Statue Of liberty
וויילענדיג דא און שטאט זומער פראביר איך צו גיין ערגעץ זונטוגס ווען ס'איז זייער ליידיג די וויליאמסבורגע גאסן כדי צופרידן שטעלן די בני בית שיחי' (און אויך זעך אליין...) , איז טראכט איך צו גיין זונטאג אי"ה צום Statue Of liberty, קוקענדיג אויפן געוועב זעה איך אז ס'איז דא טיקעטס, און 3 סארטן גאר, זיי שרייבן מ'זאל בוקן שוין פון פריער, ווייסט איינער ווי אזוי צוצוגיין צום ענין, וועלכע טיקעט צו קויפן וכדו' ?