Re: ברוכים הבאים
מחי' נפשות..מילדי העברים האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 27, 2024 5:23 pmכהאב שוין פון לאנג געוויסט אז @Time איז גיטTime האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 27, 2024 10:41 amברוכים הבאים מיינע טייערע ברידער אינעם אייוועלט וועלט.
שוין א לאנגע צייט וואס איך דריי מיר ארום דא מיט גרויס פארגעניגן,
ציקוקענדיג ווי אידן העלפן זיך ארויס איינער דעם צווייטן, מיט א פילע הארץ, נישט צירוק באקומענדיג אפילו קליינע פרוטות פאר באצאלט.
נאר סתם, פרעמדע אידן וואס קענען זיך אפילו נישט, איינער איז פין ארץ ישראל, א צווייטער פין אנטווערפן, אמעריקע, א.א.אוו.
נאר סתם, ווייל די ביסט א איד, אין איך בין א איד, העלפן אינץ זיך ארויס איינער דעם אנדערןַ
אין בכלל ברענגט מען דא אסאך צי ליינען, אין צי קיקען, אלעס אויף א כשר'ע אופן, צי ס' זאלַ זיין "היימישע פארברענגען" "אונטערהאלטונג" אזוי אויך איז די "היכל הנגינה" ארויף געגאנגן צי א נעקסטע לעוועל אין די לעצטע שטיק צייט,
אלעס פאר בחינם, אבי אז אנדערע אידן זאלן הנאה האבן.
אין אמת'ן אריין בין איך נישט קיין שרייבער, אין פינקט פארקערט.. ס' איז מיר שווער צי שרייבן, אבער נאכאלץ האב איך געפילט אז איך דריי מיר שוין זייער א לאנגע צייט אינעם קליינטשיגן וועלט'ל, (גארנישט אזוי קליין..)
אין עס איז שוין געקומען די צייט, איך זאל עפענען אן אקאונט, ניק בלע"ז..
אין איך האף אז איר וועט הנאה האבן פון מיר, אין חס ושלום דאס פארקערטע.
האב איך געטראכט צי מיר;
איי-וועלט גייט שוין אָן פאר לאנגע יארן, צענדליגע ניקס קימען אָן אהער וועכענטליך, ניקס גייען, אין עס פירט זיך שוין אַ ווערטשאפט,,
קימט זיך יעצט אן אַ פרישע ניק, אין פראבירט זיך באקוועם צי מאכן אפען סאַפאַ ווי מען ריפט עס, אין פארוואס זאל אים איינער וועלן אָנקיקען יעצט?
נאר:
יעדע גרויסע ניק דא אפען וועלטל איז אויך אמאל געווען ניי, אין אומוויסנדיג וואס דא טוט זיך, אין וואס ס' גייט פאר, ווי א פליג וואס פליעט ארום אין א ריזיגע ווערהאוז...
אבער מען גייט שטייט טריט ביי טריט - תגובה ביי תגובה, אין מען האפט אז דער עולם וועט הנאה האבן.
שכח
אין אסאך הצלחה.