער האט מען אים גערופן נאך איר.
חוח בין השושנים האט געשריבן:אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 388 יאר צוריק, אום שנת שצ״ב לפ״ק, איז דער מהרש״א נסתלק געווארן אין אוסטרהא.
מהרש״א איז די ר״ת פון ווי אזוי ער איז געווען באקאנט, מורינו הרב ר׳ שמואל אֵידל׳שׂ. פארצייטנס, ווען ס׳איז נאך נישט געווען איינגעפירט פאמיליע נעמען, האט מען גערופן מענטשן מיט זייטיגע צונעמען. צומאל לויט זיין אויסקוק, א שטייגער ווי דער מהר״ל פון פראג האט מען גערופן דער הויכער ר׳ ליב. אבדער ווי דער רמ״א וואס מען האט גערופן אויפ׳ן טאטנ׳ס נאמען, ר׳ משה איסרל׳שׂ. דער מהרש״א׳ס שוויגער מרת אֵידל, איז געווען זייערע א באקאנטע פרוי אין די שטאט פויזן, דעריבער האט מען אים גערופן נאך איר.
ס'ווערט געברענגט פון הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער:
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 388 יאר צוריק, אום שנת שצ״ב לפ״ק, איז דער מהרש״א נסתלק געווארן אין אוסטרהא.
מהרש״א איז די ר״ת פון ווי אזוי ער איז געווען באקאנט, מורינו הרב ר׳ שמואל אֵידל׳שׂ. פארצייטנס, ווען ס׳איז נאך נישט געווען איינגעפירט פאמיליע נעמען, האט מען גערופן מענטשן מיט זייטיגע צונעמען. צומאל לויט זיין אויסקוק, א שטייגער ווי דער מהר״ל פון פראג האט מען גערופן דער הויכער ר׳ ליב. אבדער ווי דער רמ״א וואס מען האט גערופן אויפ׳ן טאטנ׳ס נאמען, ר׳ משה איסרל׳שׂ. דער מהרש״א׳ס שוויגער מרת אֵידל, איז געווען זייערע א באקאנטע פרוי אין די שטאט פויזן [וואס האט אויסגעהלטען איר איידעמ"ס ישיבה,] דעריבער האט מען אים גערופן נאך איר.
קנקן האט געשריבן: רבינא, איז א פארקירצערונג פון זין טיטל און נאמען רב אבינא. ער איז געוועזן דער זוהן פון רב הונא.
רבינא איז געווען אין די לעצטע דור פון די אמוראים, און ער * האט געשלאסן תלמוד בבלי. ...
קנקן האט געשריבן:י״ד כסלו תש״ף לפ״ק
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 442 יאר צוריק, אום שנת של״ח לפ״ק, איז דער קאמעט, באקאנט אלס דער גרויסער קאמט פונ׳ם יאר 1577, געווען ביי איר שטערקסטן פונקט.
א באריכט דערפון הא׳מיר פון אן אומבאקאנט׳ן כראניקער פון פראג, וועלכער באשרייבט עס ווי פאלגענד: ״של״ח לפ״ק, ליל ג׳ ב׳ כסלו שעה ב׳, עמד כוכב אחד בין שאר כוכבים, כנגד מזרח גדול מאוד משאר כוכבים, עם זנב גדול כזה [=זעה בייגעלייגטן בילד] ומאיר כלבנה, ועמד כל כך כל חודש כסלו עד ח׳ טבת, ומן חצי כסלו היה הולך ומתמעט עד שהיה קטון אותו זנב מאוד, עד שפסק ח׳ טבת.״
קנקן האט געשריבן:ח״י כסלו תש״ף לפ״קאינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 782 יאר צוריק, אום שנת תתקצ״ח לפ״ק, איז נסתלק געווארן רבינו אברהם דער זוהן פון רמב״ם.
רבינו אברהם ווערט אין א בריוו בא׳טיטלט ווי פאלגענד: ״מורנו ורבנו, אדוננו נגידנו, עטרת ראשנו, מנהיג דורנו, הודנו והדרינו...דגל הרבנים, יחיד הדור.״
פון זיינע פילע ספרים איז באקאנט דעם ספר המספיק לעבוד ה׳, וועלכער ער האט געשריבן אין יועא-אראביש. דאס ארגינעלע נאמען איז ״כִּיתַּבּ כִּיפִיִה אַל-אַבִּידִין״. מקור: שם הגדולים מערכת מ׳ אות ק״נ
קנקן האט געשריבן:י״ט כסלו תש״ף לפ״קאינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 259 יאר צוריק, אום שנת תקכ״א לפ״ק, איז געבוירן געווארן דער בארימטער גאון מוהר״ר אפרים זלמן מרגליות פון בראד.
ר׳ זלמן איז געווען פון די גרעסטע פוסקים בדורו. הגם, ער האט נישט געדינט קיין שום רבנישע פאסטן. ער האט געפירט א באנק אין בראד.
ר׳ זלמן איז באקנט אין די הלכה׳דיגער וועלט אלס דער בית אפרים, ע״ש ספרו שו״ת בית אפרים, און אין אלגעמיין איז ער באקאנט אלס דער פארפאסער פונ׳ם ספר מטה אפרים, הלכות אויף די ימים נוראים

קנקן האט געשריבן:כ״א כסלו תש״ף לפ״קהיינט איז ״יום הר גריזים״!
ווארום, אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2331 יאר צוריק, אום שנת ג׳תמ״ט לב״ע, האט מען אויסגעאקערט הר גריזים, דאס הויפטקווארטיר פון די כותים, אין אויס אנגעפלאצט מיט ״פּאָרע - ציבעלע״, leak בל״ע.
דאס איז געקומען אלס אן ענטפער, צו וואס זיי האבן געוואלט טוען צו הר הבית.
געווען איז דאס ביי דעם באקאנטן באזוך פון אלכסנדרוס מוקדון אין ארץ ישראל, ווען די כותים האבן פון אים אפגעקויפט 5 בית כור אויף הר הבית, מיט׳ן פלאן צו צושטערן דעם בית המקדש. אלעס איז געפארן ווי געשמירט, ביז אלכסנדרוס האט זיך געטראפן מיט שמעון הצדיק,דעמאלטס האבן זיך זאכן געטוישט, און אלכסנדורס האט איבערגעגבן הר גריזים אין די הענט פון די יודן, און מקיים געווען דעם ועשית לו כאשר זמם לעשות.
מקור: מגילת תענית, יש לציין שביומא ס״ט ע״א כתוב שדבר זה אירע בכ״ה בטבת.
קנקן האט געשריבן:ו׳ טבת תש״ף לפ״ק
ֿ
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 287 יאר צוריק, אום שנת תצ״ג לפ״ק, איז דער שבות יעקב נסתלק געווארן אין מֶיץ, פראנקרייך.
תיקון טעות:
ו׳ טבת תצ״ג - הגאון מהור״ר יעקב רישר אבד״ק מיץ. אויך באקאנט אלס ר׳ יעקב באקובן, אדער ר׳ יעקב בק. בעהמח״ס חק יעקב, שו״ת שבות יעקב און נאך.
אינעם ס׳ דור ודור ודורשיו, און נאכהער אינעם ספר מליצי אש, ווערט געברענגט זיין יארצייט אום ו׳ טבת תצ״ג. אינעם לוח דבר יום ביומו (פרעמישלא תרס״ז) אום י׳ טבת, ליינען מיר דאס פאלגענדע: ״בו נפטר במיץ האב״ד הג״מ יעקב רישר בר׳ יוסף מפראג בעמ״ס חק יעקב ושו״ת שבות יעקב תצ״ג לדעת רא״א וע׳ ו׳ טבת[i].״ ביי ו׳ טבת שטייט דאס פאלגענדע: ״פטירת הג״מ יעקב בר׳ יוסף רישר בעמח״ס חק יעקב ושבות יעקב ומנחת יעקב תצ״ג (דו״ד וע׳ י׳ טבת)״[/i]. אבער זיי זענען נישט גערעכט זיין יארצייט איז נישט אום ו׳ טבת און נישט אום י׳ טבת. ווען יא? אינעם פנקס פון ק״ק מיץ שטייט שבט!
קנקן האט געשריבן:י׳ טבת תש״ף לפ״קאינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2331 יאר צוריק, איז נסתלק געווארן מרדכי הצדיק!
פילע געשעענישן האבן פאסירט אינ׳ם יאר, וועלכע איז דער 36טע יאר זינט דאס אויפבוי פונ׳ם צווייטן בית המקדש. אט די יאר איז גענוי 1000 יאר פון יציאת מצרים, און אזוי אויך יארע 1 למנין השטרות. אום עשרה בטבת אין דעם יאר, האט זיך נבואה אפגעשטעלט ביי כלל ישראל, מיט די פטירה פון די פיר לעצטע נביאים עזרא הסופר, חגי, זכריה און מלאכי. מלאכי איז לויט רב נחמן קיין אנדערע ווי מרדכי הצדיק.
אלזא מיר האבן עטליכע שיינע יארצייטן אינ׳ם היינטיגן טאג.
מקורות: ספר יוחסין מאמר ראשון, מגילה ט״ו ע״א.