לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Willy
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

אינטערסאנט כ'מיין כמעט יעדער האט געהאלטן אז די ערשטע אנאליז וועט זיין פון גרשי'ס אלבוים.
# @כינור קומט אלץ מיט א חידוש.
אוועטאר
Masmid
שר חמשת אלפים
תגובות: 5142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

Willy האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 12:35 pm
אינטערסאנט כ'מיין כמעט יעדער האט געהאלטן אז די ערשטע אנאליז וועט זיין פון גרשי'ס אלבוים.
#@כינור קומט אלץ מיט א חידוש.
יא יא די חידוש איז אבער גאר עפעס אנדערש וואס דו מיינסט...

#סערפרייז
המאור שבה יחזירנו למוטב!
קינגס הייוועי
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 9:03 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינגס הייוועי »

Willy האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 12:35 pm
אינטערסאנט כ'מיין כמעט יעדער האט געהאלטן אז די ערשטע אנאליז וועט זיין פון גרשי'ס אלבוים.
#@כינור קומט אלץ מיט א חידוש.
איך מיין עס איז נישט געווען גרויסע expectations פאר דעם שרולי גרין אלבום… אין ווען מען הערט אין האט הנאה קומט אן אנאליז…
אוועטאר
פארשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

יוחנן כהן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:31 pm
שווערע צייטן גייען אוועק.

שווערע מענטשן נישט...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד
IMG_2861.JPEG
IMG_2861.JPEG (365.22 KiB) געזען 2207 מאל

קול ביער - אייזיק האניג


ס׳לאזט זיך נישט גלייבן. א צען יאר פעריאדע איז אדורגעפלאסן אסאך אסאך שנעלער ווי ס׳נעמט פאר אייזיק האניג צו ערשיינען מיט א פרישן אלבום. נאך נעכטן איז ערשינען דער טעיפ וואס האט ארויסגעקנאקט דעם כתר, פארנומען די מקוה נייעס צו אייזיק זעצט גוט דעם ׳באלוהים׳, בארייכערט אומצאליגע שבת טישן מיטן וברצונך, אראפגעשליידערט פון די לעצטע גוטע יוסי גרין יצירות, דער אלבום וואס האט ווידער באטאנט אז אייזיק האניג ווייסט וואס ער טוט און אז זיינע ווערק זענען הער טו סטעי.

און דא שטיי מיר צען יאר שפעטער.

ווי מער יארן ס׳זענען פארביי, אלס גרעסער זענען זיינע סטאקס און דערמיט ערווארטונגען געוואקסן. ווי נייע ניגונים נאך תשעה באב האט זיך די מוזיק מארק פארברייטערט אין די לעצטע צען יאר מיט אומצאליגע זינגער קאמפאזירער און פארשטייער. היינט האלט עס ביי א מצב אז א סידי הערט מען מערסטנס א וואך צו ווייניגער ווייל דערנאך איז עס שוין איבערגענעכטיגטע מעל. גאר ווייניג האבן מצליח געווען ארויסצושטופן געלונגענע סחורה וואס זאלן אנהאלטן לענגער ווי א חתונה סעזאן. און פון זיך אליינס האט זיך געפרעגט די קשיא ווי אזוי האט עס אייזיק באוויזן? פארוואס זענען זיינע ניגונים נכסי הכלל?

און צו פארענטפערן די קשיא ברויך מען נישט זיין א לייסענסד מוזיק מייסטער. גענוי ווי א פעליגן תפילין בייטל רעדט צום קילן כיתה ח׳ בחור און א בי-עם-דאבעליו פיקאפ רעדט צום ריעל עסטעיט פליפער, אזוי איינפאך איז דער הסבר פארוואס אייזיק׳ס ניגונים האבן געטראפן אן אויבן אן זיץ אין אונזערע הערצער. די ווארעמקייט וואס זיינע לידער באזיצן בינאזאם מיטן זיין ערשט קלאסיגע הערליכע קאמפאזיציעס איז די רעצעפט וואס האט געבויט פון די שטארקסטע ברענדס אין מוזיק. ער האט אן אויסגעארבעטע איידעלע געפיל און ער וועלט ניגונים מיט די וועלטס רואיגקייט איגנארירענדיג טאנען דרוק פון זיין באזע. דאס, באגלייט מיט סייעתה דשמיא האט צוגעברענגט אז וואס רירט צו צו זיינע סטרונעס רירט צו צו כלל ישראל.

אבער נישט יעדע סוקסעס געשיכטע איז א שטענדיגע און אויף דעם ברויך מען נישט קיין ביישפילן איבערהויפט אינעם מוזיק וועלט. אונזער אייזיק האט א מורא׳דיגע טשעלענדזש יעצט און איך וואלט מיר געטרויעט צו זאגן אז ער האט וואס מורא צו האבן.

10 יאר! קיין קלייניגקייט. ווען על ההרים איז ערשינען האט נאך נישט עקזעסטירט קיין סאוער דאו, מיעט באורדס, אייער מיט אש שאכטלעך, און די ווארט ׳די דזשעי׳ איז נאך געווען א פלעיווער פון מאסטערד. וועט עס אייזיק נאכאמאל באווייזן? געוויסע זענען ביי דער מיינונג אז אפילו משה גאלדמאן וואלט היינט נישט פארנומען די העדליינס. און אמת׳דיג גערעדט - נאך פארן אויסהערן דעם יצירה - גלייב איך שווער אז ער וועט מצליח זיין צו מאכן די זעלבע שטורעם ווי על ההרים. און נאכדערצו אז אין די מארקעטינג ליפלעטן ווערן ערווענט אז די סידי ענטהאלט אין זיך א געמיש פון אלט-ניי ניגונים.

אבער, לאמיר נישט שטעלן קיין מסקנות פארן הערן, צוערשט ברויך מען ענדיגן דעם ענדלאזן צען יעריגע ווארטעניש און לאזן אביסל האניג קלאנגען גרייכן דעם אויער.


1. קול יעקב

לעבעדיג יענקל

די ערשטע זאך מאכט מיר די מיקס שמייכלען… אה ציכטיג קלאר. די מוזיק שפירט אפען פארקערט פון פארמאכט און קאמפרעססד.

וואס איז דאס? לעבעדיג יענקל… ס׳איז אן אלטע ניגון אבער גאר שטארק באקאנט.

זיין שטימע איז שוין באלד נאסטאלגיע. אלע תקופות ווען דער שטימע האט באגלייט די וועגן און שטעגן שווימען ארויף.

זיין מתיקות׳דיגע שטימע גייט גראד אריין. ביים ׳אוי געוואלד׳ (:44) הערט זיך עס גענוי ווי ביי א אידעלע…

ווייסעך נישט פארוואס ער זינגט צומאל יענקל מיטן נון און צומאל אן.

קיינמאל נישט געוואוסט אז די סימבאל פונעם סאוויעטן פארבאנד באשטייט פון די האמער מיט די קאוואדלעס, און די סיבה ווי עס שיינט איז צו פארגעטערן ארבעט.

ניגון הורה

אינדערמיט קומט אריין די הורה ניגון און ס׳דאכט זיך ווי ס׳איז איינס מיטן לעבעדיג יענקל. פשיהא א גוט פאר!

1:22 - די פיאנא קליפט

אייזיק׳ס שטימע איז צומאל שטיל רעלאטיוו צום פראדוקציע.


2. קול שוועתם

- ונפשי

די מוזיק שרייט קוואליטעט. יעדע אינסטרומענט איז הערבאר און מען קען אלעס אויסלעקן ביזן גרונד.

אה ער זינגט דאך דעם באקאנטן ונפשי.

איך ווארט שוין אויף דעם פרישן קאמפאזיציע אבער עס קוקט אויס ווי מען איז דא פאר א קאלעקציע. יא, ס׳איז גאר בעטעמט צו הערן ונפשי מיטן האניג ווערסיע אבער פארן היינטיגן אויער וואס איז אבסעסירט מיט חידוש און קריעטיוויטעט איז עס נאך א שיינעם שמיעה אבער נישט האר אויפשטעלענד און מוט אויפהייבענד. ספעציעל נאך א צען יעריגע בענקעניש.

(איך שטעל דא אריין דעם פאראגראף וואס איך האב געשריבן אינעם עפילאג נאכן ענדיגן אויסהערן דעם אלבום.

מען דארף טוישן א מיינדסעט. אז מען גייט אריין דערין זוכענדיג דעם קומענדיגן על ההרים וועט מען ארויסגיין בפנים זועפות… דאס איז עפעס אן אנדער בריה אינגאנצען און דערפאר וועט די צווייטע שמיעה זיין פיל מער געשמאקער ווי דעם ערשטן. ביים ערשטן רעדט מען זיך איין אז דא קומט דער קומענדיגער כתר אבער ביים צווייטן האט מען שוין דעם צלילות הדעת און די ריכטיגע ברילן צו פאקוסירן אויף דעם אמת׳ן פראדוקט, און דאן שפרייט זיך אויס א שמייכל פון אויער צו אויער… א מחיה… מיר האבן די פרעוויליגיע אייזיק זאל אפזינגען די מערסט געשעצטע און פארהייליגסטע קאמפאזיציעס און ס׳איז א מורא׳דיגע געפיל.)

אבער די מוזיק… די מיקס איז אלעס. אט זעהט איר פארוואס. גראדע די מיקס אויף די וואקאלן איז נישט אויפן קוואליטעט פון די אינסטרומענטן.

איך בין געוואוינט צו הערן דעם ליד אביסעלע שטייטער.

אני מאמין

און אט הייבט זיך אן א פרישע לידל. איז דאס א מעדלי?

דעם ניגון קען איך נאכנישט. ווער איז דער צדיקל? ער הערט זיך ווי יוסי לאקס.

א הערליכע ניגון… אזוי איידל און ווארעם. ער האט דאך אזא שיינע שטימע אייזיק. א רואיגקייט צושפרייט זיך אין די גלידער ווען זיינע שטימבענדער רירן זיך.

צומאל שפירט זיך ווי די ברעסס איז נישט א חלק פונעם בילד ליבערשט אין אן אייגענע זיפקאוד.

ניגון התוועדות

און אט קומט אריין א ריטעם. דאס איז שוין גארנישט קיין געווענליכער אייזיק האניג דיסק.

איז דאס א ניגון חב״ד? דעם ׳העי׳ צו אויף ארויף ענדע פאל געבט אזא אנדייטונג.

איך האב הנאה ווי אין די מיטעלע פאל יעדע מאל ער זינגט טיריי לא לי איז עס גענוי מיט די זעלבע דרוקערייען און סטילן…

אהה דער סעקסעפאן מיטן הארמאניע איז מתוקים מדבש.

כאטש וואס דער טיטל ׳ארטיסט׳ וואס ווערט געווארפן כלאחר יד צו יעדן פרישע זינגער איז נישט אזוי אין פלאץ מילד גערעדט, אבער אויף אייזיק שטימט עס. ווייל בלויז וואס ער גלייכט געבט ער ארויס. ער איז נישטא צו געפעלן. ווייט דערפון.


3 - קול תחנוני

שערי שמים

מיינע איקסלען ציען זיך איין, די שטערן פארקנייטשט און די אויערן אנגעשפיצט.

אזאנע ציכטיגע מעדיטאציע פיאנא קלאנגען און דערנאך די אינסטרומענטן… דאס איז אן אריינפיר! מען קען אויסלעקן יעדע נאט. די מיקס איז דאך אזוי מין גוט. טאטע אין הימל שכוח.

די געפילן זאגן אז עס קומט עפעס ספעציעל.

די סטרינגס ממש פארן אנהייב פאל ביי :44 איז א ניצוץ פון לאופער׳ן.

די ערשטע פאל איז שיין…

ווארשיינדלעך ווען אייזיק האט געארבעט אויף דעם ניגון איז דער אלטוועלטליגן שלאגער שערי שמים נאך געווען אין די ווינדלען.

איז דאס משה גאלדמאן? עפעס אין דעם הויכן פאל רעדט דעם נוסח. (ווען נישט ס׳איז געווען ידוע לכל אז אייזיק גייט פארמאגן א ניגון פון משה גאלדמאן וואלט איך נישט געטראכט אזוי… אבער אז מען האט דעם ידיעה איז גרינגער צו שפעקולירן.) דער בוקלעט באשטעטיגט. א בחינה פון משה ידבר ואייזיק יענני בקול.

בליקענדיג אין בוקלעט איז שווער זיך איינצוהאלטן פון שרייבן ווי שיין דאס איז. מעשה ידי אומן! ווער רעדט נאך פונעם דעקל.

דא איז די קווייער פארהעלטמעסיג שטילער ווי ביז אהער.

די מוזיק איז ווידער די סטאר אוו די שאו... די אינטערלוד! גלילי איז ריזיג.

די געשריי וריב ׳אל׳ תמתח.

מען מוז קאנגראטולירן די כח הסבלנות פון אייזיק. געב מיר איין זינגער וואס קען האלטן א ניגון נאכדערצו פון די לעצט פארבליבענע פון משה גאלדמאן 16 יאר אין בויך…


4 - קול ביער

קול ביער

די ערשטע קאורד פון די מוזיק הערט זיך שוין אביסל פארגעשריטן.

ווער קען נישט דעם ליד? אייזיק טוט דאס יוסטיץ. ער זינגט מאיאסטעטיש און די מוזיק איז גין גאלד.

ס׳איז שיין און אייזיק זינגט עס גאר גוט און איך וואלט מורא׳דיג הנאה געהאט אויב איך וואלט אנטייל גענומען און א חבד׳סקע פארברענג ווי מען איז מכבד ר׳ אייזיק עס אראפצוזינגען, אבער דא בין איך געקומען צו פארן מיט אן ערעפלאן אויף א 10 יעריגע רייזע… אז דער בילעט איז א טייערע דארף זיך האבן געלוינט דאס פארן.

איז דער אלבום דעם לעצטן סאלוט פאר די מוזיק פונעם דור הקודם? מעגליך.

די קאורדס פון גלילי אין ערשטע פאל...

הבן יקיר

דער וויזניצע הבן יקיר. דעם ניגון מיט גלילי׳ס מוזיק איז אן אייסקריעם אינמיטן א תענית די יאר פאר מען הייבט אן פאסטן.

גלילי גייט צומאל צו צום עבודה מיט הארטע לאגיק אין קעגנזאץ צו לאופער׳ן וואס וואלט דא געגאסן עמערס הארץ. אבער גלילי ברענגט חידושים. אבער חידושים!

אקעי איך וועל שלום מאכן מיטן מצב. ס׳איז א קאלעקציע. א קאלעקציע אויפן שענסטן פארמאט אבער דאך א קאלעקציע.

שומר

אייזיק׳ס שטימע איז שטילער און מער ווייטער אינעם הינטערגרונד.

קיינמאל געהערט. הערליך! דער ניגון ברענגט זיינע בעל תפילה קוואליפיקאציעס צום אויבערפלאך. ער ציעט אין די ספערן.

יחדשהו

און מיטאמאל א לעבהאפט. יחדשהו.

גלילי האט געטרינקען אביסל קולעי -פטל וואסער און ער צובלאזט זיך מיט ענערגיע.

די קווייער זינגט מיט אייפער… מען הערט זיי זינגען מיט א שמייכל.

איך קען נישט דעם ניגון אבער פון יעדע פאל הער איך געוויסע תנועות אין אנדערע ניגונים. איז ער דער גנב, דער גונב מן הגנב, אדער דער נגזל גאר?

די מיטעלע פאל איז שיין.


5. קול ברמה

וכולם מקבלים


שששש. קום שוין אריין אין סמעדריש. ס׳איז יום טוב, דו ווילדער שאול יצחק. מען גראדט אויס די טליתים, מען מישט דעם מחזור און די אויערן ווערן אנגעשפיצט נישט צו פארפאסן קיין קלאנג פונעם חזן.

וואס? די וויזניצע וכולם מקבלים? פון די הייליגסטע און מערסט פראמינענטע תנועות אינעם וויזניצן מוזיק ארסאנעל. פארן וויזשניצן איז דאס ׳דער׳ יום טוב ניגון ווי די חסיד פארפלאמט זיך דערויף און ווער רעדט נאך ווען דער רבי אליין איז ש״ץ.

ווער וואלט געחלומט אז אייזיק וועט נאך דינען אלס בעל תפילה אין ויזניץ. כאטש אויף א שטיקעלע. נאכאמזל אז ס׳איז געווען אינדערוואכן האט מען עס געקענט רעקארדירן.

צומאל שפיר איך אביסל א ליידיגקייט אין די מוזיק. געב מיר שוין אביסל סטרינגס זאלן אנפילן דעם סטיראו פעלד…

אה! ס׳ווארעמט דאס הארץ. אזוי שיין!

איך האב הנאה אז אייזיק לייגט אריין דעם אוי ׳וועי׳ ובנעימה… צו ערגענצן דעם בילד.

ס׳איז קענטיג ווי מען מוטשעט זיך צו האלטן סדר מיטן ריטעם. מען ארבעט שווער אבער א גוטע ארבעט.

די אמאליגע קאמפאזיטארן האבן זיך גאר ווייניג גערעכענט מיט כללי המוזיק. די ריטעם איז ווי אזוי זיין הארץ האט דיקטירט נישט דער מח, ווי מען הערט אין דעם דאזיגן ליד. און מיט דעם אלעם זענען די ניגונים די שענסטע ניגונים. ווייל דאס מיינט א ניגון… הארץ שפראך.

די ימים נוראים נוסח ׳קדוש אתה ונורא שמך׳ האט זיך שוין פארשפרייט ביים ציבור ווי א וואלד פייער. ברענגט יעצט אייזיק דער פרישע שלאגער לכבוד די הייליגע טעג?

און נאכאמאל… אה! ער זינגט עס מיט אזא ווארעמקייט. ער צונעמט דעם הארץ.


6. קול תודה


מקימי

די אינטרא תנועה איז גאר שטארק! ווער איז די מחבר?

דער ניגון קען איך נישט אבער ס׳שפירט זיך ווי דאס איז גאר אלט. נאך פון פאר קאוויד. א שיינעם לעבעדיג לוסטיג לידל. א היינטיגע בחור וועט צו דעם נישט פארשטיין. כאילו צו די ביז יעצטיגע ניגונים האט ער יא פארשטאנען. די ניגון ברענגט שמחה ווי נאר א חסידישע ניגון קען. ס׳האט דעם אינגרידיענט אזש מען וויל זיך צו לאזן אין א טענצל. פארפאלן היינטיגע ניגונים געבן נישט אריין דעם שמחה וואקסין.

די ערשטע פאל איז מיר קענטליך. די מיטעלע פאל איז גאר בעטעמט! די הויכע פאל ערגענצט. איך גלייך ווי די ניגון טייטשט די ווערטער, מאשפות ׳ירום׳ אביון גייט אויף ארויף.


7. קול השופר

מלוך

אדערווייל ווארט איך פארן חידוש, עפעס וואס מען זאל קענען אנטאפן. ביז אהער איז די גרעסטע חידוש די געניאלע סעלעקציע די מוזיק און מיקס אבער געב מיר שוין א נייעם ליד טאטעניו. עפעס א פרישן דערהער וואס זאל צולאזן דעם שיכט פון היינטיגע מוזיק וואס פארפעסטיגט באלד דעם איידעלע געפיל.

די טראמפעט… ס׳קען לעכערן א שטיין.

די ניגון איז מיר נישט באקאנט. די ריטעם שפירט זיך אינטערסאנט און אביסל אומנאטורליך אינעם הויעכן פאל.

גלילי מאכט א בעטהאווען שטיקל מיט די סטרינגס ביי 2:36.

ס׳איז דא ניגונים וואס אויב מען איז נישט אויפגעוואקסן דערויף ווען מען נישט אלעמאל טרעפן א ספעציעלקייט דערין. נעמליך, במושכל ראשון זענען אסאך חסידישע תנועות באוואוסט און קענטבאר און עס מאכט נישט דעם גרויסן רושם ווי פאר דער וואס ווייקט זיך דערויף פון וויגל. פאר אים איז די תנועה א חלק פון זיין וועזן. א יוגענט ניגון איז באגלייט מיט זכרונות און עפיזאדן וואס וועלן שטענדיג אונטערבעטן דעם ליד אונטערן באוואוסטזיין. אט אזוי שפיר איך ביי דעם ליד. ס׳איז ווארעמהארציג ביז גאר אבער מיינע הארץ סטרונעס זענען פארבליבן בעלעבאטיש געשטימט.

איך טראכט יעצט אז דער דאטום ווען אייזיק איז ערשינען מיטן אלבום איז גאר פאסיג. א היפשע צאל ניגונים זענען אויף ימים נוראים.

השב שכינתך


אה ס׳ווערט לעבעדיג.

און דא ציעט זיך א שמייכל פון אויער צו אויער…. יא די ניגון קען איך, אבער די מוזיק מאכט פשוט גוט אויפן געוויסן. די בעיס רעדט ווערטער.

די ניגון מיט די מוזיק באקומט א נייע באדייט.

מיטן אוי ׳וועי׳… ר׳ אייזיק האט זיך ארומגעדרייט דעם שטאפענעם הוט אויף רעכטס?

אה… הלואי קען איך עס הערן פון אייזיק ביים ברעטל.

די מוזיק איז היפש ליידיג ביים חזנות שטיקל. בלויז שטייפע ברעסס.

די הארמאניע וואס גלילי מאכט אויפן השב שכינתך איז אויסנאם! פון 6:07


8. קול דודי


רבונו של עולם


מען האט דא איין ארראנדזשירער און מען זעהטו די ארבעט אז יעדע ליד זאל זיך אנהייבן מיט אנדערע קאליר.

ששששש דער קלארינעט מיט א סאלא אינעם נידריגן רעדזשיסטער.

דעם אלעמען באקאנטן רבונו של עולם. ס׳הערשט א ווארעמקייט.

גאלילי האט דא אריינגעברענגט ספעציעלע נאסטאלגישע אינסטרומענטן. מורא׳דיג. צווישן אנדערע ברענגט ער אריין דעם ריזיגן דאבל בעיס פארן נאטורליכע אמאליגע סאונד.

אמת

דעם חזנות היטל שטייט גוט אויף אים ביים דרייען מיטן רבונו של עולם. וואס איז די ניגון? קיינמאל געהערט.

די הויכע פאל איז עפעס הערליך! טיפע געפילן פון בענקעניש. לעכטיג ביז גאר. אזוי שיין. די ערשטע תנועה וואס שאקעלט מיר! איך האב עס קיינמאל געהערט און ס׳איז עפעס מורא׳דיג. דער אלבום האט זיך געלוינט נאר דערפאר. אבער ער זינגט עס בלויז נאר איינמאל.


9. קול ערב

ערב ובוקר

איך גלייב נישט מיינע אויערן… דעם באקאנטע סקולענע ניגון.

זינגטס אלע מיט, אוי פדה בשלום נפשי נפשי…

דאס געוויסן שפעקולירט צו איך בין די איינציגסטע וואס קען באלד אלע לידער ביז אהער צו נישט.

די מוזיק האלט זיך איין. ער האט עפעס מורא ארויסצוקומען מיטן פולן פראכט.

ישמח ישראל

און ווידער ווערט לעבעדיג. וואס קומט? די מוזיק הערט זיך גאר גוט קענטליך אביסל, און… נאך א סקולענע ניגון.

6:18 שפאנט אייזיק ארויס פון כאראקטער פאר א מילי סעקונדע מיטן ברייטן געשריי.


10. קול תפילותי
( פארוואס נישט קול הודאה? די ווערטער איז פון מודים)

כן תחיינו

מען שטייט שוין ביי נעילה!

די פיאנא אויף דעם סידי הערט זיך ווי די טייערסטע סטיינוועי… לעכטיג.

וואס איז דער ניגון? ווארעם ביז גאר מיט א שפריץ סוספענס.

ווער זינגט דא? גייט דא פאר. אן אנדערע זינגער אויף אייזיק׳ס אלבום?

ווי די הויכע פאל הויבט זיך אן פון אונטען און שיסט ארויף. מורא׳דיג. גאר גאר שיין.

דער עדווערטייזמענט שטיקל איז געקומען פון דא הייסט. א גוטן ניגון!

די הויעכע פאל ענדיגט זיך נישט די ערשטע מאל… ס׳בלענד אריין סיפא לרישא. אייזן. איך גלייך אויך גאר שטארק ווי ס׳ענדיגט זיך די פאל ביים צווייטן מאל.

גאר ווארים, געגאסן פאר אייזיק, און דערמאנט אביסל אייזיק׳ס פאריגע אלבום׳ס.

דער יוסי האניג האט א נגיעה פון שלום לעממער און פון הערשל ראזענבערג׳ס זון יודי.

גלילי מאכט דא א סופער דזשאב.


עפילאג:

לאמיר זיך נישט נארן. נישט אויף דעם האט מען געווארט. אבער… הערט מיר אויס טייערע אידן. מען דארף טוישן א מיינדסעט. אז מען גייט אריין זוכענדיג דעם קומענדיגן על ההרים וועט מען ארויסגיין בפנים זועפות… דאס איז עפעס אן אנדער בריה אינגאנצען און דערפאר וועט די צווייטע שמיעה זיין פיל מער געשמאקער ווי דעם ערשטן. מארק מיי ווארדס! ביים ערשטן רעדט מען זיך איין אז דא קומט דער קומענדיגער כתר אבער ביים צווייטן האט מען שוין דעם צלילות הדעת און די ריכטיגע ברילן צו פאקוסירן אויף דעם אמת׳ן פראדוקט, און דאן שפרייט זיך אויס א שמייכל פון אויער צו אויער… א מחיה… מיר האבן די פרעוויליגיע אייזיק זאל אראפזינגען די מערסט געשעצטע און פארהייליגטע קאמפאזיציעס און ס׳איז א מורא׳דיגע געפיל.

די סיד איז אן אוצר של ממש. די שענסטע ניגונים נאר אמאל פארפאסט בינאזאם מיט אייזיק׳ס שטימע, גלילי׳ס מוזיק, א מיקס… וואס דארף מען מער? מ׳איז ביים שפיץ בארג.

ס׳איז בלויז דער דעפעציט אין אינפארמאציע. משל למה הדבר דומה צו איינער וואס שפאצירט אריין אין וואלמארט, האנדלט זיך איין א טייערע פאר העדפאונס אין ווערט פון טויזענט דאלער, אבער ווען ער עפענט דעם שאכטל טרעפט ער אן אייפאון. א בלאזעניש און פייער אפפער פון זיינע נאז לעכער. מיינט עס אז עפל קען גיין באנקראט ווייל זייערע טעלעפאנען דיספוינטען מענטשן?

אייזיק האניג.pdf
(60.23 KiB) געווארן דאונלאודעד 45 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13111
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

סופער @כינור
אוועטאר
שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

כינור האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 4:10 pm
ווואף!!!

@כינור !! שפראך!!
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7539
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

דער רעדט און רעדט און קומט נישט צום ווארט.

זמן!!, ברודער!
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 5:32 pm
דער רעדט און רעדט און קומט נישט צום ווארט.

זמן!!, ברודער!
ס'קומט נישט א ווארט, א דרשה...
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8911
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

אפגע' @כינור ט אן אלבום פון א' ביז ת'.... זייער פיין געשריבן!!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3536
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

שכח @כינור
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

יישר כח ר' @כינור
שטארק הנאה געהאט
אוועטאר
זילבער פיצער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

עס אלוועיס, זייער גוט צונומען. ממש א יעדע אינטש פון דעים אלבום!
אנגעצונדן פון פריש דעים אלבום און אויסגעהערט אפלייענעדיג מיט די @כינור אינסטרוקציעס, א באזינדערע תענוג!

זייער א וויכטיגע פונקט ארויסגעברענגט און נאכדערצו עס אריינגעווארפן נאכאמאל און דער אנפאנג אזוי אץז פון דארטן און ווייטער זאל עס שוין געלייענט ווערן מיט די אנדערע מיינדסעט.
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
Willy
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

דיין שפראך האט עס.
איך גלייב אז איינער וואס האט נאך נישט געהערט דעם אלבוים, קען אויך הנאה האבן, פון דעם געשמאקן אנאליז.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

כינור האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 4:10 pm

אמת

דעם חזנות היטל שטייט גוט אויף אים ביים דרייען מיטן רבונו של עולם. וואס איז די ניגון? קיינמאל געהערט.

די הויכע פאל איז עפעס הערליך! טיפע געפילן פון בענקעניש. לעכטיג ביז גאר. אזוי שיין. די ערשטע תנועה וואס שאקעלט מיר! איך האב עס קיינמאל געהערט און ס׳איז עפעס מורא׳דיג. דער אלבום האט זיך געלוינט נאר דערפאר. אבער ער זינגט עס בלויז נאר איינמאל.
איך האב דאס די ערשטע מאל געהערט פון לייבעלע וואלדמאן, אויפן אלבום בימים ההם בזמן הזה, אייזיק איז דאך נישט קיין חזן און איך הער עס, אבער ס'איז דאך דערפרישענד געווען עס צו הערן.

@כינור ס'איז מיר א חידוש אז דו האסט נאכנישט געהערט מרדכי סאבעל'ס אלבום'ס בימים ההם בזמן הזה, א מאסט פאר יעדע אוהב חזנות און זיכער פאר א מתחיל.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
איוואן ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2024 12:26 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן ראזענבערג »

כינור האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 9:53 pm
בס״ד

Screenshot_20240821_215222.jpg


שרולי גרין - איך


ס׳האט זיך שוין לאנג נישט אזוי גע׳נחמו׳ט ווי דאס יאר. ס׳שטראמט, ס׳מבול׳ט, א פלוס פון חדשות. פארפאלן, ס׳איז לכאורה די בעסטע צייט ארויסצוגעבן מוזיק און ס׳איז קענטבאר ווי יעדער פרובירט צו כאפן א מוצא. פינעף (!) אלבומ׳ס אין איין וואך, סינגעל'ס און רעקארדירונגען, פון ניסים בלאק׳ס גלאררייכע פרעזענטאציע ביז יואלי ווייס האלטענדיג אן אפעטיטליכע פייער טאבע.

אבער דארט צווישן אלע רעלאטיוו ׳נארמאלע׳ ווערק צייגט ארויס אן אלבום גערופן מיט גאר א מאדנעם נאמען. נישט מער און נישט ווייניגער ׳איך׳. ווען אזא נאמען וואלט ערשינען פאר פופצען יאר צוריק וואלט מען אים געווארפן פון סמעדריש… אבער ס׳איז דאך פופצן יאר שפעטער און ווי מער יוניק דו קומסט אריין אלס גרעסערע שאנסן האסטו. האלט מען ביי דעם אז מען האט אן אלבום גערופן ׳איך׳. אבער די דרויסענדיגע קנקן איז נישט דער מדובר דא. שרולי גרין איז.

שרולי גרין האט שוין ארויסגעגעבן אסאך סינגעלס און כאטש וואס ס׳איז שיין געווען האט מיר עס נישט אזוי שטארק געכאפט. אבער מיטאמאל איז ערשינען א באמבע וואס איז לכאורה געווען א ווענדפונקט אין שרולי׳ס קאריערע.

שועלים. די ניגון וואס ליפא האט געשטעלט דעם צווייטן ארט אינעם סידי (יש אומרים די חשובסטע מקום) האט געשאקעלט וועלטן. (דאכט זיך מיר אז ס׳האט געוואונען דעם ניגון פון יאר אין דעם תשפ״ב ארטיקל). א מייסטערהאפטיגע קאמפאזיציע אין פולן זין פון ווארט. און ווען דאס האט נאכגעפאלגט מיט א פיאסעצנע אויף להבל״ח מיכאל׳ס ז״ל שבתון, האט מען געזען אז מען האנדעלט דא מיט אן ערענסטן טאלאנט.

דעם אלבום כח הישראלי האב איך נאכנישט געלעזט געהעריג, ווארום איך האב מיר נישט געציילט צווישן זיינע שטארקע צוהערער. ׳משוגע גוט׳ און נאך סינגעלס האבן געפארעמט עפעס אן אייגנארטיגע וואלקן ארום דעם זינגער און איך האב נישט געוואוסט גענוי ווי אזוי עס צו עסן.

און דאן ווידעראמאל. ׳איך וויל אהיים גיין׳ האט געשלאגן ווארצלען. גאר פשוטע תנועות מיט שטארקע רגש. איז דאס א קארליבאך רעצעפט? ווער ווייסט. דער סינגעל איז געגאנגען אין דעם דירעקציע.

און דא שטייט מען מיט זיין ערשטע פולקאמע אייגענע יצירה. ווען דער אלבום איז ערשינען בין איך נישט געווען די מערסטע ענטוזיאסטיש דערפאר נישט וואוסענדיג וואס ער גייט ברענגען אבער איך האב מיר אנגעשטויסן אין גאר אסאך פאזעטיווע גריסן פון מיינע באקאנטע. שרולי האט דעליווערט! האבן אסאך ווידערהוילט. וועט מען זיך נישט פוילן און אויך זיין פון די נהנים.


1 - אן דיר

וואס איז מיט די סאושעל סעקיוריטי נומער? י״ז שבט איז שוין נחלת הכלל.

גוטע ווייבס… געשמאק און אפליפטינג.

גאר א שטארקע נקודה אינעם מיטעלע פאל! ׳יענע טאג האט די באשעפער געזאגט די וועלט קען נישט ווייטער אנגיין אן דיר׳. די וועג ווי די ווערטער ווערן געזעצט האט השפעה פון רעפ. און דאן אינעם דריטן פאל ווי מען זאגט צוריק אז מען קען נישט אנגיין אנעם באשעפער. גאר גאר שטארק.
די מוזיק איז גאר געשמאק. איך גיי פאר דעם אינטערלוד.

די מעלאדיע איז הארציג. הארציג מיט א ריטעם.

א פיינעם התחלה!


2 - קל מסתתר

ער קומט גראד אריין מיט די וואקאלן. נאטורליך כדבר איש אל רעהו אן קיין עפעקטס.

שטארק! אזוי אנדערשט. ער זינגט נישט אראפ קיין פסוק ארויס פון סידור. ניטאמאל אינעם ערשטן פאל כדרך די אידיש געספייסטע ניגונים. ער באגנוגט זיך בלויז מיט איין גראם מסתתר - ווייטער דערנאך פארט וואס דאס הארץ זאגט, נישט ווי אזוי דער מח דיקטירט מיטן חשבון וואס וועט שטימען פארן צוהערער.

אהה…. הערליך! א שטיק הארץ. א ריינע פשוטע תפילה אן קיין חשבונות.

אזוי נאטורליך. נישט קיין קאמפאזיציע ווי יעדער נאט קומט מיט א חשבון ס׳זאל שטימען מיטן קאורד. א קאמפאזיציע פון הארץ ארויס. מען שפירט עס.

ער זינגט גוט! איך גלייך שטארק ווי ער דרייט ביים קל מסתתר אין הויעכן פאל. דער זינגט פון הארץ. פארפאלן.

די מוזיק איז גאר גוט און אנדערשט. און די קווייער די זעלבע. זייער גוט פראדוצירט געווארן.

די ניגון האט בעצם נישט קיין ענדע. נישט נאר די הויכע פאל בלייבט אין די לופטן, דער ערשטע פאל די זעלבע. חידוש!

אדערווייל זענען זיינע סטאקס פעלזן שטארק.


3 - בשבילי

דער אלבום הייסט דאך ׳איך׳ און עס זעהט אויס ווי דאס איז דא דער טעמע. בשבילי נברא העולם.

אקעי, נישט קיין שלעכטע געזאנג. די ערשטע פאל איז גאר אינטערסאנט. אזוי געבויט בינאזאם מיט די מוזיק.

די ניגון קען ווארשיינדליך אריין גיין אין די רעקארד ביכער. די ווערטער ׳וועגן מיר׳ ווערן איבערגעזאגט וויפיל מאל?

ער קומט אריין מיט א שפיץ. ׳האסט מיר באשאפן וועגן מיר׳.

מען זעהט א שטארקע צד השוה אין זיינע קאמפאזיציעס. קיין חוקים. ער בייגט און בויעט ווי זיין הארץ באגערט.

די ערשטע און צווייטע פאל האבן ווידער נישט קיין ענדע… ס׳בלייבט אין די לופטן און מען קומט נישט אן אהיים. ס׳ווידערהוילט דאס אז ער איז נישט געבינדען צו חוקים.

4 - קלאפען

יענקי שטיינמעץ? דאכט זיך מיר ס׳איז די ערשטע מאל וואס ער לאזט זיך הערן זיין שטימע אין פאבליק. אוי איז ער טאלאנטפול. חוץ פון זיין מוזיק פארמאגט ער אן אויסטערלישע שטימע. גאר איידעל און האניג זיס.

שטארק! א הערליכע פאל מיט מורא׳דיגע ווערטער.

די הויכע פאל איז ווידער אזוי שיין!

א גאנצע ניגון מיט דברים היוצאים מן הלב. נישט געווארפן גורל מיטן עפענען א סידור און בויען דערויף א געביידע.

ממש א הערליכע ליד! די אינטערלוד און אלע פעלער זענען געוואלדיג.

די סידי פארקויפט!


5 - אין אני

די מוזיק קומט אריין שטארק… מעדיטאציע קלאנגען.

וואס זענען די ווערטער נאכאמאל? איך הער נישט. עינאני עינאני? וואס מיינט דאס. אההה… אין בוקלעט שטייט אין אני. יעצט ווייס איך נישט וואס דאס מיינט. אין אני?

שוין, די פריערדיגע בשבילי רעקארד פון איבערזאגן די זעלבע ווערטער איז געבראכן געווארן. א גאנצע ליד פון צוויי ווערטער!

די דריטע פאל – אינטרא האט אראבישע מיטל מזרח שטריכן.

א איין פאל ניגון וואס באקומט קאליר דורך אקטאוועס.

א גוטע מעלאדיע מיט נאך בעסערע מוזיק. די מעלאדיע מיטן בעיס... א ניגון פאר זיך.


6 - ווארימער

ווידער אזא הערליכע מעלאדיע! שטייט א איד און זינגט זיך אויס.

די הויכע פאל איז אזוי ווארעם. ס׳ציעט זיך היפש לאנג אבער די תוכן און קאליבאר האלט אן דורכאויס.

שרולי גרין איבערראשט. נישטא וואס צו רעדן.

די וואגשאל זינגט גאר גוט… א בן גילו מיט דובי מייזעלס?


7 - איך

די ווערטער… נישט קיין טיפזיניגע שורות, בלויז פשוטע גרינגע נאטורליכע מילים. מען האלט ניטאמאל די ווערטער זאלן גראמען כאטש זאל עס אריינגיין אין א פארעם, אבער דאס אויך נישט… דאס איז עפעס ניי און איך באלעק מיר די פינגער. די ניגון איז לכאורה אוממעגליך צו זינגען אן קיין מוזיק. איז עס געמאכט געווארן דערויף? מעגליך.

קיטשען… ער טראכט נישט קיין צוויי מאל צו יא זאגן געוויסע ווערטער צו נישט. וואס ער טראכט זינגט ער. ס׳איז נישטא קיין ווייטקייט און פארמאליטעט צווישן מיר און די רעזולטאט. ס׳איז כאילו איך הער יעצט די ניגון געמאכט ווערן פארענט פון מיר.

די הויכע פאל… שרולי! דער האט עס.

די טרעק האט מיר נארוואס איבערגעווינען. מיין פעיוועריט ביז אהער. פרעג איך אייך, איז נאך בכלל דא א ׳באקס׳ נאך אזא ליד? ער מאלעוועט זיין אייגענעם דרך.

די הויכע פאל האט די ׳שאקלען׳ אינגרידיענט וואס פלעגט אמאל געהערן עקסלוסיוו פאר די רויטע קארן מיט אראפגעלאזטע פענסטער מיטן בעיס אין טראנק.

ספאנטאניש ווען די הויכע פאל קומט אריין רוקן זיך די קעפ אויפן טאקט…

די טרעק איז א סעמפל פון וואלנערעביליטי. אין דעם גייט ער אין ליפא׳ס דרך. ליפא האט דאס אויסגעטראטן.

טאמבס אפ פאר די מוזיק.


8 - ארום א פייער

א שיינעם לידעלע! פשוט אבער מיט אזויפיל הארץ.

זיינע הארמאניעס וואס באגלייטן די ליעד וואקאל, אויפן גאנצן אלבום, ענדעלט אין ליפא׳ס הארמאניעס אויף זיינע ענינים.

ס׳קלארט זיך אויס פארוואס דער אלבום הייסט איך. דא דערמאנט ער ווידער ווי דער באשעפער האט אלעס באשאפן און אים אויך. איך גלייך די Theme.


9 - הייליגע מאמע

א געלונגענע ערשטע פאל. די הויכע פאל איז ווארעם ביז גאר! ס׳האט א גראאוו אבער פארלירט נישט די ווארעמקייט.

די מאדולעישען ביי 1:29...

ארי היל איז דא. ער האט דא אסאך דואטס.


10 - בלילות

די פאל ׳ווען ס׳איז ביי דיר ליכטיג׳ איז אורות! א חסידישע תנועה׳לע. איך גלייך עס גאר שטארק. האט עס שרולי קאמפאזירט? איך בין חושד אז ישעי גראס האט דא א יד אבער איני יודע.

א גאנצע שטאב פון זינגער… שרולי, מאטי, יואלי קליין, און ישעי גראס מיט זיין אונטערן טעפיך שטימע.


11 - אלע טעג

די מוזיק הייבט זיך אן מיט א טראדיציאנאלן גיטאר קלאנג.

איך בין זיך נישט אזוי מתחבר צו דעם טרעק און איך פארשטיי נישט גענוי די תוכן פון די ווערטער.

די ניגון האט הערליכע סטרינגס.


עפילאג:

איך שפיר א געוויסע פרייהייט און אומבאצוימטקייט אין דעם אלבום וואס איז אפשר קאמפלעצירט צו מסביר׳ן. מען שפאנט נישטא אויף אן אויסגעטרויטענעם שאסיי נאר ליבערשט אויף אן אייגענעם דרך איגנארירענדיג דעם אלטגעזעסענעם אלבום געזעצן בוך. ס׳איז לייכט רוי און עכט און ס׳איז דא א קלענערע מרחק צווישן מיר און די מוזיק. אפשר א מעטעפאר וועט באווייזן צו פארציילן; ס׳איז א פארברענג ווי איידער א פארמאלע רבישע טיש. געווענליך רופט מען דאס ארויס פונעם קעסטל אבער דא איז ניטאמאל דא דעם קעסטל.

אן אלבום פול מיט רויע עמאציעס און תנועות באגלייט מיט מוזיק פונעם היינטיגן גענעראציע. א מחיה געווען צו לעזן.

דער אלבום איז אזוי גוט פאר שרולי אז איך קען זען דאס זאל אים טראגן צו קענען פירן אן אייגענעם קאנצערט פאר זיינע פארערער.



DOC-20240821-WA0010..pdf
וואלט נישט געקענט ווערן בעסער ארויסגעברענגט!
אינטערעסאנט אנצומערקן: די צוויי ניגונים וואס דו האסט נישט קאנעקטעט (אין אני, אלע טעג) האב איך אויך געפילט די זעלבע, נאך אביסל נישטערן בין איך געוואויר געווארן א ביידע פון די לידער זענען קאווערס, און נישט זיין אייגענע! ס'שרעקעדיג ווי אבוויעס ס'איז.... זיינע ווערק זענען אייזן!
זיך היילן איז גרינג, דו דארפסט נאר א רצון און אן אפענע דעת! (אויב האלטסטו אנדערש ביסטו נאכנישט אנגעקומען...)
או חברותא
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 12:29 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך או חברותא »

כינור האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 4:10 pm

7. קול השופר

מלוך

אדערווייל ווארט איך פארן חידוש, עפעס וואס מען זאל קענען אנטאפן. ביז אהער איז די גרעסטע חידוש די געניאלע סעלעקציע די מוזיק און מיקס אבער געב מיר שוין א נייעם ליד טאטעניו. עפעס א פרישן דערהער וואס זאל צולאזן דעם שיכט פון היינטיגע מוזיק וואס פארפעסטיגט באלד דעם איידעלע געפיל.

די טראמפעט… ס׳קען לעכערן א שטיין.

די ניגון איז מיר נישט באקאנט. די ריטעם שפירט זיך אינטערסאנט און אביסל אומנאטורליך אינעם הויעכן פאל.

גלילי מאכט א בעטהאווען שטיקל מיט די סטרינגס ביי 2:36.

ס׳איז דא ניגונים וואס אויב מען איז נישט אויפגעוואקסן דערויף ווען מען נישט אלעמאל טרעפן א ספעציעלקייט דערין. נעמליך, במושכל ראשון זענען אסאך חסידישע תנועות באוואוסט און קענטבאר און עס מאכט נישט דעם גרויסן רושם ווי פאר דער וואס ווייקט זיך דערויף פון וויגל. פאר אים איז די תנועה א חלק פון זיין וועזן. א יוגענט ניגון איז באגלייט מיט זכרונות און עפיזאדן וואס וועלן שטענדיג אונטערבעטן דעם ליד אונטערן באוואוסטזיין. אט אזוי שפיר איך ביי דעם ליד. ס׳איז ווארעמהארציג ביז גאר אבער מיינע הארץ סטרונעס זענען פארבליבן בעלעבאטיש געשטימט.

איך טראכט יעצט אז דער דאטום ווען אייזיק איז ערשינען מיטן אלבום איז גאר פאסיג. א היפשע צאל ניגונים זענען אויף ימים נוראים.

השב שכינתך


אה ס׳ווערט לעבעדיג.

און דא ציעט זיך א שמייכל פון אויער צו אויער…. יא די ניגון קען איך, אבער די מוזיק מאכט פשוט גוט אויפן געוויסן. די בעיס רעדט ווערטער.

די ניגון מיט די מוזיק באקומט א נייע באדייט.

מיטן אוי ׳וועי׳… ר׳ אייזיק האט זיך ארומגעדרייט דעם שטאפענעם הוט אויף רעכטס?

אה… הלואי קען איך עס הערן פון אייזיק ביים ברעטל.

די מוזיק איז היפש ליידיג ביים חזנות שטיקל. בלויז שטייפע ברעסס.

די הארמאניע וואס גלילי מאכט אויפן השב שכינתך איז אויסנאם! פון 6:07

אינטרעסאנט אז ביידע ניגונים זענען באבובער ניגונים די ערשטע פונעם קדושת ציון זי"ע, און די צווייטע פון דברי שלמה זי"ע

די ערשטע ניגון איז זייער שיין אראפגעלייגט

די מעשה מיט 'השב' איז אביסל קאמפלעצירט....

און א באבובער אינגערמאן וואס וועט זיך צוהערן צום ניגון, וועט נישט די הארץ אזוי אונטערטאנצן ווען ערט עס הערן
די ניגון איז א קליין חלק פון א לענגערע העליכע ווארימע ניגון אויף ותערב פיל מיט הארץ ותפילה אויף קבלת התפילות צוזאמען געפלאכטן מיט געגועים אויף בנין בית המקדש

די השב חלק איז באקאנט געווארן פאר די וועלט דורך די אמרי חיים זי"ע

דערפאר גלייב איך נישט אז דער באבובער איד וואס קען דעם ניגון וועט הנאה האבן צו הערן, אז פונעם הארציגן ותערב, איז געווארן א חזנות'דיגן השב, אפגערעדט אז מען רעדט דא גאר פון א נייע 'טאנץ' ניגון.......
לעצט פארראכטן דורך או חברותא אום פרייטאג אוגוסט 30, 2024 1:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך האב אויסגעוועלט די ערשטע אפציע, איך בין דער חברותא פון גאנץ כלל ישראל!
אוועטאר
פארשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

@כינור מ'ווארט אויפן "זמן"
יוחנן כהן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:31 pm
שווערע צייטן גייען אוועק.

שווערע מענטשן נישט...
זעצל גראצאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

פארשטיין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:11 am
@כינור מ'ווארט אויפן "זמן"
גא"מ
אוועטאר
פירותיך מתוקים
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2020 12:12 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פירותיך מתוקים »

או חברותא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:10 am
כינור האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 4:10 pm

7. קול השופר

מלוך

אדערווייל ווארט איך פארן חידוש, עפעס וואס מען זאל קענען אנטאפן. ביז אהער איז די גרעסטע חידוש די געניאלע סעלעקציע די מוזיק און מיקס אבער געב מיר שוין א נייעם ליד טאטעניו. עפעס א פרישן דערהער וואס זאל צולאזן דעם שיכט פון היינטיגע מוזיק וואס פארפעסטיגט באלד דעם איידעלע געפיל.

די טראמפעט… ס׳קען לעכערן א שטיין.

די ניגון איז מיר נישט באקאנט. די ריטעם שפירט זיך אינטערסאנט און אביסל אומנאטורליך אינעם הויעכן פאל.

גלילי מאכט א בעטהאווען שטיקל מיט די סטרינגס ביי 2:36.

ס׳איז דא ניגונים וואס אויב מען איז נישט אויפגעוואקסן דערויף ווען מען נישט אלעמאל טרעפן א ספעציעלקייט דערין. נעמליך, במושכל ראשון זענען אסאך חסידישע תנועות באוואוסט און קענטבאר און עס מאכט נישט דעם גרויסן רושם ווי פאר דער וואס ווייקט זיך דערויף פון וויגל. פאר אים איז די תנועה א חלק פון זיין וועזן. א יוגענט ניגון איז באגלייט מיט זכרונות און עפיזאדן וואס וועלן שטענדיג אונטערבעטן דעם ליד אונטערן באוואוסטזיין. אט אזוי שפיר איך ביי דעם ליד. ס׳איז ווארעמהארציג ביז גאר אבער מיינע הארץ סטרונעס זענען פארבליבן בעלעבאטיש געשטימט.

איך טראכט יעצט אז דער דאטום ווען אייזיק איז ערשינען מיטן אלבום איז גאר פאסיג. א היפשע צאל ניגונים זענען אויף ימים נוראים.

השב שכינתך


אה ס׳ווערט לעבעדיג.

און דא ציעט זיך א שמייכל פון אויער צו אויער…. יא די ניגון קען איך, אבער די מוזיק מאכט פשוט גוט אויפן געוויסן. די בעיס רעדט ווערטער.

די ניגון מיט די מוזיק באקומט א נייע באדייט.

מיטן אוי ׳וועי׳… ר׳ אייזיק האט זיך ארומגעדרייט דעם שטאפענעם הוט אויף רעכטס?

אה… הלואי קען איך עס הערן פון אייזיק ביים ברעטל.

די מוזיק איז היפש ליידיג ביים חזנות שטיקל. בלויז שטייפע ברעסס.

די הארמאניע וואס גלילי מאכט אויפן השב שכינתך איז אויסנאם! פון 6:07

אינטרעסאנט אז ביידע ניגונים זענען פונעם זעלבן מחבר בעל הקדושת ציון מ'באבוב זי"ע

די ערשטע ניגון איז זייער שיין אראפגעלייגט

די מעשה מיט 'השב' איז אביסל קאמפלעצירט....

און א באבובער אינגערמאן וואס וועט זיך צוהערן צום ניגון, וועט נישט די הארץ אזוי אונטערטאנצן ווען ערט עס הערן
די ניגון איז א קליין חלק פון א לענגערע העליכע ווארימע ניגון אויף ותערב פיל מיט הארץ ותפילה אויף קבלת התפילות צוזאמען געפלאכטן מיט געגועים אויף בנין בית המקדש

די השב חלק איז באקאנט געווארן פאר די וועלט דורך די אמרי חיים זי"ע

דערפאר גלייב איך נישט אז דער באבובער איד וואס קען דעם ניגון וועט הנאה האבן צו הערן, אז פונעם הארציגן ותערב, איז געווארן א חזנות'דיגן השב, אפגערעדט אז מען רעדט דא גאר פון א נייע 'טאנץ' ניגון.......
די ניגון 'השב' פון 'ותערב' איז נישט פונעם קדושת ציון זי"ע נאר פון דער דברי שלמה זי"ע.
בערענשטיין
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

פארשטיין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:11 am
@כינור מ'ווארט אויפן "זמן"
ער גייט מאכן א אנאליז? נאט סא שאר אויב נישט געווען ביז יעצט
אוועטאר
פארשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

בערענשטיין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:16 pm
פארשטיין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:11 am
@כינור מ'ווארט אויפן "זמן"
ער גייט מאכן א אנאליז? נאט סא שאר אויב נישט געווען ביז יעצט
ער האט געזאגט אז ס'קומט א סורפרייז.
יוחנן כהן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:31 pm
שווערע צייטן גייען אוועק.

שווערע מענטשן נישט...
או חברותא
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 12:29 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך או חברותא »

פירותיך מתוקים האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 6:43 am
או חברותא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:10 am
כינור האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 4:10 pm

7. קול השופר

מלוך

אדערווייל ווארט איך פארן חידוש, עפעס וואס מען זאל קענען אנטאפן. ביז אהער איז די גרעסטע חידוש די געניאלע סעלעקציע די מוזיק און מיקס אבער געב מיר שוין א נייעם ליד טאטעניו. עפעס א פרישן דערהער וואס זאל צולאזן דעם שיכט פון היינטיגע מוזיק וואס פארפעסטיגט באלד דעם איידעלע געפיל.

די טראמפעט… ס׳קען לעכערן א שטיין.

די ניגון איז מיר נישט באקאנט. די ריטעם שפירט זיך אינטערסאנט און אביסל אומנאטורליך אינעם הויעכן פאל.

גלילי מאכט א בעטהאווען שטיקל מיט די סטרינגס ביי 2:36.

ס׳איז דא ניגונים וואס אויב מען איז נישט אויפגעוואקסן דערויף ווען מען נישט אלעמאל טרעפן א ספעציעלקייט דערין. נעמליך, במושכל ראשון זענען אסאך חסידישע תנועות באוואוסט און קענטבאר און עס מאכט נישט דעם גרויסן רושם ווי פאר דער וואס ווייקט זיך דערויף פון וויגל. פאר אים איז די תנועה א חלק פון זיין וועזן. א יוגענט ניגון איז באגלייט מיט זכרונות און עפיזאדן וואס וועלן שטענדיג אונטערבעטן דעם ליד אונטערן באוואוסטזיין. אט אזוי שפיר איך ביי דעם ליד. ס׳איז ווארעמהארציג ביז גאר אבער מיינע הארץ סטרונעס זענען פארבליבן בעלעבאטיש געשטימט.

איך טראכט יעצט אז דער דאטום ווען אייזיק איז ערשינען מיטן אלבום איז גאר פאסיג. א היפשע צאל ניגונים זענען אויף ימים נוראים.

השב שכינתך


אה ס׳ווערט לעבעדיג.

און דא ציעט זיך א שמייכל פון אויער צו אויער…. יא די ניגון קען איך, אבער די מוזיק מאכט פשוט גוט אויפן געוויסן. די בעיס רעדט ווערטער.

די ניגון מיט די מוזיק באקומט א נייע באדייט.

מיטן אוי ׳וועי׳… ר׳ אייזיק האט זיך ארומגעדרייט דעם שטאפענעם הוט אויף רעכטס?

אה… הלואי קען איך עס הערן פון אייזיק ביים ברעטל.

די מוזיק איז היפש ליידיג ביים חזנות שטיקל. בלויז שטייפע ברעסס.

די הארמאניע וואס גלילי מאכט אויפן השב שכינתך איז אויסנאם! פון 6:07

אינטרעסאנט אז ביידע ניגונים זענען פונעם זעלבן מחבר בעל הקדושת ציון מ'באבוב זי"ע

די ערשטע ניגון איז זייער שיין אראפגעלייגט

די מעשה מיט 'השב' איז אביסל קאמפלעצירט....

און א באבובער אינגערמאן וואס וועט זיך צוהערן צום ניגון, וועט נישט די הארץ אזוי אונטערטאנצן ווען ערט עס הערן
די ניגון איז א קליין חלק פון א לענגערע העליכע ווארימע ניגון אויף ותערב פיל מיט הארץ ותפילה אויף קבלת התפילות צוזאמען געפלאכטן מיט געגועים אויף בנין בית המקדש

די השב חלק איז באקאנט געווארן פאר די וועלט דורך די אמרי חיים זי"ע

דערפאר גלייב איך נישט אז דער באבובער איד וואס קען דעם ניגון וועט הנאה האבן צו הערן, אז פונעם הארציגן ותערב, איז געווארן א חזנות'דיגן השב, אפגערעדט אז מען רעדט דא גאר פון א נייע 'טאנץ' ניגון.......
די ניגון 'השב' פון 'ותערב' איז נישט פונעם קדושת ציון זי"ע נאר פון דער דברי שלמה זי"ע.
פאראכטן
להמציא לשולחי כפרה
איך האב אויסגעוועלט די ערשטע אפציע, איך בין דער חברותא פון גאנץ כלל ישראל!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

שכוח אלע ליכטיגע טייערע אידן וואס לייקן און זענען מגיב מיט תגובות מלא טעם און חיזוק דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מאטאווירט צו שרייבן כאטש וואס די צייט איז געענגט. איך האב אזוי געוואלט ציטירן יעדע קאמענט עקסטער און שרייבן וואס איך שפיר אבער ווי נעמט מען צייט... שרולי גרין אייזיק האניג גערשי אורי און יעצט א פרישע באמבע אפריון שלמה טויסיג...

אלנפאלס, א דאנק יעדער איינער פאר די פידבעק און עמערס חיזוק! אינעם לייק עפאכע איז יעדע לייק א דערמאנונג אז ער רעדט נישט צום דופן...
אוועטאר
זילבער פיצער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

העי!
סאיז א פשוטער קאלעוואר?
געזעהן א @כינור תגובה אין די לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'סאשכול, געמיינט אז סאיז שוין געקומען די זמןצו באנייען די אפריון...
אבער... געבליבן זעמיר אינז נאר מיט די הכנה צו די מצוה.
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”