קנקן האט געשריבן:דאנערשטאג, ט׳ חשון תש״ף לפ״קאינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 260 יאר צוריק, אום שנת תק״כ לפ״ק, האט אן ערדציטעניש אויפגעטרייסלט ירושלים.
אין ירושלים איז ב״ה קיינער נישט געשעדיגט געווארן, אבער אין צפת, זענען רח״ל 162 מענטשן אומגעקומען געווארן, צווישן זיי החסיד מוהר״י פאראג׳י און זיין זוהן.
הערה: ס׳איז מיר נישט באקאנט ווער דער מהר״י פאראג׳י איז.
מקורות: פרי האדמה, הל׳ תעניות פרק ב׳ הלכה י״ב; וויקיפּעדיע
איך וואלט געזאגט אז דאס ר' יעקב פראג'י בעל שאלות ותשובות מהרי"ף ס'שטימט מיט די תקופה, אבער כ'זעה צו ברענגען ער איז נסתלק געווארן בערך ת"צ אין מצרים.