טוב ה' לכל האט געשריבן:
[/color] דא האט זיך אויך געטון ווען עטליכע אדמורי''ם פון פוילן האבן געוואלט דא אויפשטעלן א ישוב זייערע אין יאר תרפ''ד, אבער למעשה איז עס גענצליך צופאלן. צווישן זיי רעכנט זיך:ר' יחזקאל טויבפון די מודזיצע גזע, ר' ישראל אלעזר האפשטיין פון די קאזניצע גזע, ר' ישעיהו שפירא א ברודער פונעם חובת התלמידים, און נאך.
גאנץ איידל געשריבן. מ'קען דא צושטעלן בילדער ווי די יאבלאנער מיט די חסידים בויען אויף די שטאט.
טוב ה' לכל האט געשריבן:
[/color] דא האט זיך אויך געטון ווען עטליכע אדמורי''ם פון פוילן האבן געוואלט דא אויפשטעלן א ישוב זייערע אין יאר תרפ''ד, אבער למעשה איז עס גענצליך צופאלן. צווישן זיי רעכנט זיך:ר' יחזקאל טויבפון די מודזיצע גזע, ר' ישראל אלעזר האפשטיין פון די קאזניצע גזע, ר' ישעיהו שפירא א ברודער פונעם חובת התלמידים, און נאך.
גאנץ איידל געשריבן. מ'קען דא צושטעלן בילדער ווי די יאבלאנער מיט די חסידים בויען אויף די שטאט.
קום אריין קלארער איבער די היסטאריע איבער זיי
היינט בייים יארצייט, נו...
בעיסיקלי ער איז ארויף אויף ארץ ישראל און זיין סטעיטמענט איז געעוען רק באהבת חינם תבנה הארץ ביים סוף האט ער אזוי ליב געהאט יעדן איד אז ער האט אויך געווארן א חלק פון די אנדערע אידן.
בילדער האב איך ארויף געלייגט אין צווייטן אשכול.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
טוב ה' לכל האט געשריבן:
[/color] דא האט זיך אויך געטון ווען עטליכע אדמורי''ם פון פוילן האבן געוואלט דא אויפשטעלן א ישוב זייערע אין יאר תרפ''ד, אבער למעשה איז עס גענצליך צופאלן. צווישן זיי רעכנט זיך:ר' יחזקאל טויבפון די מודזיצע גזע, ר' ישראל אלעזר האפשטיין פון די קאזניצע גזע, ר' ישעיהו שפירא א ברודער פונעם חובת התלמידים, און נאך.
גאנץ איידל געשריבן. מ'קען דא צושטעלן בילדער ווי די יאבלאנער מיט די חסידים בויען אויף די שטאט.
קום אריין קלארער איבער די היסטאריע איבער זיי
היינט בייים יארצייט, נו...
בעיסיקלי ער איז ארויף אויף ארץ ישראל און זיין סטעיטמענט איז געעוען רק באהבת חינם תבנה הארץ ביים סוף האט ער אזוי ליב געהאט יעדן איד אז ער האט אויך געווארן א חלק פון די אנדערע אידן.
נ.ב. אז איך שרייב שוין יא, וועל איך מיר באדאנקען פאר הרב טוב פאר די געלונגענע גוטע אינטרעסאנטע באשרייבונג, און פאר הרב איינס, פאר די שיינע בילדער וואס ער לייגט צו.
להנציח זכרונם של צדיקים פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דאhttp://www.yuhrzeit.com
טוב ה' לכל האט געשריבן:
פארן מיר צוריק צום 89, און מיר ווענדן זיך רעכטס צום שטאט עכו. עס פארמאגט גאר א רייכע אידישע און להבדיל נישט אידישע היסטאריע.
דאכט זיך מיר אז אין עכו אז דא הערליכע Mosaic artwork וואס דער עולם גייט באזוכן. אני הקטן איז נאך קיינמאל דארט געווען, אבער כך שמעתי פון אסאך וואס גייען ארום לתור את הארץ.
טוב ה' לכל האט געשריבן:
[/color] דא האט זיך אויך געטון ווען עטליכע אדמורי''ם פון פוילן האבן געוואלט דא אויפשטעלן א ישוב זייערע אין יאר תרפ''ד, אבער למעשה איז עס גענצליך צופאלן. צווישן זיי רעכנט זיך:ר' יחזקאל טויבפון די מודזיצע גזע, ר' ישראל אלעזר האפשטיין פון די קאזניצע גזע, ר' ישעיהו שפירא א ברודער פונעם חובת התלמידים, און נאך.
גאנץ איידל געשריבן. מ'קען דא צושטעלן בילדער ווי די יאבלאנער מיט די חסידים בויען אויף די שטאט.
קום אריין קלארער איבער די היסטאריע איבער זיי
היינט בייים יארצייט, נו...
בעיסיקלי ער איז ארויף אויף ארץ ישראל און זיין סטעיטמענט איז געעוען רק באהבת חינם תבנה הארץ ביים סוף האט ער אזוי ליב געהאט יעדן איד אז ער האט אויך געווארן א חלק פון די אנדערע אידן.
נ.ב. אז איך שרייב שוין יא, וועל איך מיר באדאנקען פאר הרב טוב פאר די געלונגענע גוטע אינטרעסאנטע באשרייבונג, און פאר הרב איינס, פאר די שיינע בילדער וואס ער לייגט צו.
טוב ה' לכל האט געשריבן:
נאכן זיך אויסבעטן אלעס גוטס און זיך זעטיגן פון דעם שיינעם טאל, פארן מיר ווייטער אויפן הויפט שאסיי, ביז מיר גרייכן דעם דרוזישן דארף 'פקיעין'. דא אין פקיעין האבן מיר בעיקר צוויי מקומות צו גיין. די ערשטע איז די גאר באקאנטע מערה פון ר' שמעון מיט אלעס ארום. די צווייטע איז א קבר פונעם תנא ר' יוסי בן לקוניא, די שווער פון ר' אלעזר בן ר' שמעון. למעשה איז באקאנט אז ארום דעם באהויפטונג אז דא געפינט זיך די באקאנטע 'פקיעין' ווי ר' שמעון האט זיך באהאלטן פאר דרייצן יאר, ארום דעם טוט זיך גאר אסאך! פון די מקורות איו חז''ל קוקט נישט אויס ווי פקיעין געפינט זיך בכלל אין גליל, נאר ענדערש אין די געגענט פון לוד אין צענטער לאנד. און אזוי טענה'ן די חוקרים, און אויך עטליכע היימישע ערליכע אידן האבן געוואלט אזוי זאגן, וויבאלד עס זענען פארהאן אויף דעם ארט אין פקיעין, גאר אסאך קשיות און שוועריקייטן צו גלייבן דערין. אבער למעשה איז דאס גאר אן אלטע מסורה וואס מען קען נישט אזוי גרינג אוועקמאכן! נאכדערצו, אז ביז היינט וואוינט דא נאך א אלטע פרוי, וואס איז די לעצטע איד וואס וואוינט דא, און ווי זיי האבן מסורה, וואוינען זיי דא נאך זינט דעם צווייטן חורבן בית המקדש, און דערפאר וויל זי נישט אוועקגיין פון דא, נישט ווילנדיג אפהאקן די רציפות פון די אידישע ארטיגע קהילה. און ביז נישט לאנג צוריק האבן דא געוואוינט צענדליגע אידישע משפחות וואס האבן אויך געהאט אזא מסורה אז זיי וואוינען שוין דא אלע יארן זינט דעם חורבן (לעצטנס האט מען פרובירט אביסל צוריקצוברענגן אידישע משפחות אהין). אויב אזוי איז דאס גאר א פונקטליכע און שטארקע מסורה, און די קשיות דערויף וועט מען דארפן פארענטפערן, אבער די מסורה בלייבט א מסורה. בכלל האבן זיי דארט אן אלטן בית המדרש וואס ווי זיי זאגן, שטייט דאס נאך טאקע פון די ערשטע צייטן, נאך בזמן חורבן הבית. מען האט דארט טאקע געפינען אלטע אינטערעסאנטע געפינסן, בעיקר א אלטע שטיין אויסגעקריצט אויף דעם די צורה פון א מנורה, א שופר, א לולב און נאך, וואס לכאורה איז דאס געווען א טייל פון א אלטן בית המדרש וואס האט זיך דארט געפינען.
די מערה איז ממש נעבן דעם הויפט שאסיי, מיט מערערע טרעפ אראפצוגיין דערצו. דערנעבן איז היינט פארהאן א באקסער בוים, און א קוואל לויפט נישט ווייט דערפון, היינט צוטאגס, אין צענטער פונעם אלטן דארף. די מערה איז גאר קליין, און באהאלטן קען מען זיך נישט דארט., און מען קען זאגן אז עס איז פשוט איינגעפאלן אזוי ווי די סדר פון מערות, און באמת גייט עס פיל טיפער און מען האט זיך געקענט באהאלטן דערין אין די טיפערע חלקים. צום קוואל, און אזוי אויך צום קבר וואס איז טיף אינעם אראבישן דארף, איז לכאורה נישט כדאי צו גיין, ווייל צומאל ווערן די ארטיגע איינוואוינער זייער אומהעפליך, און עס איז נישט כדאי זיי צו באגעגענען פונקט דעמאלטס... אני הקטן בין איך געווען ביי אלע, אויך ביים קוואל און אויך אויף דעם קבר וואס געפינט זיך אין די בעק יארד פון אן אראבער, אבער נאר טיף אינעם עלנדן טינקעלן נאכט, ווען די ארטיגע זענען סרוחים במיטותיהם אין א טיפן שלאף וואס איז נאה להם ונאה לעולם...
א גרויסן שכויח טוב די ערוועקטס מיינע געפילן צום ארץ אשר השם א-לוקיך דורש אותה מראשית השנה ועד אחרית השנה.
טוב ה' לכל האט געשריבן:
[/color] דא האט זיך אויך געטון ווען עטליכע אדמורי''ם פון פוילן האבן געוואלט דא אויפשטעלן א ישוב זייערע אין יאר תרפ''ד, אבער למעשה איז עס גענצליך צופאלן. צווישן זיי רעכנט זיך:ר' יחזקאל טויבפון די מודזיצע גזע, ר' ישראל אלעזר האפשטיין פון די קאזניצע גזע, ר' ישעיהו שפירא א ברודער פונעם חובת התלמידים, און נאך.
גאנץ איידל געשריבן. מ'קען דא צושטעלן בילדער ווי די יאבלאנער מיט די חסידים בויען אויף די שטאט.
טוב ה' לכל האט געשריבן:
פארן מיר צוריק צום 89, און מיר ווענדן זיך רעכטס צום שטאט עכו. עס פארמאגט גאר א רייכע אידישע און להבדיל נישט אידישע היסטאריע.
דאכט זיך מיר אז אין עכו אז דא הערליכע Mosaic artwork וואס דער עולם גייט באזוכן. אני הקטן איז נאך קיינמאל דארט געווען, אבער כך שמעתי פון אסאך וואס גייען ארום לתור את הארץ.
אמטשולדיגס פארן אייך לאזן אזויפיל ווארטן דא, נאכדערצו אין אן אומהיימליכן אראבישן געגענט. אבי מען איז אין ארץ ישראל..... מיר וועלן אייך באצאלן היינט מיט א לענגערע נסיעה אי''ה. מיר פארן אריין אין די צענטראלע שטאט 'סכנין', פון די גרעסטע אראבישע שטעט אינעם גליל. דער ישוב ווערט שוין דערמאנט אין חז''ל. ר' חנניה בן תרדיון האט דארט געוואוינט, און פארשטייט זיך ר' יהושע ד'סכנין, וואס ווערט אסאך דערמאנט אין מדרש, האט דארט געוואוינט. חז''ל דערציילן אויך אז סכנין איז געווען פון די בעסטע ערטער אין ארץ ישראל וואו צו פלאנצן, און די פירות וואס האבן דארט געוואקסן זענען געווען גאר געוואלדיג. דא ליגט טאקע ר' יהושע דסכנין. ער ליגט אין צענטער פון שטאט, נישט ווייט פון די הויפט שאסיי אויף וואס מיר פארן יעצט, אין א גרויסן שיינעם בנין וואס איז לכאורה געבויט געווארן תיכף נאך זיין פטירה איבער זיין קבר, און שטייט נאך זינט דאן! ארום די קבר איז פארהאן אן ארומגעצוימט שטיקל פעלדל, מיט א ריזיגן אלטן פערזשן בוים (פלא''ם בלע''ז) דערין.
דאס איז מיט סכנין. יעצט פארן מיר ווייטער צו די קומענדיגע דערנעבנדיגע אראבישע דארף, דאס איז 'עראבה'. בימי חז''ל איז דאס געווארן גערופן 'ערב', און ר' חנינא בן דוסא און נאך תנאים האבן דא געוואוינט. עס איז געווען א גרויסע צענטער, און פון די גרעסטע שטעט אין גליל. היינט איז עס א גרויסע אראבישע דארף, וואס די ארטיגע איינוואוינער ליבן נישט ספעציעל קיין אידן, על בשרי אחזה... דא האבן מיר טאקע די קבר פונעם באקאנטן תנא הקדוש ר' חנינא בן דוסא. ער ליגט אין א קליינעם אלטן בנין, ווי עס געפינען זיך צוויי ארונות, איינס פון ר' חנינא און די צווייטע פון זיין ווייב, וואס ווערט אויך דערמאנט אין חז''ל לשבח. נישט ווייט פון דארט איז דא אן אלטן אראבישן בית הקברות, און אין די צענטער איז דא א גרויסע רינדעכיגע שטיין וואס יש אומרים אז דארט ליגט ר' ראובן איצטרובלי, וואס ווערט דערמאנט אין חז''ל אלץ דער וואס האט גע'שתדל'ט פאר כלל ישראל צום גוטן. גבאי טענה'ט אז ער ליגט ערגעץ אנדערש אין דעם דארף, אבער זיי ווייסן אויך נישט פונקטליך וואו.
דא קעגן איבער דעם אריינגאנג איז דא א וועג ארויף, וואו מען קומט אן צום קבר פונעם תנא הקדוש ר' מתיא בן חרש. צו דער מקום קומען רעלאטיוו אסאך מענטשן, און עס זענען דא מעשיות פון ישועות דא. איך ווייס אפילו פון מענטשן וואס האבן צוגעזאגט א 'מתיא' פאר א קינד... יא יא, לאכטס נישט, זיי זענען געווארן געהאלפן, און איך קען טאקע א מתיא'לע... זייער א פיינעם אינגערמאן, עס האט אים גארנישט געשאדט... דעם קבר, איז א קליינער נייעם בנין, און אינטער דעם א מערה ווי מען קען אריינקריכען. די קבר איז נישט אינעם דארף, און מען קען רוהיג אהינגיין. צומאל איז פארשפארט די צוים אינטען, און מען דארף ארויפגיין צופיס, דעמאלטס, ווייס איך שוין נישט צו עס איז כדאי צו לאזן די קאר אינטען קעגן די אריינגאנג צום אראבישן דארף.
פון דא, פארן מיר ווייטער ביזן 65, די שאסיי פון וועמען מיר האבן שוין גערעדט פריער איבער די העפטיגע בוי ארבעט וואס גייט דא אריין די לעצטע יארן עס אויסצוברייטערן. איך פארדין נישט צופיל דערפון, ווייל איך קען דא פיין פארן אויך אן דעם, אויפן סקרין... מיר דרייען זיך לינקס און פארן אויפן 65 א היבשע שטרעקע. רעכטס זעהען מיר שוין ווי די בערג נידערן שארף אראפ ביזן כנרת וואס זעט זיך שוין ארויס פונדערווייטנס, און איז ווי באקאנט טיף אינטערן ים פלאך, און מען דארף אסאך אראפנידערן עס צו דערגרייכן. מיר פארן צו צפון, אינדערמיט פארן מיר אריבער די ישוב 'רביד'. דערנאך די 807, וואס פירט אראפ קיין טבריא. מיר פארן ווייטער ביז מיר דערגרייכן די קברים פון חבקוק הנביא און רבינו בחיי. היינט איז שוין געבויט א שיינעם וועג אריין וואס פירט צו די קברים. און אויך צו די ישוב קדרים, וואס מיר ווייסן שוין פארוואס עס הייסט קדרים, ווער געדענקט?...
די היינטיג אנגעצייכנטע קבר פון חבקוק איז א זיכערע טעות, גם ר' שמ''ח זאגט אזוי (מפי השמועה). ממש דערנעבן, אריבער די צוים, געפינט זיך די ריכטיגע קבר וואס גבאי שרייבט אין זיין ספר. אויף די נישט ריכטיגע איז דא א שיינעם גרויסן בנין, מיט ספרים דערינען, און אויף די וואנט א גרויסע טאוועל מיט די 'תפלה לחבקוק'. אביסל ווייטער איז דא א קבר וואס איז געבויט דערויף א שטיקל בנין, און אנגעצייכנט אלס די קבר פון רבינו בחיי. גבאי טענה'ט אז עס איז ערגעץ אנדערש, נענטער צו חבקוק.
נישט ווייט פון דא, אין חורבת חוקוק, ווערט אין די לעצטע יארן, אויפגעגראבן א שיינעם אלטן בית הכנסת מזמן האמוראים, מיט הערליכע מאלערייען אויף די ערד (דורך טיילס), וואס איז פארהאן אין אסאך אלטע בתי כנסיות אינעם לאנד. עטליכע מאלערייען זענען פון שמשון הגיבור, פון די מעשיות וואס ווערן דערמאנט אין שופטים. עפעס א קשר האבן זיי געהאט ספעציעל מיט שמשון. ווי אויך מאלערייען פון יונה אין די בויך פונעם פיש, און די מעשה פון דור הפלגה, די מרגלים, קריעת ים סוף, און נאך. בכלל ווערט שוין די ישוב חקוק דערמאנט אין נ''ך עטליכע מאל. אין אויך אין חז''ל אלץ א וואוין ארט פאר עטליכע אמוראים. אינטערסאנט די צוזאמשטעל מיט די נאמען פונעם נביא וואס ליגט דא 'חבקוק', צו די שטאט וואס איז דא געווען 'חוקוק', וואס ווערט שוין דערמאנט הונדערטע יארן פריער ווען יהושע האט עס איינגענומען. היינט איז דא דערנעבן א אידישע ישוב 'חוקוק'.
פון דא פארן מיר ווייטער אויפן 65, מיר וועלן איבערפארן די 85 צו רעכטס, ווי מיר זענען שוין געפארן. ווילנדיג דערגרייכן די ניינציג וואס טראגט אונז אראפ קיין טבריא, וואו מיר האבן פאריגע מאל זיך אוועקגעדרייט, און אויפן וועג באזוכן נאך עטליכע ערטער וואס קענען זיין אינטערעסאנט. גרייכן מיר די ניינציג, און מיר מאכן א רעכטס, און מיר הייבן אן שארף אראפצופארן צום טיפן טאל ווי די כנרת ליגט אויסגעשפרייט. אבער גלייך בעפאר מיר הייבן אן זיך אראפצוקייקלען די בארג מיט געדרייטע וועגן, האבן מיר א ארט צו באזוכן, דאס איז 'כורזים'. מיר פארן ארויף אויפן זייטיגן 6277, און נאך אביסל האבן מיר די נאציאנאלע פארק 'כורזים'.
כורזים איז א שטאט פון די צייטן פון די אמוראים, וואס רוב פון די שטאט איז געווארן ארויסגעגראבן און מען קען עס זען היינט אויפן שטח. דער געגענט ווערט דערמאנט אין חז''ל אלץ א פלאץ פון וואו עס איז גוט צו ברענגען תבואה פארן בית המקדש, וויבאלד עס וואקסט דא גאר גוטע תבואה. די עיקר דערפון איז די אלטע בית המדרש פון יענע צייטן וואס מען האט דארט געפונען. א געפינס וואס מען האט געפינען אויף מערערע ערטער אין גליל און אין דרום, אזוי ווי מיר האבן שוין געהאט אין מירון, אין חורבת שמע נעבן קבר שמאי, און אין ברעם, און ווי מיר וועלן נאך האבן אי''ה. עס איז א גרויסע בית המדרש געבויט מיט הערליכע שטיין, אריינגעקריצט דערין גאר שיינע באצירונגען ווי עס פאסט פארן אייבערשטנ'ס היים, מקדש מעט. לויט ווי די חוקרים זאגן, איז דאס איינקריצען אין די סארט שטיינער גאר א גרויסע חכמה, וואס האט געדארפט אסאך מומחיות און כוחות און געלט, וואס זיי זענען געווען גרייט צו אינוועסטירן פארן אייבערשטנס כבוד. אויף איין שטיין האט מען געטראפן אויפגעשריבן ''זכור לטוב יודן בר ישמעאל שעשה את העמודים והמדריגות מכספו''. דאס איז א שקויעך פאר די חשובע נדבן 'יודן (יהודה) בר ישמעאל' וואס האט מנדב געווען די הויכע שיינע זוילן וואס די בית המדרש פארמאגט פון אלע זייטן, און די טרעפ פונעם בית המדרש. ער איז טאקע זכור לטוב ביז אריבער טויזענט יאר שפעטער!.... ווי אויך האט מען דא געפינען א ריזיגן בית הבד, א ארט ווי מען האט אויסגעקוועטשט זיתים פאר אויל.
אריינצוגיין דא, קאסט אפאר שקל. דאס איז, וויבאלד זיי האלטן אויף דעם ארט שיין און מסודר עס זאל זיין ראוי צו באזוכן, פארלאנגען זיי זיך צו משתתף זיין אין די הוצאות. דאס זעלבע האבן מיר געהאט אין ברעם ווי זיי האלטן אויך אויך דעם פלאץ כראוי, דעריבער ווילן זיי מען זאל צאלן. אנדערש טאקע אין מירון און אין חורבת שמע וואס איז נישט מסודר און אויפגעהאלטן, און קאסט טאקע נישט קיין געלט. בחינם באקומט מען כינים... דערנעבן איז דא א אידישע ישוב 'כורזים', על שם די אלטע ישוב.
מיר ענדיגן אין כורזים, מיר פארן צוריק צום 90, און מיר הייבן אן אראפצופארן צום כנרת. פאר אונז שפרייט זיך שוין אויס דעם גאנצן טאל, און פונדערווייטנס קען מען שוין אויך זען די שטאט טבריא אין צענטער פונעם כנרת. מיר פארן אראפ מיט די גאר געדרייטע ראוד, אראפ די בארג צו גרייכן די נידריגע טאל ווי די כנרת איז, וואס איז בערך 700 פיס אינטערן ים פלאך. ענדליך גרייכן מיר די פלאך פונעם שמאלן ערד פלאך, צווישן די בערג ארום, וואס נעמען ארום די כנרת פון אלע זייטן, און די ים אליין. דא רעכטס פארן מיר קיין טבריא. אבער מיר וועלן צום ערשט מאכן א לינקס אויפן 87 וואס נעמט ארום די כנרת פון צפון זייט, דא האבן מיר צו באזוכן 'כפר נחום'.
אין כפר נחום געפינט זיך די גרעסטע פריעדיגע בית הכנסת אין ארץ ישראל. די פראבלעם דערמיט איז נאר אז די גמרא דערציילט אונז די סוד אז די אידן אין כפר נחום זענען גאר געווען מינים. דעריבער איז נישט קלאר צו עס איז אויסגעהאלטן אריינצוגיין אין דער בית הכנסת אלץ א כנסת המינים.... און עס קען אפשר זיין אז דאס איז פון אנדערע אידן. דא, אין דער צפון טייל פונעם כנרת, איז גאר א וויכטיגע ארט פאר די קריסטן. לויט זייערע לעגענדעס איז דא פארגעקומען גאר אסאך מופתים פונעם אותו האיש, און דא האט ער זיך געדרייט און געוואוינט. דעריבער, האבן זיי דא מערערע קלויסטערס, געבויט אויף קלויסטערס פון איבער טויזענט יאר צוריק, אלץ זכר פאר זייער מנהיג, זכר לחורבן... זכור 'אותו האיש' לרע.... זכר עמלק... דעריבער, איז לכאורה כפר נחום געווען אזעלכע האלבע קריסטן, וואס זענען געווארן נשפע פון די געגענט. אין מדרש ווערט דערציילט איבער ר' חנינא, די נעפיו פון ר' יהושע בן חנניה, וואס איז געקומען דא זיך טענה'ן מיט די ארטיגע מינים, און דערנאך געדארפט אנטלויפן פון זיי מיט א חמור אין שבת. א גרויס טייל פונעם בית הכנסת איז געווארן צוריק געבויט, שיין און מסודר, כמעט ווי ווען עס איז געשטאנען פאר טויזענט פינף הונדערט יאר צוריק. אויף איינע פון די שיינע עמודים האט מען געטראפן געשריבן "חלפו בר זבידה בר יוחנן עבד הדן עמודה (האט געמאכט דער עמוד), תי לא ברכתא (תבא עליו ברכה)".
אויך האבן מיר דא א קבר. דער קבר איז היבש נישט קלאר ווער עס ליגט דא. לכאורה איז עס נחום הנביא, ווי עס איז משמע פונעם אר''י הקדוש, וואס לכאורה נאך זיין ארטיגע קבר איז די שטאט גערופן געווארן אלע יארן 'כפר נחום' - די דארף ווי נחום הנביא ליגט. זיין קבר האט גבאי געטראפן אין די לעצטע יארן. עס מוז נישט זיין אז ער האט גוט געטראפן און מען קען זיך קריגן דערויף. עכ''פ, געפינט זיך דער קבר אין א באנאנע פעלד, צווישן די ביימער. א קליינעם טיפן מערה אינטער די ערד.
האבן מיר גענדיגט מיט כפר נחום, פארן מיר צוריק צום 90, און מיר פארן צו דרום ריכטונג. אויף די לינקע זייט האבן מיר יעצט די גאנצע כנרת הארט נעבן אונז. און אויף די רעכטע זייט הייבן זיך נעבן אונז די בערג פון גליל התחתון. מיר זענען יעצט אפאר הונדערט פיס אינטערן ים פלאך, דעריבער איז דא זייער שטיקעדיג הייס און גאר נאס רוב יאר, ווער רעדט שוין אין סאמע זומער, ווי עס ווייסט יעדער וואס איז שוין געווען אין טבריא אין די זומער און אז עס איז כמעט נישט דא קיין לופט צו אטעמען. און בנוסף צו דעם, איז עיר קאנדישאן אין ארץ ישראל א לוקסעס, און ווילאנג מען וועט נישט האלטן פארן אויסגיין פון די גרויסע היץ, וועט מען עס נישט אנצינדן... דערפאר טאקע, ניצט מען אויס די היצן צום גוטן, און מען פלאנצט דא מערערע טראפישע סארט געוויקסן, וויבאלד די וועטער איז דא טראפיש, כמעט ווי אינטערן עקוועטאר. ווי למשל, אוואקאדא, באנאנעס, פאפאע, ליצ'י, פיינעפל און נאך. ווי מען קען זען אויף די זייטן פונעם ראוד, אויב מען ווייסט וואס מען זעט.
פארט מען דורך דעם 7177 וואס פירט צו צוויי אידישע ישובים, חוקוק און ליבנים. דערנאך פארט מען אריבער דעם גרעסערן אידישן ישוב 'מגדל'. דא זעט מען העכער אונז דעם מעכטיגן 'צוק ארבל', וואס קוקט אראפ אויף דעם טאל וואו מיר געפינען זיך. באלד וועלן מיר אי''ה זיין דארט אויבן. דערנאך פארן מיר אריבער די 807 וואס פירט צוריק פון ווי מיר קומען, צום 65. און גלייך דערנאך אויף די רעכטע זייט האבן מיר א אלטע ישוב 'מגדלא', וואס מיר וועלן אט אט באזוכן אי''ה. האבן מיר אריינגעכאפט אין איין טאג, לכבוד ר''ח אלול... אסאך אסאך. קבר ר' יהושע דסכנין אין סכנין, צוויי קברים אין עראבה, ר' מתיא בן חרש אין עילבון, און א היינטיגע מתיא'לע... חבקוק הנביא און רבינו בחיי, און דערנעבן א אלטע אינטערעסאנטע בית המדרש. דערנאך א אלטע בית המדרש אין כורזים, און דערנאך א אלטע בית המדרש אין כפר נחום, און דערנעבן די קבר פון נחום הנביא, און אויך אריינגעכאפט אפאר געשמאקע פרישע זאפטיגע פיינעפל און ליצ'יס פון די ארומיגע פעלדער... בקיצור, קבר, בית הכנסת, קבר, בית הכנסת, קבר, בית הכנסת.... און פאפאע און ליצ'י, עפעס עולם הזה אויך....
טוב ה' לכל האט געשריבן:
נאכן זיך אויסבעטן אלעס גוטס און זיך זעטיגן פון דעם שיינעם טאל, פארן מיר ווייטער אויפן הויפט שאסיי, ביז מיר גרייכן דעם דרוזישן דארף 'פקיעין'. דא אין פקיעין האבן מיר בעיקר צוויי מקומות צו גיין. די ערשטע איז די גאר באקאנטע מערה פון ר' שמעון מיט אלעס ארום. די צווייטע איז א קבר פונעם תנא ר' יוסי בן לקוניא, די שווער פון ר' אלעזר בן ר' שמעון. למעשה איז באקאנט אז ארום דעם באהויפטונג אז דא געפינט זיך די באקאנטע 'פקיעין' ווי ר' שמעון האט זיך באהאלטן פאר דרייצן יאר, ארום דעם טוט זיך גאר אסאך! פון די מקורות איו חז''ל קוקט נישט אויס ווי פקיעין געפינט זיך בכלל אין גליל, נאר ענדערש אין די געגענט פון לוד אין צענטער לאנד. און אזוי טענה'ן די חוקרים, און אויך עטליכע היימישע ערליכע אידן האבן געוואלט אזוי זאגן, וויבאלד עס זענען פארהאן אויף דעם ארט אין פקיעין, גאר אסאך קשיות און שוועריקייטן צו גלייבן דערין. אבער למעשה איז דאס גאר אן אלטע מסורה וואס מען קען נישט אזוי גרינג אוועקמאכן! נאכדערצו, אז ביז היינט וואוינט דא נאך א אלטע פרוי, וואס איז די לעצטע איד וואס וואוינט דא, און ווי זיי האבן מסורה, וואוינען זיי דא נאך זינט דעם צווייטן חורבן בית המקדש, און דערפאר וויל זי נישט אוועקגיין פון דא, נישט ווילנדיג אפהאקן די רציפות פון די אידישע ארטיגע קהילה. און ביז נישט לאנג צוריק האבן דא געוואוינט צענדליגע אידישע משפחות וואס האבן אויך געהאט אזא מסורה אז זיי וואוינען שוין דא אלע יארן זינט דעם חורבן (לעצטנס האט מען פרובירט אביסל צוריקצוברענגן אידישע משפחות אהין). אויב אזוי איז דאס גאר א פונקטליכע און שטארקע מסורה, און די קשיות דערויף וועט מען דארפן פארענטפערן, אבער די מסורה בלייבט א מסורה. בכלל האבן זיי דארט אן אלטן בית המדרש וואס ווי זיי זאגן, שטייט דאס נאך טאקע פון די ערשטע צייטן, נאך בזמן חורבן הבית. מען האט דארט טאקע געפינען אלטע אינטערעסאנטע געפינסן, בעיקר א אלטע שטיין אויסגעקריצט אויף דעם די צורה פון א מנורה, א שופר, א לולב און נאך, וואס לכאורה איז דאס געווען א טייל פון א אלטן בית המדרש וואס האט זיך דארט געפינען.
די מערה איז ממש נעבן דעם הויפט שאסיי, מיט מערערע טרעפ אראפצוגיין דערצו. דערנעבן איז היינט פארהאן א באקסער בוים, און א קוואל לויפט נישט ווייט דערפון, היינט צוטאגס, אין צענטער פונעם אלטן דארף. די מערה איז גאר קליין, און באהאלטן קען מען זיך נישט דארט., און מען קען זאגן אז עס איז פשוט איינגעפאלן אזוי ווי די סדר פון מערות, און באמת גייט עס פיל טיפער און מען האט זיך געקענט באהאלטן דערין אין די טיפערע חלקים. צום קוואל, און אזוי אויך צום קבר וואס איז טיף אינעם אראבישן דארף, איז לכאורה נישט כדאי צו גיין, ווייל צומאל ווערן די ארטיגע איינוואוינער זייער אומהעפליך, און עס איז נישט כדאי זיי צו באגעגענען פונקט דעמאלטס... אני הקטן בין איך געווען ביי אלע, אויך ביים קוואל און אויך אויף דעם קבר וואס געפינט זיך אין די בעק יארד פון אן אראבער, אבער נאר טיף אינעם עלנדן טינקעלן נאכט, ווען די ארטיגע זענען סרוחים במיטותיהם אין א טיפן שלאף וואס איז נאה להם ונאה לעולם...
א גרויסן שכויח טוב די ערוועקטס מיינע געפילן צום ארץ אשר השם א-לוקיך דורש אותה מראשית השנה ועד אחרית השנה.
שטייען מיר דא אקעגן איבער די נייע מגדל. אויף די אנדערע זייט ראוד האבן מיר דא דעם אלטן מגדל, ווי מיר גייען יעצט באזוכן. מגדל איז א שטאט מזמן הבית שני. אסאך היסטאריע איז דא פארגעקומען ביים זמן החורבן. ווי יוסיפון דערציילט איז די בלוט פון די דערנעבנדיגע כנרת, געווארן רויט פון בלוט, פון די אידן וואס זענען דאן געהארגעט געווארן דא דורך די רומיים, ה' ינקום דמם. פאר עטליכע יאר צוריק האבן די קריסטן באשלאסן דא צו בויען א קלויסטער, וויבאלד זיי האלטן אז דא ארם די כנרת איז זייער א וויכטיגע היסטארישע פונקט פאר זיי, ווי שוין פריער ערווענט. למעשה האבן זיי, גראבנדיג פאר זייער קלויסטער, דא געפינען גרויסע אידישע איבערבלייבענישן. און איבערהויפט א וויכטיגע אידישע געפינס – די עלצטע בית הכנסת וואס מען האט נאר געטראפן אין גאנצן גליל געגענט, עס שטייט נאך מזמן בית שני. אנדערש ווי רוב אנדערע וואס זענען פון די זמן התנאים און נאך שפעטער מזמן האמוראים והגאונים. אויך האט מען געפינען די בימה וואס האט זיך געפינען אינמיטן בית המדרש, אויף וואס מען האט געליינט די תורה. אויף די בימה איז געווען שיין אויסגעקריצט א גרויסן מנורה מיט צוויי גרויסע אויל קריגלעך אין די זייט. אין די זייט האבן זיי געפינען א קליינעם שטיבל וואס זיי שאצן צו זיין די 'מגילות שטיבל', אזא אוצר הספרים ווי מען האט געהאלטן מגילות צו לערנען און ליינען קריאת התורה. למעשה קען מען טאקע באזוכן דעם אלטן מגדל, אבער עס איז א שטארק קריסטישע ארט.
פארן מיר ווייטער אויפן 90. מיר קומען נענטער און נענטער צום אלטן בארימטן שטאט 'טבריא', א שטאט וואס איז דורכגעווייקט מיט תורה ועבודה פון צדיקים וקדושים פון אסאך דורות: תנאים, אמוראים, גאונים, תלמידי הגר''א, תלמידי הבעש''ט הראשונים, וחסידים ואנשי מעשה, און נאך. און ביז היינט ליגן נאך פילע פון זיי אין דער שטאט.
מיר וועלן אביסעלע מאריך זיין אין די היסטאריע פון דעם שטאט: טבריא איז א שטאט וואס איז אסאך יארן געווען א צענטער פאר כלל ישראל. די גמרא רעדט גאר אסאך דערפון, מער ווי רוב אנדערע שטעט. אזוי ווייט אז די גמרא איז אפילו דן איבער די עמקות פון די נאמען 'טבריא' פארוואס עס הייסט אזוי 'שאפילו ריקנין בה מלאים מצות כרימון' (רקת), 'שטובה ראייתה' און נאך. די גמרא דערמאנט 'טבריא זו רקת', אז טבריא איז א שטאט וואס איז שוין געשטאנען אין די צייטן פון יהושע בן נון, און דערפאר קען זיין אז מען דארף האלטן פורים אזוי ווי די שטעט וואס זענען מוקפי חומה. היינט איז דאס 'תל רקת' וואס מען פארט אריבער אויפן 90. שפעטער האט הורדוס בן הורדוס הגדול דא אויפגעבויט דא א גרויסע שיינע שטאט און עס געמאכט פאר א צענטער. אידן אבער האבן נישט געקענט קומען דא וואוינען, צוליב דעם וואס עס זענען דא געווען אסאך מתים אויסגעשפרייט איבערן שטאט. ביז ר' שמעון בר יוחאי איז אהערגעקומען און מטהר געווען די שטאט בדרך נס ווי די גמרא אין שבת זאגט. טיהר את עיר טבריא. דאן איז דא געווארן א גרויסע צענטער. בפרט ווען די סנהדרין האבן זיך אהער געצויגן פון ציפורי, און דא געבליבן פאר אסאך יארן. דעמאלטס איז דא געווארן די צענטער פון די גאנצע אידישקייט אין ארץ ישראל. דאן האבן זיך דא אויך געפינען די חכמי ארץ ישראל וואס האבן מחבר געווען די ירושלמי, און ווערן אויך גאר אסאך דערמאנט אין בבלי, ובראשם ר' יוחנן און ריש לקיש, און די תלמידים רב אמי און רב אסי און ר' ירמיה. נאך זיי האבן דא געוואוינט די רבנן סבוראי. און שפעטער האבן דא געוואוינט די דייקנים וואס האבן אראפגעשטעלט די יסודות פון נקודות און דקדוק פון די ווערטער, און טאקע פון דא קומט די באקאנטע ספר תורה, די 'כתר ארם צובא' פון וואס די רמב''ם רעדט שוין כידוע.
דערנאך איז די ישוב צופאלן, און עס איז שוין נישט געווען קיין צענטער בכלל, נאר די צענטער איז דאן צוביסלעך אריבער צו נישט ווייטן צפת, ווי עס האבן געוואוינט די אר''י הקדוש, די רמ''ק, די בית יוסף און אלע אנדערע מנהיגי הדור. דא האט דאן געוואוינט נאר די של''ה הקדוש און נאך געציילטע אידן. יארן שפעטער, איז אהער געקומען א גרויסע אראבישע מושל וואס האט ליב געהאט די אידן און זיי געלאזט קומען דא וואוינען מיט פרייהייט. ער האט אויך דאן אהערגערופן די צדיק ר' חיים אבואלעפיא פון איזמיר טערקיי, אז ער זאל דא זיין רב פאר די היזיגע קהילה.
נישט לאנג דערנאך איז פארגעקומען די ערשטע עליה פון תלמידי בעש''ט, וואס האבן זיך דא באזעצט, ובראשם די צדיקים ר' נחמן האראדענקער און ר' מאיר הגדול מפרעמישלאן (די זיידע פון ר' מאיר'ל פרעמישלאנער). און נישט לאנג נאכדעם איז פארגעקומען א גרויסע עליה פון דריי הונדערט אידן, ובראשם ר' מענדעלע וויטעפסקער. שפעטער זענען די אידן טאקע געבליבן דא וואוינען און בעיקר זענען זיי געווען קארלינ'ע און סלאנימ'ע חסידים, וואס פאר זיי האט בעיקר געהערט דעם שטאט, און אסאך מעשיות זענען באקאנט ארום זיי. שפעטער איז אויך אהערגעקומען די צדיק ר' וועלוועלע פון טשארני - אוסטראה, וואס איז זייער באקאנט אין ווזניץ צוליב זיין הבטחה פארן אהבת שלום אז עס וועט זיך קיינמאל נישט אפהאקן זיין שושלת הקודש. און אין יענע צייט האט ר' נחמן מברסלב דא באזוכט, און איינגעשטאנען איבער שבת ביי ר' וועלוועלע, און באזוכט ביים קאליסקער, און זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער איז א אדם השלם.
דורכאויס די צוויי הונדערט יאר ביז די גרינדונג פון מדינת ישראל, איז שטענדיג דא געווען א מערהייט פון אידן איבער די אראבער, און די אידישע קהילה דא האט געשפרידעלט און זיך געמערט על מי מנוחות. מען האט אלע יארן געוואוינט אין א ספעציעל אידיש דעזיגנירטע געגענט אין די אלט שטאט, וואס מען קען זען טיילן דערפון אינטען נעבן די כנרת. נאך די גרינדונג פונעם מדינה, זענען די אראבער'ס אנטלאפן פון דא, און קיינמאל נישט צוריקגעקומען. היינט וואוינען דא כמעט נאר אידן, און קיין שום אראבער. אבער עס איז ליידער געווארן, אנשטאט א הייליגע שטאט, א ריזיגע טוריסטן צענטער, ליגענדיג אויפן פרעכטיגן כנרת, און אין די זוממער איז כמעט אן איסור אהינצוגיין. אבער ביז היינט וואוינען דארט אויך אסאך פרומע אידן, סיי אין צענטער פון שטאט, ווי עס ווירבעלט א גרויסע מנינים צענטער טאג טעגליך. און סיי די נייע היימישע געגענטער אויבן אויפן בארג, וואס דאס איז גאר ווייט פון די צענטער פון שטאט, און איז כמעט א שטאט פאר זיך.
אלע יארן איז דער שטאט געווען פארהייליגט אין די אויגן פון די אידן, סיי צוליב דעם וואס אזויפיל תנאים און אמוראים, גאונים און צדיקים האבן דא געוואוינט און ליגן דא. און אויך צוליב די מימרא פון ר' יוחנן וואס זאגט אויף טבריא 'ומשם עתידין ליגאל שנאמר התנערי מעפר (טבריא איז טיף אינטער די ערד פלאך) קומי', דאס הייסט אז פון דא גייט מען ווערן אויסגעלייזט, און משיח וועט דא קומען די ערשטע. אויך שרייבט די ראשון ר' אשתורי הפרחי, אז די וואס ליגן אין טבריא וועלן אויפשטיין צו תחיית המתים פערציג יאר פאר די גאנצע וועלט! מיט דעם קען מען מסביר זיין פארוואס די רמב''ם האט געוואלט דוקא ליגן דא אין טבריא פון גאנץ ארץ ישראל, בדרך אפשר.
ליגן טאקע גאר אסאך צדיקים אין טבריא: אנגעהויבן מיט ר' מאיר בעל הנס. די מערסט באקאנטע קבר דא אין טבריא, און בכלל פון די מערסט באקאנטע און באזוכטע איבערן לאנד. עס געפינט זיך גלייך אויפן הויפט שאסיי, די ניינציגער, וואס לויפט דורך די גאנצע לאנד, און אויך אינמיטן טבריא. עס זענען דא צוויי בנינים, איינס פאר די אשכנזים, וואס האבן עס איינגענומען שוין פאר יארן צוריק, ווען די ארטיגע חסידים האבן דא געבויט א ישיבה דערנעבן, ווי מען קען זען. יא, דארט העכער די שירו... און די צווייטע איז אינטער דעם, דאס איז די ספרדישע. למעשה זענען ביידע אויפן זעלבן פלאץ, נאר דער פון דעם זייט און דער פון די אנדערע זייט. עס איז א גוטע זאך, עס איז רוהיגער אזוי.... אינטען ביי די ספרדים קען מען קויפן אלע סארטן ספרדישע פאטשיילעס און שאלן, סידורים און תחינות ובקשות און פיוטים, און נאך אסאך זאכן, און פארשטייט זיך, אויך אביסל אייז קרעם... צו זיך אפקילן אין די קאכעדיגע טבריא. ארום די שטיינער פונעם ציון איז דא אינטערעסאנטע מעשיות, וואס קוקן אויס צו זיין קראנט און אמת, וויאזוי די שטיינער זענען פון זיך אליינס צוריק אויפן פלאץ איינער העכער דעם צווייטן, און נאך מעשיות ארום דעם מקום. אלע יארן איז געווען שטארק פארנומען דא ארום און עס האט זיך געטון א שטארקע פארקער אהער. אינטערעסאנט, בשעת די צווייטע וועלט מלחמה, האט ר' משה מרדכי לעלובער זיך אויפגעהאלטן דא אליין פאר פערציג טעג צו אויספועל'ן ישועות וכו'! די יארצייט פון פסח שני האט נישט קיין שום מקור, און איז לכאורה פשוט א באשטימטע טאג פאר די צדקת ר' מאיר בעל הנס און אלעס ארום, האט מען שוין געמיינט אז עס איז אויך די יארצייט. נעבן דעם איז היינט אנגעצייכנט די קברים פון סומכוס און ר' שמעון בן אלעזר. סומכוס האט א שטיקל מקור, אבער ר' שמעון בן אלעזר איז לכאורה א טעות.
שוין, גייען מיר ווייטער, האבן מיר דא נישט ווייט אויך אויף די ניינציגער, די קבר פון ר' ירמיה. א קליינעם אפענעם בנין אויפן שטח פון א האטעל. עס האט זיך אסאך געטון פאר עטליכע יאר צוריק, ארום דעם האטעל וואס האט געבויט זייער בנין אויסרייסנדיג פריעדיגע קברים. אינטער דעם האטעל, אביסל שווערער צו טרעפן, איז די קברים פון ר' כהנא, און לויט גבאי – ר' אמי ורב אסי. אין א שיינעם מערה מיט עטליכע כוכים. דערנעבן איז אנגעצייכנט אלץ די קבר פון ר' יוחנן בן נורי.
ווייטער ארויף אויפן ניינציגער קעגן איבער די כנרת, איז די גרויסן חסידישן בית החיים. עס איז בעיקר צוטיילט אין צוויי, די פריעדיגע צדיקים, און די שפעטערע. חוץ פון די נייע בית החיים ווי מען באערדיגט נאך היינט. דא ליגן צענדליגע צדיקים, תלמידי בעש''ט, תלמידי הגר''א, און שפעטערע צדיקים, וואס ביי יעדע איינס פון זיי קען מען זיך אפשטעלן עקסטער און דאווענען און בעטן וואס מען דארף. א טיילווייזע ליסטע: ר' מענדל מפרעמישלאן, ר' מענדעלע וויטעפסקער, ר' אברהם קאליסקער, בן התולדות יעקב יוסף, ר' חיים אבואלעפיא, ר' ישראל משקלאוו, ר' נחמן הורודענקער, ר' ישכר בער מזאסלוב. ר' שמחה בונם מאטוואצק, ר' שמעון שלום מאמשינוב, ר' יוחנן מסטולין, ר' מרדכי בולגרייער, דעם רבינ'ס (מסאטמאר) טאכטער און איידעם און נאך אסאך. אויך איז דא דארט א שטיין אויף וואס עס איז מקובל די מעשה מיטן אפטער רב אז מען האט אים דארט ארויפגעברענגט, כידוע. דא קען מען גיין אויך אין די זומער ווען די זון באקט, און אין די רעגן, וויבאלד זיי האבן געלייגט אזא גרויסן דאך איבער די קברי צדיקים פון די תלמידי הבעש''ט. בכלל איז גרינג צוצוקומען איבעראל, דורך א שיינעם וועג וואס זיי האבן אויפגעבויט וואס גייט אין די הייעך איבער אלע קברים.
נאכן וויילן א לאנגע צייט אויפן גרויסן בית החיים בכמות ובאיכות, האבן מיר נישט ווייט דערפון א קבר וואס איז פון רחל אשת ר' עקיבא. עס האט א גרויסע אלטע אראבישע בנין דערויף, און געפינט זיך טאקע אין אן אראבישע בית הקברות (גלייך העכער די אידישע בית החיים), וואס כידוע פלעגן די אראבער באערדיגן זייערע מתים נעבן אידישע קברי צדיקים. עס זענען דא מקורות וואס זאגן אז די ווייב פון ר' עקיבא ליגט נעבן אים אויבן די בארג. קען מען זאגן אז דא ליגט טאקע רחל אשת ר' עקיבא, און אויבן ליגט די אנדערע ווייב פון ר' עקיבא וואס ווערט דערציילט אין די ר''ן אין נדרים נ: (גבאי).
פון דא וועלן מיר צופארן צו די קבר פון ר' חייא ובניו, און ר' המנונא סבא, און רב הונא ריש גלותא. רב הונא ווערט שוין דערמאנט אין מדרש אז ער ליגט נעבן ר' חייא ע''פ זיין צוואה. למעשה איז די ריכטיגע פלאץ פון דעם קבר היפש נישט קלאר. גבאי שטעלט עס אויף א צווייטע פלאץ, און ר' שמ''ח מאכט דאס אויך אוועק. למעשה איז מען אויף דעם ארט געגאנגען אלע יארן, האט עס זיכער א קדושה און שטארקע סמך. אנצוקומען אהין דארף מען גיין צענדליגע טרעפ, כידוע. און אויבן האט מען א שטיקל בנין איבערן קבר, להיות מחסה וצל מזרם וממטר.
פון דא וועלן מיר צופארן צום קבר הרמב''ם, מיט די באקאנטע טורעם דערויף, וואס ממש לעצטנס האט מען עס איבערגעפארבט מיט ווייס, אנשטאט רויט. און ווערט געזען פון די גאנצע שטאט. למעשה געפינען זיך דארט מערערע צדיקים פון עטליכע דורות. מיר האבן דא די קברים פון די תנא הקדוש ר' יוחנן בן זכאי, ר' אמי ורב אסי אדער רב כהנא כנ''ל, די רמב''ם, זיין טאטע ר' מיימון, און זיין אייניקל ר' דוד הנגיד. און דערנאך די של''ה הקדוש. לויט גבאי ליגט דא אויך ר' יוחנן און רב ברונא. היינט האבן זיי ארויפגעשריבן אז עס ליגן דארט אלע תלמידים פון ר' יוחנן בן זכאי וואס ווערן דערמאנט אין די משנה. אבער למעשה זענען אונז שוין געווען ביי זיי אין עלמה, פאר א חודש צוריק... יא! א חודש צוריק בערך... ווער האט עס געגלייבט אז מעגיימיר פארן אזוי לאנג...!! ה' יעזור הלאה. א אינטערעסאנטע זאך האט מען דא געפינען פאר פופציג יאר צוריק בערך, די אריגינעלע מצבה פון קבר ר' דוד הנגיד! אויף דעם שטייט אויפגעשריבן "זה קבר רבינו דוד נכדו של רבינו הגאון משה בן רבנו מימון מאור הגולה זצוק''ל". די ציונים האבן דא געמאכט א גרויסע מצב ארום די רמב''ם, נאך אין די יארן וואס זיי האבן נאך געוואלט ווייזן זיי זענען די אידן פארטרעטער, און דעריבער האבן זיי דא געבויט אזא גרויסן טורעם, און געמאכט דערנעבן א צענטער פארן רמב''ם. נעבעך. למעשה איז נישט דא קיין פארמאכטן בנין, נאר אזא דעכל איבער די קברים פון די תנאים, און א באזינדערע צימער פארן רמב''ם און זיין טאטע און אייניקל, אויך נאר א דעכל.
פון דא וועלן מיר צופארן צו נאך א קבר, ארויף אויף דער גאס. דארט ליגט לויט געוויסע: ר' יוחנן און רב ברונא און רב חננאל, תלמידי רב. אבער לויט גבאי ליגן דא די רבנן סבוראי וואס האבן געוואוינט אין טבריא.
יעצט וועלן מיר פארן צו א אנדערע קבר וואס איז נישט אזוי באקאנט, און מעגליך אז איר וועט אפילו שמייכלען ווען איר וועט הערן די נעמען, אבער אזוי איז עס. מיר האבן דא די קברים פון בלהה און זלפה... יא, בלהה און זלפה פון פרשת ויצא... זיי זענען עכטע מענטשן געווען...! און זיי האבן אפילו א קבר... און עס ענדיגט זיך נישט מיט דעם, מיר האבן דא אויך די קברים פון יוכבד, און צפורה אשת משה און מרים די שוועסטער פון משה און אלישבע בת עמינדב אחות נחשון בן עמינדב! למעשה איז בלהה און זלפה נישט אזוי קלאר, און איז א שפעטערע מקור. די פריעדיגע דערמאנען נאר יוכבד און מרים און א טייל אויך צפורה און אלישבע. א אינטערעסאנטע מעשה האב איך געזען פונעם ריבניצער, אז ווען ער איז געווען אין טבריא, האט ער געזאגט פאר זיינע באגלייטער אז ער וויל גיין צו די קבר פון די אמהות וואס איז דא אין טבריא. האבן זיי אים געזאגט אז עס איז נישט דא אזא זאך, זיי ליגן דאך אין די מערת המכפלה?! האט ער געזאגט אז מען זאל זיך נאכפרעגן, ווייל די אמהות זענען געקומען צו אים אין חלום בעטן אז ער זאל קומען צו זיי.... וכך הוה, מען האט זיך נאכגעפרעגט און געוואר געווארן פון דעם מקום, און אהער געקומען!! פון דער מעשה קוקט לכאורה אויס אז בלהה און זלפה ליגן טאקע יא דא. הגם מען קען זאגן אז יוכבד און די אנדערע ווערן גערופן אמהות. עמיר ווארטן אויף ביאת משיח צדקינו צו וויסן די אמת. אבער ביז דערווייל ליגן דא זיכער גרויסע נשים צדקניות און מיר קענען דא ניצן אפאר קאפיטלעך תהלים. בפרט פאר די נשים צדקניות וואס ווערן מער נתעורר ביי אזא ארט ווי עס ליגן טאקע פון זייערס גלייכן, מ'פארשטייט זיך בעסער... אזוי איז טאקע אויך אין קבר רחל כידוע.
מיר וועלן דא בלייבן אין טבריא אביסל. און בקרוב וועלן מיר אי''ה גיין ווייטער זען וואס נאך איז דא אין טבריא צו זען.
ווייטער גייען מיר דא אין טבריא. יעצט צו די באקאנטע קבר פונעם תנא הקדוש רבי עקיבא. די קבר געפונט זיך העכער די צענטער שטאט, און ביי די נייע טייל פון שטאט. עס געפינט זיך אויפן זייט פון א בארג. און פון דארט איז דא א גוטע אויסקוק אויף גאנץ אלט טבריא וואס ליגט אויסגעלייגט אינטער דיינע פיס, ווען אין די צענטער שטארט ארויס די קבר פונעם רמב''ם, ווי שוין דערמאנט, און להבדיל א ריזיגע שאפינג מאלל וואס פארנעמט אסאך שטח. דארט איז אויך דא די קבר פונעם מסילת ישרים. אנדערע האלטן אז עס איז נישט דארט נאר אין כפר יסיף ווי מיר האבן שוין באזוכט. די קבר פונעם ר' עקיבא איז אין א קליינעם פארמאכטן צימער, ווי מען קען דארט זען די פתח המערה, אבער די מערה אליינס איז פארמאכט. גאנץ לעצטנס האבן זיי געבויט העכער דעם אויפן בארג, א שיינעם הערליכן בנין, וואס איז ממש העכערן ציון, און זיי האבן אפילו ארויפגעצויגן א שטיין – מצבה, פונקט אקעגן די אינטערשטע מערה. דאס הייסט, אז פון אינטען שטייט מען פון די זייט, און דא שטייט מען העכער דעם אזוי ווי אין מירון ביי ר' שמעון און נאך. אינדרויסן פונעם מערה איז דא א גרויסן טעראסע פון וואו מען האט דעם הערליכן אויבנדערמאנטן פאנאראמע אויסקוק, און דארט איז אויך פארהאן א קלענערע מקוה, נישט אנגעווארעמט ע''פ רוב. געווענטליך הערשט דא א היבשע פארקער, און עס איז גאנץ פארנומען, זייענדיג אין א שטאט נאנט צו די הייזער.
האבן מיר מער ווייניגער באזוכט אלעס אינעם שטאט. מיר וועלן נאר צולייגן נאך עטליכע זאכן: די קבר פון ר' יצחק נפחא, וואס איז נתגלה געווארן דורך די אר''י הקדוש, און איז לעצטנס געטראפן געווארן די ארט דערפון, דורך גבאי. עס איז ערגעץ ווי אין צענטער פון שטאט. איך האב עס איינמאל געזוכט, אבער איך האב נישט געקענט עס טרעפן. דערנאך, די באקאנטע חמי טבריא, נעבן ר' מאיר בעל הנס, וואס ווערט שוין גענוצט פאר טויזענטע יארן. און די גמרא דערציילט אונז אז ר' שמעון בר יוחאי איז שוין אהינגעגאנגען נאכן ארויסקומען פון די מערה. נו, א מקוה פון ר' שמעון... און אויך דארפן מיר דערמאנען נאך א זאך דארט נעבן חמי טבריא, א אלטע בית הכנסת מזמן האמוראים, וואס געפינט זיך אין א נאציאנאלע פארק, וואס קאסט אפאר שקל. עס איז גלייך בעפאר די אריינגאנג צום קבר ר' מאיר בעל הנס. אינטערעסאנט פאר די וואס האבן א אינטערעסע אין היסטאריע און ארכיאלאגיע.
דא אין ארבל האבן מיר אסאך אינטערעסאנטע היסטאריע. צום ערשט זעהען מיר די נייע ישוב 'ארבל'. מיר דרייען זיך מיט די שאסיי וואס נעמט ארום דעם ישוב, ביז מיר זעהען די אלטע בית הכנסת צו רעכטס. די ישוב ארבל איז א ישוב וואס ווערט דערמאנט אין חז''ל עטליכע מאל. און עס שטייט שוין פון זמן בית שני. מען קען דא זען ארום די אלטע הייזער פון יענע צייטן, און די וואסער בורות וואס זיי האבן גענוצט צום טרינקען, און נאך. דער בית הכנסת וואס שטייט דא מיטן גאנצן שטאלץ, איז פון די עלטסטע בית הכנסת אין ארץ ישראל. מעגליך גאר אז נתאי הארבלי, וואס קומט לכאורה פון דא, האט דא נאך געדאוונט! מען קען זען די פלאץ וואו די ארון הקודש האט זיך געפונען ביים פארנט וואנט, און אויך שטייט די אלטע שוועל מיטן גאנצן פראכט.
אבער דא האבן מיר נאך אסאך חוץ פון דעם אלטן בית הכנסת. מיר האבן פאר אייך נאך א איבערראשונג פון א קבר. נישט בלהה און זלפה, דאס האבן מיר שוין געהאט... אויך נישט יתרו, דאס וועלן מיר שוין האבן... דא האבן מיר אנדערע קבר. מיר האבן דא די קבר פון, פון, פון דינה בת יעקב...... יא! דינה בת יעקב ליגט דא. עפעס שטימט נישט? וואס ביסטו אזוי איבעראשט, דו ווייסט פון אן אנדערע פלאץ וואו זי דארף צו ליגן?.... דער קבר ווערט טאקע נישט דערמאנט אין די אר''י הקדוש, אבער די הייליגע רמב''ן דערמאנט עס אין זיין ספר על התורה, דעריבער איז עס זיכער אמת און קראנט! למעשה שרייבן דא די עולי רגל אז אויך אירע ברודער: ראובן שמעון און לוי, ליגן דא. אבער עס זייער אינטערעסאנט צו זאגן אזוי. בכלל איז דא גאר פריעדיגע מקורות וואס שרייבן אז אלע שבטים ליגן נעבן מערת המכפלה, חוץ פון יוסף הצדיק, וואס איז זיכער באערדיגט אין שכם, ווי עס שטייט אין די תורה. אזוי שרייבט יוסיפון, וואס איז לכאורה א קראנטע מקור צו דערציילן וואס כלל ישראל האט געהאט מקובל בזמן הבית. און אויך די רמב''ן דערמאנט איר קבר, אבער זאגט נאר אז זי ליגט אינאיינעם (אין די זעלבע געגענט) מיט נתאי הארבלי, ווי מיר וועלן שוין זען, און לכאורה, לויט דעם וואלט ער געדארפט דערמאנען אז זי ליגט מיט אירע ברודער, די אנדערע שבטים. אבער למעשה שרייבן שוין אזוי פריעדיגע עולי רגל פון טויזענט יאר צוריק, און אויך די מבי''ט דערמאנט דא שמעון ולוי, ואם קבלה הוא, נקבל.
א אינטערעסאנטע סימן אויפן קבר פון דינה איז דא, א הדס בוים! און אזוי האט טאקע גבאי געטראפן די קבר פאר עטליכע יאר צוריק, נאכדעם וואס מען האט נישט געוואוסט ווי עס איז פאר אסאך יארן, טראץ פילע זוכענישן (קדמונינו דערמאנט עס נאר אין זיין ספר אין ארבל, אבער זאגט נישט וואו עס איז, די זעלבע מיט די אנדערע וואס מיר וועלן שפעטער דערמאנען). און די מבי''ט שרייבט דערויף א רמז, אז הד''ס איז בגימטריא דינ''ה! און ער שרייבט דערויף ''סימן טוב לה, והוא דבר פלא והשגחה, כי לא נמצא הדס בכל אותו התחום כמו מהלך כמה שעות, כי אם עליה, ולא על אחיה הקבורים בצידה". עכ''פ, ווייסט מען קלאר ווי די קבר פון דינה איז, אינטער דעם הדס בוים וואס שטייט נאך ביז היינט! און דערנעבן זענען די שבטים, ווי עס ווערט דערמאנט ביי די עולי הרגל. די קבר געפינט זיך אינמיטן די בארג אינטער די אלטע שטאט. מען גייט אראפ אויפן שביל ישראל וואס לויפט דא דורך, און נאך אפאר הונדערט פיס, ממש אינמיטן דעם שיפן אראפ צום טאל, געפינען זיך די אלע קברים.
מיר גייען מדרגא לדרגא, און מיר האבן נאך א אינטערסאנטערע קבר ווי דעם... איר וועט נישט גלייבן, אבער גלייך דא דערנעבן, אפאר פיס אוועק האבן מיר די קבר פון... מיר וועלן אייך לאזן געשפאנט און קודם גיין צוריק ארויף די בארג, און נאר נאכדעם וועלן מיר אייך דערציילן וועמען מיר האבן דא... שלעכטער...
צוריק ארויף די בארג. נעבן דעם בית המדרש, האבן מיר די קבר פון ר' זירא, וואס מען זעט טאקע אין חז''ל אז ער האט געוואוינט אין די געגענט פון טבריא. עס איז א אלטע חרוב'ע בנין וואס עס זענען נאר געבליבן עטליכע ווענט דערפון, וואס איז לכאורה געשטאנען אלץ א ציון אויפן קבר פון ר' זירא. און נישט ווייט דערפון, אביסל שווער צו טרעפן, האבן מיר די קבר פון נתאי הארבלי. דאס איז א קליינעם מערה אינטערן ערד. דערנאך איז דא די קבר פון חזקיה ראש הגולה. ווייטער ארויף אויף דעם ראוד. אבער עס איז נישט קלאר וואו פונקטליך.
שוין, לאמיר אייך נישט האלטן אזויפיל געשפאנט און נייגעריג. מיר וועלן אייך שוין ענדליך דערציילן וועמען מיר האבן דא. מען רעדט דא פון די קבר פון שת!!! ווער? יא, שת בן אדם הראשון. גראדע איז עס נישט די פריסטע קבר וואס איז פארהאן, ווייל זיין טאטע, אדם, און זיין מאמע, חוה, ליגן דאך אין מערת המכפלה. אבער, די צווייט פריסטע קבר האבן מיר דא, ווייל קין און הבל ווייסן מיר נישט ווי עס איז... דער קבר איז א שיינעם גרויסן מערה ווי מען קען אריינגיין. לכאורה ליגן דא נאך מענטשן, ווי מען זעט אויף די ארומיגע כוכים. מעגליך אויך מענטשן פון פארן מבול, אפשר גאר זיין משפחה, וואס מען האט זיי באערדיגט דא נאכן שטארבן ביי די אכט הונדערט און צוואנציג און ארויף, צו געזונטע לאנגע יארן... מעגליך אז דערפאר האט מען טאקע דא באערדיגט דינה און די אנדערע, וויבאלד דאס איז געווען אן אלטע מקום קבורה פון צדיקים, ווען די אידן זענען אריינגעקומען אין ארץ ישראל און קיינער איז נאכנישט דא געווען חוץ די מערת המכפלה.
יעצט האלט קאפ, מיר האבן דא אזוי: שת, דינה און עטליכע שבטים, נתאי הארבלי, ר' זירא און חזקיה ראש הגולה. איר כאפט? א קדמון שבקדמון וואס איז געבוירן געווארן הונדערט דרייסיג יאר נאך בריאת העולם, די שבטים פון א טויזענט יאר דערנאך, א תנא, א אמורא, און א ראש הגולה מזמן הגאונים... א קליינע וועלט.... קוים באשאפן געווארן, און עס לויפט מדור לדור ביז מען האלט שוין דא ממש ביי ביאת המשיח... וואס עס איז אלס אריבער אין די פאר טויזענט יאר, אזעלכע תיקונים ושעשועים נוראים פארן אייבערשטן גייט ארויס פון דער נארישע וועלטל די אלע יארן! אה, ב''ה אז מיר האבן א חלק אין די גרויסע תיקון פון די בריאת העולם, מיט אונזער עצם אמונה, מיט אונזערע תפלין לייגן יעדן טאג, און די לימוד התורה און דריי תפילות און סור מרע און נאך און נאך!!! אשרינו!!!
בכלל איז דא פארהאן א הערליכע פאנאראמע, פון די שענסטע אינעם לאנד לעניות דעתי. עס איז דא פארהאן א הערליכע צוק – פעלז, וואס ציט זיך אראפ ביזן כנרת, און מיר שטייען יעצט אויבן דערפון, און מיר קוקן אראפ, ממש א פראכט. עפעס א נאציאנאלע פארק איז פארהאן ביים סוף פון דער שאסיי, פונקטליכע פרטים ווייס איך נישט, אבער דאכט זיך אז מען לאזט זיך אראפ מיט שטריק דעם בארג, א שטיקל סנעפלינג, און מען זעט דארט מערות מזמן המרד בר כוכבא, און נאך.
האבן מיר גענדיגט מיט ארבל. יעצט פארן מיר צוריק צום הויפט שאסיי. און מיר פארן אין ריכטונג פון קבר יתרו חותן משה, וואס מיר האבן עס שוין דורכגעטון עטליכע וואכן צוריק, דארט אויף די גאסן אין חורפיש, ביי די אנאליז איבער די דרוזן, וואס דאס איז זייער הייליגסטע ארט. די קבר פון יתרו איז אין א ריזיגן בנין. נישט אלץ לאזן זיי אריין, און אויב יא, דארף מען אויסטוען די שיך כמנהגם. אינעם ציון פון יתרו, געפינט זיך א שטיין, מיט א סימן פון א פיס דערין. די מסורה זאגט אז דאס איז א שטיין מיט די פיס טריט פון משה וואס די אידן האבן אריינגעברענגט מיט זיך קיין ארץ ישראל. לויט ווי עס ווערט דערציילט, האט די הייליגע בת עין דא באזוכט, און זיך ארויפגעווארפן אויף דעם שטיין און געוויינט דערויף ביז ער האט עס אנגעפילט מיט טרערן!
דא ארום איז אויך דא די קבר פונעם תנא ר' יהושע בן פרחיה. עי' בספרו של גבאי. און דערנעבן האבן מיר א אידישע דארף 'כפר זיתים'. אויך איז דא דערנעבן פארגעקומען אסאך בלוטיגע היסטאריע פאר ארום טויזענט יאר צוריק, ווען די באקאנטע מוסלעמענע גענעראל 'צלאח א דין' האט צוריק איינגענומען ארץ ישראל פון די קריסטן – קרייץ ציגלער ימ''ש. א וויכטיגע קאפיטל היסטאריע פון ארץ ישראל.
שוין, פארן מיר צוריק ארויס פון דא, און מיר פארן צוריק צום 77. די הויפט שאסיי וואס לויפט דורך די גאנצע גליל התחתון אין די ברייט. מיר מאכן דערויף א רעכטס, און מיר פארן דערויף א לענגערע צייט. מיר פארן אריבער עטליכע אידישע ישובים. לביא, גבעת אבני. ביז מיר גרייכן די באקאנטע אינטערסעקציע 'צומת גולני', וואס איז לעצטנס געווארן גאר שיין און באקוועם איבערגעבויעט. מען פארט ווייטער אויפן 77, נישט זיך ארויפדרייענדיג אויפן 65 פון ווי מיר קומען נישט לאנג צוריק. נאך אביסעלע גרייכן מיר א שיינעם טאל, גערופן בקעת בית נטופה, א נאמען מזמן חז''ל. אין דער טאל איז בעיקר דא עטליכע אראבישע ישובים און איין אידישע ישוב אויפן בארג אינדערמיט. די ערשטע זעט מען די גרעסערע ישוב וואס ציט זיך ארויף אויף די בארג פון אינטען, 'טורעאן', וואס ווערט שוין דערמאנט אין חז''ל אלץ 'תורען'. ער געפינט זיך ביים ענדע פונעם טאל. דערנאך האבן מיר נאך עטליכע 'רומאנה', 'רומת אל היב' און עוזייר. און אויפן בארג העכער זיי, די אידישע ישוב 'בית רימון'.
מיר וועלן אריינפארן נעבן די דארף 'רומאנה', ווי מיר וועלן באזוכן א אינטערעסאנטע ארט. דא זעהען מיר גרויסע אלטע חורבנות. און אינטער דעם, ריזיגע היילן, די לענגסטע אין גאנץ גליל. דאס ברענגט צו אהערצושטעלן איינע פון די באקאנטע סיפורים אין חז''ל. די גמרא דערציילט כידוע, איבער אנטונוניס מלך רומי, וואס איז געווען גאר גוט מיט רבינו הקדוש, און ער פלעגט גיין יעדן טאג מיט א מערה פון זיין שטוב אין רומי, צו די שטוב פון רבינו הקדוש, און לערנען מיט אים שטילערהייט. יעצט, פון רומי אין איטאליע, ביז ארץ ישראל, קען דאך אוודאי נישט זיין. איז גאר מסתבר צו זאגן אז מען רעדט דא פון דער 'רומי' – 'רומאנה', און דא איז די מלך פון רומי געזעצן א שטיק צייט, און דעמאלטס געווען בקשר מיט רבינו הקדוש וואס האט דאן געוואוינט אין ציפורי, וואס איז ממש דא קעגן איבער דעם, און פלעגט גיין א קליינע מהלך טאג טעגליך צו די שטוב פון רבינו הקדוש. אזוי שרייבן טאקע פילע פון די פריעדיגע נוסעים. און קען גאר זיין אז דערפאר האט עס באקומען די נאמען 'רומי', ווייל די רוימישע מלך איז דא געזעצן, אזוי ווי עס איז געווען די סדר יענע צייטן. און אויך אין סדר הדורות ווערט אזוי געברענגט 'קרוב לציפורי עיר ששמה רומי ושם היה מושב אנטונינוס, ויסב שמה רומי כשם עיר מלכותו'. און אזוי שרייבט אויך די אלשיך הקדוש. און די סדר הדורות לייגט צו על פי דעם 'ועליה אמר כי משיח נגד פיתחא של רומי'. דאס הייסט, אז משיח זיצט קעגן איבער די פתח פון דער שטאט, ווי די גמרא זאגט. און אזוי שרייבט אויך איינע פון די פריעדיגע מקובלים. ביז היינט קען מען דארט זען א גאר אלטן בנין וואס שטייט איין גאנצע וואנט דערפון, מיט א שיינעם טיר אין צענטער, מעגליך גאר אז מען רעדט פון דער פתח, וואס שטייט שוין פאר אזויפיל יארן, און איז טאקע העכער די פילע מערות.
יעצט וועלן מיר צוקומען צו די ארטיגע קברי צדיקים, וואס האבן בעצם א שייכות מיט די אלע חידושים. לויט די עולי רגל, ליגט דא א אומבאקאנטע גאר פריעדיגע צדיק 'אביה בן ירבעם בן נבט'. מיט אים איז געווען א מעשה וואס ווערט דערמאנט אין מלכים, מיט אלישע הנביא. למעשה איז ער אוועק יונג, און די זוהר הקדוש זאגט אז דאס איז געווען ספעציעל ווייל ער איז געווען א צדיק, און מען האט אים אוועקגענומען אז ער זאל נישט אוועקגיין פונעם דרך הקודש. יעצט, אין זוהר הקדוש שטייט אז פון אים וועט ארויסקומען משיח בן יוסף. און אנדערע שרייבן אז ער אליינס איז משיח בן יוסף. ווייטער האבן מיר דא משיח אהער. און די יחוס הצדיקים, וואס די אר''י הקדוש האט מחשיב געווען, שרייבט 'שם קבורת אביה בן ירבעם, אומרים כי משם יראה המשיח!'.
עס ענדיגט זיך נישט דא. מערערע שרייבן אז בנימין בן יעקב ליגט דא אויך! צווישן זיי די מגלה עמוקות, וואס איז מסביר אז בנימין ליגט נעבן אביה בן ירבעם, וויבאלד ביידע האבן א שייכות צו משיח! האבן מיר דא די קברים פון בנימין בן יעקב און אביה בן ירבעם וואס איז משיח בן יוסף, און דא קעגן איבער זיצט משיח, און פון דא גייט ער נתגלה ווערן! און אויך האט דא אנטינונוס געוואוינט און פלעגט גיין פון דא צו רבינו הקדוש לערנען. אפשר קען מען דאס אויך צאמשטעלן, אז דאס האט אויך א שייכות מיט די גאולה, אין א בחינה פון 'אז יקראו על העמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה'. אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע רופן דעם אייבערשטן אפילו די גוים, און אלע וועלן סוף כל סוף צוריק קומען צום אייבערשטן. דאס איז ממש דער בחינה, אז די ראש פון די גוים, די מלך רומי אליינס, האט געלערנט תורה, און לכאורה זיך אפילו מגייר געווען אויך! ימות המשיח ממש. בקיצור, עס איז א מורא'דיגע פלאץ דא. עס איז אביסל צווישן אראבער, אבער לכאורה איז עס נישט שרעקעדיג, זיכער נישט מיט א גרעסערע קבוצה. עי' בספרו של גבאי פאר פונקטליכע דירעקציעס.
טוב ה' לכל האט געשריבן:
נישט לאנג דערנאך איז פארגעקומען די ערשטע עליה פון תלמידי בעש''ט, וואס האבן זיך דא באזעצט, ובראשם די צדיקים ר' נחמן האראדענקער אוןר' מענדל פון פרעמישלאן א חבר פוןר' מאיר הגדול מפרעמישלאן (די זיידע פון ר' מאיר'ל פרעמישלאנער).
טוב ה' לכל האט געשריבן:
בראש וראשון די ערשטע תלמידי בעש"ט הרה"ק ר' נחמן מהורדענקא מיט הרה"ק ר' יעקב שמשון משפטיווקא זי"ע איין גרויסע מציבה פאר ביידער' מענדל מפרעמישלאן, ר' מענדעלע וויטעפסקער, ר' אברהם קאליסקער, בן התולדות יעקב יוסף,
טוב ה' לכל האט געשריבן:
קתדרא דמשה זענען זיי מסופק וואס דאס איז. יש אומרים אז עס איז א עמוד פארן בעל תפלה און דרשן. ויש אומרים עס איז א בענקל פאר חשובי קהילה.
פון וואו קומט די נאמען ״קתדרא דמשה״
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מיר וועלן יעצט אביסעלע צורק פארן אויפן 77, ביז מיר גרייכן די 754, וואס פירט אונז אריין אין אן אראבישן דארף מיטן נאמען 'כפר כנא', צווישן די הייזער און גאסן. דא אין דעם ריזיגן דארף האבן מיר די קבר פון ר' שמעון בן גמליאל, פון די עשרה הרוגי מלכות. עס געפינט זיך אין א מערה מיט א בנין איבער דעם, מערערע מאל פארשלאסן. די קבר איז אין אן אראבישן זיתים פעלד, נעבן אראבישע הייזער, אויף א גאס וואס פארט גלייך אראפ פון דעם 754.
נאכן דאווענען דא, ווענדן מיר זיך צוריק צום 754. נאך אביסל פארן מיר אריין אינעם אראבישן דארף 'משהד'. דא געפינט זיך לויט אסאך מקורות, אויך גאר פריעדיגע, די קבר פון יונה הנביא. הגם אז לעצטנס איז געווארן באקאנט איבער די קבר פון יונה הנביא אין מאסול שבעיראק, וואס איז טאקע נעבן די אלטע נינוה ווי ער האט באזוכט, ווי די אמאליגע אייסעס, פאר ווער עס געדענקט נאך, האט חרוב געמאכט זיין ציון. אבער למעשה צייכענען אן דא די עולי רגל זיין ציון. די ציון געפינט זיך שוין אסאך יארן אין א מעטשעט – א אראבישע תיפלה. וויבאלד זיי האלטן עס אויך הייליג, אזוי ווי אסאך קברי צדיקים. כאטש אז זינט די מדינה איז געגרינדעט געווארן, לייקענען זיי אז די אלע אידישע קברים זענען אידיש, נאר עס זענען אראבישע שייח'ן גאר... דערפאר טאקע, קען מען נישט אריינגיין דערין, וויבאל זיי לאזן נישט ע''פ רוב. מען קען נאר שטיין פונדרויסן און דאווענען ווי א כהן ביים בית הקברות... מיט דעם דארף האב איך שוין גראדע געהאט שווערע ערפארונג, ווען איך בין דא אריינגעפארן מיט א גרויסן באס אינמיטן נאכט, און מען האט אונז באמערקט, פארשטייט זיך, וואס האט מען געטראכט... און די גאנצע דארף איז אויפגעשטאנען, און אונז באווארפן מיט ריזיגע שטיינער, און נאכגעלאפן מיט מעסערס ווען אפאר אויבער חכמים האבן פרובירט אראפצוגיין, און אונז דערנאך ארויסבאגלייט בשן ועין, מיט ניסים זענען מיר ארויס פון דארט לעבעדיג... נאך א מזל, אזוי קען איך דא שרייבן אויף אייוועלט פאר ענק........
שוין, פון דא פארן מיר ווייטער. מיר פארן אריבער נעבן אן אראבישן דארף ריינה. דערנאך האבן מיר די אידישע שטאט 'נוף הגליל'. נוף הגליל איז מער באקאנט אלץ 'נצרת עילית'. דער יאר, תשע''ט, איז געווארן געטוישט די נאמען צו 'נוף הגליל'. נוף הגליל איז א אידישע שטאט וואס איז געבויעט געווארן ספעציעל אלס א טייל פון א פלאן אז די אידן זאלן איבערנעמען די אראביש באוואוינטע גליל. דער טייל פונעם גליל איז כמעט נאר אראביש, בפרט די גרויסע שטאט נצרת, וואס איז באוואוינט מיט בלויז אראבער, מוסלעמענע און קריסטן. און אזוי אויך מערערע אראבישע דערפער דא ארום. דעריבער, האט די ארטיגע רעגירונג אנגעהויבן ארבעטן אויף א פלאן צו פאר'אידישן די טיילן פון גליל וואס זענען גאר אסאך אראביש באוואוינט. סיי דא, און סיי מער העכער ארויף ווי מער האבן שוין באזוכט. און אסאך קלענערע אידישע ישובים זענען ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן מיט דער צוועק, צו האלטן די געגענט אידיש באוואוינט. נאר אין דער מאדנע לענדל האט מען אזעלכע דאגות און פראבלעמען... אויך דער ישוב נוף הגליל איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן צו פאר'אידישן די נצרת געגענט וואס איז געדעכט באוואוינט מיט אומהיימליכע אראבערישע ישובים, ווי כפר כנא און משהד וואס מיר האבן שוין באזוכט, און איכסאל, עין מאהל, עילוט, יאפא, ריינה און נאך. למעשה האט עס אביסל מצליח געווען, אבער נישט צופיל. בפרט לעצטנס ציען זיך אויך אריבער אראבער פונעם דערנעבנדיגן נצרת, צום נייעם נוף הגליל, וואס דאס פארשיקט די אידישע איינוואוינער פון דארט. דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס מען בויעט יעצט דארט גרויסע היימישע געגענטער, וויבאלד עס איז גאר ביליג צוליב די געגענט, ווייל קיינער וויל זיך נישט אהער ציען, און טאמער עפעס, נאר אנטלויפן פון דא. אגב, איז 'הר יונה', די געגענט ווי מען בויעט די היימישע געגענטער, די העכסטע פונקט אינעם גאנצן אומגעגענט. גראדע האט עס אסאך שיינע זאכן דער שטאט. מען פרובירט עס צו האלטן גאר שיינע מיט אסאך גרינס אינדערמיט, און מען קען פון דארט זען הערליכע פאנאראמעס פון אלע זייטן. ווי אויך געפינט זיך דארט די גרעסטע סופערמארקעט אינעם גאנצן מיטל מזרח, גערופן 'מערקאזא'... מרכזה, אידיש גערעדט.
די דערנעבנדיגע נצרת איז אפיציעל א קריסטישע שטאט, און די נאמען דערפון צייגט דערויף, מלשון 'נצרות'. זיי האבן דארט גאר אסאך אלטע קלויסטער'ס, וואס ציען אהין טויזנטער טוריסטן א יאר. למעשה נעמען די מוסלעמענע איינוואוינער איבער די שטאט די לעצטע יארן, און עס טוען זיך היבשע אמפערייען צווישן די זייטן. אסאך הצלחה פאר ביידע, לאזט נאר אונז מנוחה....
פארן מיר ווייטער פון נצרת און די שכנים ארום, און מיר פארן אריבער א שאסיי וואס פירט צו אן אראבישן דארף מיטן נאמען 'עילוט'. וואס איז דא אין עילוט אז מיר דערמאנען אים? איז באמת, איז לכאורה גארנישט דא דארט, אבער די אראבער טענה'ן יא אז עפעס איז דא דארט, א קבר פון א געוויסן מענטש וואס ווערט דערמאנט אין תנ''ך היבש שטארק, און איז גאר באקאנט פון קליין ביז גרויס. דאס מאל האט איר א הינ''ט, א רמז, צו קענען אליינס כאפן פון וועם מיר רעדן דא, אינעם נאמען פונעם דארף איז מרומז זיין נאמען... זיי טענה'ן אז אינעם מעטשעט אין שטאט געפינט זיך די קבר פון... נו, האסט שוין געכאפט, וואס נעמט עס אזוי לאנג?... עמער מאכן גרינגער, ער האט געלעבט אין די צייטן פון די אבות הקדושים... נו... יא, גוט צוגעטראפן , זיי טענה'ן אז מיר האבן דא אונזער לוט...... יא! דער בקאנטער לוט מיט די גאנצע מעשה פון סדום, ער ליגט דא, לויט די ארטיגע אראבער. איך ווייס נישט פונקטליך צו עס איז אמת, און אפילו אויב עס איז יא אמת, ווייס איך נישט צו עס איז בכלל דא אן ענין צו גיין צו זיין קבר. דאס איז חוץ פון דעם וואס לכאורה האט דאס נישט קיין מקור, נאר זיי זענען אויפגעקומען דערויף, טאקע פון דעם נאמען פון זייער שטאט...
פארן מיר אביסעלע ווייטער און מיר גרייכן די ישוב 'ציפורי'. ציפורי איז א היינטיגע אידישע ישוב. וואס ליגט צופיסנס פונעם אלטן ציפורי, ווי מיר וועלן שפעטער באזוכן אי''ה. צום ערשט וועלן מיר אדורכפארן דעם גאנצן ישוב, און ביי די ענדע, וועלן מיר אריבערגיין דעם צוים, און דארט אראפפארן אין טאל אריין צום קבר פון רבינו הקדוש! ר' יהודה הנשיא. די בנין דערויף שטייט נאך פון די צייטן ווען מען האט אים דא באערדיגט, דאס איז א צירקע פון בערך אכצן הונדערט יאר! דאס הייסט, אז די בנין אליין האט אן ארכיאלאגישן ווערט. אבער מיר קומען דא פארן צדיק וואס ליגט באערדיגט דערין. ווען מען גייט אדורך דעם טיר, זאל מען היטן אויפן קאפ נישט צו כאפן א זעץ דערפון, וויבאלד די שוועל איז זייער נידריג, און מערערע האבן זיך שוין צוזעצט דער קאפ פון דעם מעכטיגן שטיינערנעם שוועל, בעיני ראיתי.... ארום די קבר איז צוגעשטעלט בענק און טישן, און א שיינע רוהיגע אנגענעמע פאנאראמע. א טאל ארומגענומען מיט שיינע בערג, און פון אינטען, א שייינעם זיתים פעלד, וואס אינדערמיט ליגט אין א מערה אשת רבינו הקדוש. אין די בנין הקבר, איז דא מערערע כוכים ווי עס ליגן לכאורה די תלמידים זיינע, אדער זיין משפחה.
למעשה איז די גאנצע ענין פון דער קבר זייער פארפלאנטערט. כאטש די מסורה גייט אלע יארן אז ער ליגט דא, פרעגט שוין די שיטה מקובצת דערויף, און ער פלאגט זיך עס צו פארענטפערן. מיר וועלן גיין מיט דעם אז ער ליגט דא טאקע וויבאלד אלע יארן האט מען אזוי געהאט מקובל. אבער מיר וועלן אביסעלע אויסשמועס'ן די ספיקות.
די שאלה איבער די קבר פון רבינו הקדוש איז אזוי: אין די גמרא אין כתובות איז משמע כמעט בפירוש אז ער ליגט אין בית שערים. אבער די שיטה מקובצת פארענטפערט עס. אבער אין ירושלמי און אין מדרש קהלת שטייט קלאר ארויס אז מען האט אים באערדיגט אין בית שערים, און דארט קען מען שוין נישט פארענטפערן. למעשה זענען דא וואס ווילן זאגן אז דער קבר איז פון איינע פון זיינע צוויי אייניקלעך וואס האבן אויך געהייסן 'רבי יהודה' און אויך געווען נשיאים, וואס איינע פון זיי האבן מיר שוין געהאט אין אבנית דארט ביי אביי ורבא, און דא ליגט דער אנדערער, און דורכאויס די דורות האט מען אלץ געזאגט אז דא ליגט רבי יהודה הנשיא, ביז מען האט עס אויסגעטייטשט אויף רבינו הקדוש, די זיידע. שפעטער ווען מיר וועלן זיין אין בית שערים, וועלן מיר זען נאך ראיות דערויף, ווי מען וועט זען אז לכאורה האט מען דארט געטראפן די קבר פון רבינו הקדוש און זיינע קינדער. למעשה שרייבן יא כמעט אלע עולי רגל אז דא ליגט רבינו הקדוש. און הגם מען קען זאגן אז לכאורה איז די ירושלמי און מדרש שטערקער פון אלעס, אזוי ווי מען זאגט אלץ ביים אר''י הקדוש, אז אפילו אויב אלע עולי רגל זאגן פארקערט, וועט מען אנעמען ווי די אר''י הקדוש. אבער למעשה האט מען עס געלאזט אזוי, אז דא ליגט רבינו הקדוש מיט זיינע קינדער. די לעצטע יארן איז דא נסיעות אהין אין ט''ו כסלו, וואס געוויסע מקורות זאגן אז דעמאלטס איז זיין יארצייט. אינטערעסאנט, אז אויף די קבר פון רבינו הקדוש דערציילט די גמרא איבער א תנא וואס האט זיך דארט משתטח געווען. די גמרא דערציילט אז רבי חייא האט געזאגט אז ער האט געזען די קבר פון רבינו הקדוש און ער האט מוריד דמעות געווען דערויף.
שוין, זענען מיר געווען אויפן קבר פון רבינו הקדוש. יעצט וועלן מיר פארן ארויף צו די אלטע ציפורי. ארויפצופארן דארף מען ארויספארן פונעם גאנצן אידישן ישוב, און ארויפפארן אויף א שאסיי וואס פירט ארויף גלייך צום נאציאנאלן פארק 'ציפורי'.
אבער צום ערשט וועלן מיר זיך אפשטעלן אינמיטן ישוב, און צופארן צום קבר פון רבי יהושע בן לוי. די קבר געפינט זיך אין א פרייוואטן שטח, אבער די בעל הבית איז א ערליכער און ער לאזט אריין באזוכער. דער בעל הבית האט געטראפן דעם קבר פאר עטליכע יאר צוריק. א שטיין ביי א פתח המערה, אויפגעשריבן דערויף 'הדין משכבא דרבי יהושע בן לוי'. יעצט, מען קען נישט וויסן ווער דאס איז. א גרויסע מענטש זיכער, וויבאלד יענע צייטן האט מען נישט געשריבן אויף קיין פשוט'ע מענטש 'רבי', נאר אויף א חשובע איד. אבער מען קען זיכער נישט אויפווייזן אז דאס איז די באקאנטע רבי יהושע בן לוי, אבער עס קען מעגליך זיין. הגם עס איז דא די מעשה אין די גמרא אז ר' יהושע בן לוי איז ארויף לעבעדיג אין הימל, זאגט שוין די סדר הדורות אז עס מיינט נישט ממש כפשוטו אז זיין גוף איז ארויף, נאר אין א בחינה וואס מיר פארשטייען נישט. דעריבער קען מעגליך זיין אז דא איז זיין קבר, וה' יודע האמת.
שוין, פארן מיר ארויף צום שפיץ בארג, ווי עס האט זיך געפינען פאר אכצן הונדערט יאר צוריק א ריזיגע שטאט מיטן נאמען ציפורי, שיושבת על ראש ההר כציפור. און א שטיק צייט האט זיך דא געפינען די סנהדרין אינאיינעם מיטן ראש הסנהדרין 'רבינו הקדוש', וואס האט זיך אהערגעצויגן פון בית שערים צוליב געזונט סיבות, ווואס ער האט געדארפט דערפאר פרישע ליפט פון א שפיץ בארג. אין די לעצטע יארן האט מען דא אויפגעגראבן די גאנצע שטאט, וואס מען האט געפינען האלב אומבארירט. די גאסן הערליך אויסגעפלאסטערט מיט שטיינער. מיט שורות אויף די זייטן ווי עס האבן זיך געפינען די געשעפטן. די אלע הייזער ווי מען האט געוואוינט דאן. און אויך די אידישע קווארטל, ווי די סימנים צייגן. גאר אסאך תנאים ואמוראים האבן זיך דא געדרייט, אויף די גאסן וואס מיר זעהען און אויף וואס מיר קענען גיין מיט אונזער פיס. אויף איינע פון די שטיינער האט מען אפילו געפינען אויסגעקריצט א מנורה, דאס איז א סימן אויף א אידישע אנוועזנהייט דא. אזוי ווי היינט קריצט מען אריין אין די צעמענט פאר עס טריקענט זיך '... פוי'...... דא האט אויך געוואוינט די תנא הקדוש רבי יוסי בן חלפתא, און נאך. אויך האט מען דא געטראפן די אלטע בית הכנסת וואס די ארטיגע אידן האבן גענוצט. מיט א שיינע פאדלאגע, אויסגעמאלן מיט טיילס (פסיפס, מוזאעיק) הערליכע מאלערייען וואס א גרויס טייל קען מען נאך היינט זען. ווי די עבודות אין בית המקדש, די עקידת יצחק און נאך. אויפן שפיץ בארג איז דא אן אלטן פעסטונג פון די קרייץ ציגלער, בערך טויזענט יאר צוריק. היינט האבן זיי דארט געמאכט א מוזעאום ווי עס געפינען זיך די אלע געפינסן פונעם פלאץ, ווי אלע סארט כלים פון טעפ ביז נייען געצייג, לעכט האלטער און נאך און נאך. צווישן זיי אויך א קמיע אויסגעשריבן אויף א קמיע, אזא סארט וואס די גמרא אין שבת רעדט דערפון אסאך.
שוין, דאס איז די מעשה מיט ציפורי, די נייע און די אלטע. יעצט וועלן מיר ארויספארן צום 79 און פארן דערויף, ביז מיר גרייכן די אינטערסעקציע 'צומת יפתחאל'. אויפן וועג גייען מיר אריבער די אידישע ישובים 'הסוללים' און 'שמשית'. ביים אינטערסעקציע פארן מיר אביסל ווייטער אויפן 79 און נאך אביסל מאכן מיר א רעכטס ארויף אויפן 784. די 784 פארט ארויף געדרייטערהייט ביז כרמיאל און די 85. מיר וועלן נאר איבסל פארן אויף דעם. צום ערשט פארן מיר אריבער די אידישע ישוב 'חנתון', און קעגן דעם די אלטע חורבנות פונעם ישוב מזמן יהושע בן נון 'תל חנתון'. דערנאך זעהען מיר אן גרויסן אראבישן דארף 'כפר מנדא'. דער דארף ווערט שוין דערמאנט אין די גמרא, און אין ירושלמי ווערט געבערנגט אן אמורא מיטן נאמען 'רבי יששכר דכפר מנדי', וואס לכאורה מיינט עס אונזער דארף. און דא האבן מיר טאקע זיין קבר. און נעבן אים ליגט די תנא רבי שמעון בן גמליאל, די צווייטער, די ערשטער פון די עשרה הרוגי מלכות האט מען שוין געהאט פריער אין כפר כנא. דער רשב''ג איז די טאטע פון רבינו הקדוש, וואס האבן מיר האבן נארוואס געהאט. איך בין נאכנישט געווען ביי דעם קבר, איך האב פרובירט אריינצופארן אינמיטן העלן טאג, אבער עס האבן זיך דארט געדרייט אסאך ארבעטסלאזע אינגע אראבער, וואס איך האב געהאט א חשש אויף זיי אז זיי זוכן וואס צו טון.... און איך בין נישט געווען אינטערעסירט צו זיין דער וואס וועט זיי עס געבן... דעריבער בין איך נישט אנגעקומען דערצו. אבער גבאי געט פונקטליכע אנווייזונגען אהין. לויט ווי עס קוקט אויס פון זיינע ווערטער, איז שוין היינט גארנישט דא דארט. נאר א כיכר מיט עטליכע סימנים פון די אמאל. בכלל איז עס אויף גאר א שיינעם ארט, אין א טאל, גלייך אינטער א הויכע בארג, גאר שיין.
פארן מיר צוריק צום 79, און גלייך מאכן מיר א לינקס און דערנאך ביים אינטערסעקציע – א רעכטס ארויף אויפן 77. מיר פארן צו דרום – מערב. אויפן וועג פארן מיר אריבער עטליכע אידישע ישובים – אלון הגליל, בית לחם הגלילית און אלוני אבא. ביז מיר גרייכן דעם 75. דא יעצט האבן מיר דערגרייכט דעם עמק יזרעאל. דאס איז א הערליכע טאל, ארומגענומען מיט בערג, און שטארק באוואוינט מיט אידישע ישובים, שוין נאך פון די יארן נאך פאר די גרינדונג פונעם מדינה. די הויפט שטאט פון דעם טאל איז 'עפולה', ווי מיר וועלן נאך באזוכן אי''ה. דא פארן מיר ביים גרעניץ פונעם טאל. מיר קומען יעצט פון די גליל התחתון בערג, און מיר פארן יעצט אויף א פלאכן טאל. קורצליך נאכן ארויף פארן אויפן 77, דרייען מיר זיך לינקס אויפן 722. וואס פארט אויך אויפן גרעניץ פונעם טאל. נאך אביסל האבן מיר לינקס די נאציאנאלע פארק 'בית שערים'.
מיר פארן אריין, און מיר האבן דא אסאך וואס צוזען. אבער קודם וועל איך מוזן זיין א מודה על האמת, אז כאטש איך האב זייער שטארק געוואלט דארט זיין, בין איך נישט אנגעקומען עס צו דעקן, דעריבער קען איך נישט געבן פרטים פונעם שטח, אבער איך וועלן דערציילן בערך וואס מען זעט דארט. דא איז געווארן אויפגעדעקט אין יאר תרפ''ו די גרעסטע אלטע אידישע בית הקברות מזמן התנאים. דא זענען געווארן געפינען עטליכע ריזיגע גיגאננטישע מערות, מיט ארונות פון אידישע נפטרים, ווי מען פלעגט יענע צייטן באערדיגן. דאן ביי די אנטדעקונג האט עס געמאכט העדליינס איבער די גאנצע וועלט, עס איז געואורן א אויסטערלישע ארכיאלאגישע געפינס. למעשה גראבט מען דארט נאך אלע יארן ביז היינט, צו געפינען אלע באגראבענע אוצרות. עס איז דא אסאך אינטערעסאנטע זאכן צו זען דארט. ווי מען זעט פון די כתבים וואס זענען אויפגעשריבן אויף די ארונות, זעט מען אז מען האט דא אפילו געברענגט פון גאר ווייטע פלעצער נפטרים דא צו באערדיגן, אפילו פון סוריא און פון בבל. ווי אויך אינטערסאנטע מעלערייען זעט מען אויף די ווענט און די ארונות, ווי מנורות און נאך. ווי אויך איז דא די איבערבלייבענישן פון די אלטע שטאט בית שערים, ווי רבינו הקדוש האט געלעבט רוב ימיו, און די סנהדרין האט זיך דא דאן געפינען, און נאך תנאים האבן דא געוואוינט, ווי ר' יוחנן בן נורי. אויך האט מען מעגליך געטראפן די בנין ווי די סנהדרין איז געווען סטאנציאנירט, עכ''פ, זיכער א צענטראלע וויכטיגע בנין פארן אידישן ישוב. אין יאר תשע''ה איז דער ארכיאלאגישער שטח געואורן אנערקענט דורך די יו. ען. אלץ אינטערנאציאנאלער וויכטיגע מקום וואס מען דארף ארבעטן עס צו פרעזערווירן און האלטן פאר די תועלת פון די מענטשהייט... די זכות זאל זיי ביישטיין.
די עיקר געפינס דא, איז א מערה וואס מען זעט גלייך אז דאס איז א ספעציעלע חשובע מערה. און דארט זעט מען עטליכע כוכים ארום. און אויף איינס פון די כוכים שטייט ארויפגעשריבן 'רבי שמעון', אויף די אנדערע 'זו של רבי גמליאל', און אויף די אנדערע 'אנינא הקטן'. און ביי די סוף פונעם גאנצן מערה, ביים אויבן אן, איז דא צוויי כוכים אריינגעגראבן אין די ערד, איינס נעבן די צווייטע. יעצט, די פשוטע סברא זאגט גלייך אז מען רעדט דא פון די מערה פון די משפחה פון רבינו הקדוש, ווען בראשם ליגט רבינו הקדוש און זיין רעביצין. דערנאך ליגט דארט ר' גמליאל וואס מען ווייסט פון חז''ל אז ער האט געהאט אזא זון וואס איז געווען נשיא נאך אים, און דערנעבן ר' שמעון, וואס מען ווייסט אויך אז ער האט געהאט אזא זון ווי עס שטייט אין די גמרא. און אנינא הקטן קען מען אפילו זאגן אז דאס איז זיין גאר נאנטע תלמיד 'רבי חנינא'. אלעס שטימט גאר שיין. און עס שטימט אפילו די קבר פון רבינו הקדוש מיט צוויי מימרות אין חז''ל. איינס,איז דאס וואס רבינו הקדוש זאגט אז מען דארף ליגן אינאיינעם מיט די ווייב, און דא זעט מען טאקע ווי ער ליגט ממש נעבן איר. די צווייטע, שטייט אין גמרא אז רבינו הקדוש האט געבעטן אז מען זאל אים באערדיגן ממש אין די ערד, נישט ווי אנדערע יענע צייטן וואס זענען געווארן באערדיגט אויף די שטיין, און דאס זעט מען ממש אויפן שטח, אז נאר זיין קבר איז געווארן אריינגעגראבן אין די ערד אריין! אויך האט מען געפינען פארנט פון דער מערה, עטליכע בענק צו זיצן, וואס מען טרעפט נישט ביי אנדערע. וואס עס קוקט אויס צו זיין געשטעלט צו קומען דארט דאווענען ביים קבר פונעם צדיק. אבער למעשה קען מען גארנישט אויפווייזן, און אלעס איז נאר השערות און סברות. מער איבער דעם עיין בערך ציפורי. עמער דארפן ווארטן עד כי יבא שילה. ביזדערווייל האבן מיר זיין ששה סדרי משנה וואס ער האט אונז איבערגעלאזט, און אויך אסאך פון זיינע מאמרים דערין, וואס איז זיכער איז זיכער...