תולדות א'
די תורה הקדושה דערציילט אונז אז יצחק אבינו איז געגאנגען קיין גרר נאך וואס עס איז געווען א הונגער אין לאנד.
די חוקרים זענען אין א גרויסע צומישעניש איבער דאס ריכטיגע ארט פון די אלטע גרר.
לויט ווי עס קוקט אויס פון די פסוקים דארף דאס אוודאי זיין גאר א גרויסע שטאט, די הויפט שטאט פון די פלשתים ווי אבימלך האט דאן געוואוינט. און אזא זאך דארף זיין נישט שווער צו טרעפן לכאורה.
ווי אויך זעט מען גאנץ קלאר אין די פסוקים אז דאס געפינט זיך נישט ווייט פון באר שבע, צו ווי יצחק איז אנגעקומען ווען מען האט אים ארויסגעשטיפט פון גרר. ווי אויך זעט מען אין די פסוקים פריער אז עס איז נעבן עזה, וואס די צוויי ווייסט מען זיכער ווי עס איז.
למעשה האבן די חוקרים נישט קיין קלארע ארט ווי דאס איז, עס איז דא השערות אויף דא און דארט. אבער אין די ספר 'מקרא וארכיאלוגיה' טענה'ט ער, אז לויט זיינע חידושים אין די ארכיאלאגיע פון ארץ ישראל און ארום, איז עס קלאר אויף א געוויסע ארט נעבן די מושב גילת, נישט ווייט פון די גרעסערע שטאט אופקים.
דאס הייסט אזוי: לויט די חוקרים איז די תקופה פון די אבות הקדושים, ערגעץ ווי אין די תקופה וואס זיי רופן 'תקופת הברונזה', און לויט האבן זיי כל מיני קשיות און סתירות. אבער לויט זיין הסברים און ראיות, איז די תקופת האבות אין די תקופה וואס ווערט גערופן 'תקופה הכלקוליתית', היבש א פריערע צייט, משום כמה הוכחות. לויט דעם איז אסאך זאכן פארענטפערט און עס שטימען די געפינסן אויפן פעלד מיט די דברים הכתובים.
און לויט דעם זאגט ער, איז דא גרויסע ארכיאלאגישע ארט פון יענע צייטן, וואס מען זעט קלאר אז עס איז געווען א גרויסע צענטער און די הויפט שטאט פון די גאנצע געגענט. יעצט, די חוקרים זאגן נישט אז דאס איז גרר, וויבאלד לויט זיי איז דאס פון א פריעדיגע תקופה.
אבער לויט אים, דאן איז דאס לכאורה די 'גרר' פון די פסוק, ווי יצחק אבינו איז געווען א שטיק צייט, און ווי ער האט געהאט צוטון מיט אבימלך און אזוי ווייטער. און בעצם אויך ווי אברהם אבינו איז געווען, און נאך.
אגב, לאמיר צוריקגיין א מינוט צו אברהם אבינו. ביי אברהם שטייט א אינטערעסאנטע פסוק וואס איז לכאורה אומפארשטענדליך 'וישב בין קדש ובין שור ויגר בגרר'. דער לשון איז נישט קלאר וואס דאס מיינט אזויווי יעדער קען אליין זען.
און נאך מער, גרר איז אין צפון הנגב, נעבן עזה. קדש און שור זענען זיכער אין צפון סיני, איז ווי שטימט עס?
וויל דער מחבר הנ''ל זאגן אזוי: אין די ארכיאלאגישע געפינסן האט מען געטראפן אז סיי אין צפון נגב און סיי אין צפון סיני האבן געוואוינט די זעלבע מענטשן, ווי מען זעט פון די כלים וכדומה, נאר אין צפון נגב האט מען געפאשעט די שאף, און אין צפון סיני האט מען איינגעפלאנצט פירות וירקות. לכאורה רעדט מען דא פון די זעלבע מענטשן, נאר א טייל יאר האט מען געוואוינט דא און געארבעט מיט דעם, און א טייל יאר געוואוינט דא און געארבעט מיט דעם, ווי די סדר יענע צייטן.
אויב אזוי, קען מען זאגן אז אברהם אבינו האט געוואוינט אויף צוויי ערטער, א טייל יאר האט ער געוואוינט אין גרר און געפאשעט די שאף, אזויווי מען זעט בפירוש אז יצחק אבינו האט דארט טאקע געפאשעט שאף, און האט אויך געהאט צוטון מיט אנדערע פאסטוכער. און א טייל יאר האט אברהם אבינו געוואוינט אין צפון סיני און געארבעט פעלד ארבעט.
און עס שטימט שיין מיט די לשון הפסוק, אז ביי 'בין קדש לשור' איז דא א לשון פון ישיבה, וואס דאס איז מער א לשון פון זיין באזעצט אויף א ארט כידוע, ווייל ביי פעלד ארבעט וואוינט מען אויף איין פלאץ רוהיג נעבן דאס פעלד. משא''כ ביי פאשענען שאף וואנדערט מען ארום כידוע און עס איז נישט קיין באזעצטע ארבעט, דעריבער ווערט עס גערופן 'ויגר', וואס איז א לשון ארעי כידוע.
שפעטער האט מען ארויסגעשטיפט יצחק פון דארט, איז ער געגאנגען נישט ווייט פון דארט, אין נחל גרר. לכאורה מיינט דאס אז האט געוואוינט אינדרויסן פון שטאט, נעבן דעם נחל, ווי ער האט געפאשעט זיינע שאף וכו'.
דערנאך האט ער געהאט צוטון מיט די פאסטעכער פון גרר וואס האבן דארט אויך געפאשעט זייערע שאף.
דערנאך האט ער געוואוינט אין באר שבע, וואס די תורה הקדושה דערציילט אונז אז ער האט דארט געגראבן עטליכע גרובער וכו', ביז עס איז ארויסגעקומען די נאמען באר שבע.
דאס איז לכאורה אביסל שווער, ווייל די נאמען באר שבע ווערט שוין פריער דערמאנט אין די תורה ביי אברהם אבינו, איז ווי קען שטיין דא אז די נאמען קומט פון יצחק אבינו?
עס זענען טאקע פארהאן ראשונים וואס זאגן אז עס איז צוויי אנדערע שטאט. אנדערע ראשונים זאגן אז צו ערשט האט עס געהייסן שבע מיט א קמץ דערנאך מיט א סגל.
אבער דאס איז גאר אינטערעסאנט אז די תורה הקדושה האט געזאגט אז עד היום הזה הייסט עס באר שבע, וכך הוה, אלע יארן האבן עס די אראבער גערופן באר שבע, און כ''ש היינט. באר שבע איז אלע יארן געווען א גרויסע שטאט, און היינט די דריט גרעסטע שטאט אין א''י.
המשך יבא אי''ה