קנקן טעגליך - קאמענטארן
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳ קנקן׳
עורך ׳ געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
צד תמות האט געשריבן: איר מיינט מסתמא צו זאגן "קומענדיגע מאל ביטע קאמענטירטנישט, ווען ס'האנדלט זיך פון חסרון ידיעה", ווייל קיינער האט אייך נישט אטאקירט.
לגופו של ענין, יאך האלט זיך נישט פאר אן אלס-ווייסער, איך האב קאמענטירט באזירט אויף אייער מ"מ, און אויך א לייכטע זוך באוצה"ח וכדומה.
(אין פאקט האבן שוין אנדערע געהויבן ברעמען אויף דעם יעב"ץ, ראה 'פרסומי ניסא' עמ' תצג)
איטשע האט געשריבן: 1. אז ר׳ יעקב עמדין ברענגט עס (מען דארף עס נאכקוקן אין זיין סידור), קענען מיר עס רואיגערהייט נאכברענגען.
2. אפילו נניח אז מיר שרייבן עס אליינס, מעג עס נאך אלס געברענגט ווערן, לידיעה בעלמא. מיר שרייבן נישט קיין הלכה אדער אגדה, בלויז ידיעות בעלמא. אגב, אז די 70 באצועט זיך צו טעג ווערט אויך דערמאנט אין יערות דבש.
איטשע האט געשריבן: נניח אז ס׳איז נישט פונ׳ם יעב״ץ, ממילא וואס, איז עס יעצט חזיר טרייף?
ס׳איז א מאמר חז״ל, פשוט פשט איז לכאורה ווי מיר האבן געשריבען, יא ס׳איז סותר אנדערע מאמרי חז״ל, איר וועט מיר מוזן מוחל זיין, אבער חז״ל איז פיל מיט סתירות, און ס׳איז אונז גארנישט גורע.
ווילט איר מיר זאגן, אז ס׳איז דא א וואגשאל, ווען יא און ווען נישט? ס׳איז נישטא אזא זאך.
Gevald Geshrigen האט געשריבן: געוואלדיגער יישר כח.
אגב, אן אינטערסאנטער זאך וואס איך האב נישט געגלייבט אז אפילו מיין זעקס יעריגער יונגל , קוים וואס ער קען ליינען, פארפירט אלטס ביי יעדעם נייעם קנקן פונקט ווי די עלטערע וואס שלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט.
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:איטשע האט געשריבן: נעה, ווער נישט נתפעל פון מיין שפראך, ס׳קומט ארויס שארפער ווי דער באדייט איז.
קן קולמוסו שמעתי, ממילא האב איך געמיינט אז ס'שרייעט.
ס'פיין.
בהצלחה ווייטער!
קול קן קולמוסא איז א הויעכע גרידער?
חוח בין השושנים האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:איטשע האט געשריבן: נעה, ווער נישט נתפעל פון מיין שפראך, ס׳קומט ארויס שארפער ווי דער באדייט איז.
קן קולמוסו שמעתי, ממילא האב איך געמיינט אז ס'שרייעט.
ס'פיין.
בהצלחה ווייטער!
קול קן קולמוסא איז א הויעכע גרידער?
ניין. בכלל נישט הויך. נאר זייער זייער קראצעדיג, אז ס'דענערווירט געפערליך, ווי גלייך ס'שרייעט קולות...