הרה"ח ר' שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זצ"ל-הי"ד בן מרן הדברי חיים מ'צאנז וחתן גיסו ר' מאטעלע מ'הורנוסטייפל חתן הדב"ח מגזע טשערנאבל ובעל התניא. (קרעדיט; זיידעניו, בני היכלא)
הצדיק ר' יצחק אייזיק טויב המכונה ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זצ"ל, ר' אייזיק'ל איז געווען דער ערשטער רבי אל אדמת אונגארן, עס איז באקאנט זיינע ניגונים ווי 'גלות, גלות' און דער אונגארישער 'סולא-קאקאש'. (קרעדיט; זיידעניו)
הרה"ק ר' מנחם בראדי אב"ד קאלוב בעמח"ס באר מנחם, אונעם צווייטן בילד ווערט אויך געזעהן זיין איידעם ר' אשר ראטטענבערג ז"ל מגזע קאסאן (קרעדיט, ר' שמחה המכונה SCY, ובני היכלא)
הרה"צ ר' צבי אלימלך שפירא מ'בלאזוב זצ"ל בעל צבי לצדיק בן ר' דוד מדינוב בן מרן הבני יששכר, דער צבי לצדיק איז געווען אן איידעם ביי הרה"צ ר' משה מ'רוזוואדוב ב"ר אליעזר מזיקוב. (קרעדיט, יאסל)
פון רעכטס צו לינקס, ר' יהושע רוקח פון יערסלוב בן מהרי"ד מבעלזא, ר' אלטר יחזקאל אליהו הורוויץ מ'דזיקוב בן ר' יהושע, ר' סיני האלבערשטאם מ'זמיגראד בן ר' ברוך מ'גארליץ, ר' אהרן לעווין אב"ד רישא (ער איז געווען א דעלעגאט אינעם פוילישען קאנגרעס) נכד ר' יצחק שמעלקיש אב"ד לבוב. (קרעדיט, אלד וומ"ס)
ר' אלטר יחזקאל אליהו הורוויץ מ'דזיקוב (הנ"ל) זצ"ל-הי"ד בנו וממלא מקומו של ר' יהושע הורוויץ בעמח"ס עטרת יהושע (הנ"ל), ר' אלטר'ס זוהן איז געווען דער באקאנטער צדיק וקדוש ר' יהודא'לע הורוויץ מ'דזיקוב-לאנדאן זצ"ל. (קרעדיט, יאסל)
א בילד פון די היסטארישע מארש פון אריבער 400 רבנים אין וואשינגטאן די. סי. פארנט פונעם קעפיטעל געביידע צו ערוועקן דעם אמעריקאנער רעגירונג איבער די שחיטות אין אייראפע ביי די צווייטע וועלט מחלמה, עשרת ימי תשובה תש"ד. (קרעדיט, פארשלאפען)
ווערט געזעהן צווישן אנדערע הרה"ג ר' אברהם קאלאמאוויטש ז"ל ראש ישיבת מיר
הגה"צ ר' אברהם שלמה כ"ץ ז"ל אב"ד ריסקאווא בעמח"ס אורחות המשפטים, נאך די מלחמה איז ער נתמנה געווארן דורך רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל אלס רב אין שיכון קרית יואל, בני-ברק (קרעדיט; בני היכלא)