היים רענאוואציעס - טוה עס אליינס
איך האב ב'ה זוכה געווען לחסדי השי''ת און געקויפט א הויז פאר פסח.
עס איז אייביג דא ארבעט צו טין.
איך וויל דא איבערגיין/אויסרעכענן זאכן וואס מ'קען אליין טוען און מ'דארף נישט קיין ספעשיל בעל מלאכה פאר דעם.
מ'קען זיך דינגען אבער מיין כלל איז אויב ביסטו נישט פויל ציצונעמן א תוספת יענמאלט מיט אביסל צולייגן קאפ קענסטו אסאך אנדערע זאכן אויך טוען.
אלא מאי......
ארויף לייגן/טוישן טיר הענטלך./שבת שלאס
טוישן שבת שלאס נומער
אויפהענגן פיקסטשערס
אינסטאללן סוויטש
אנשטעלן א שבת סוויטש
קאנעקטן א סינק
אינסטאללן א אנדער סינק פילטער.
קויפן די טאלס אויפצושטאפן א סינק אדער ביהכ'ס
ווינדאו שעדס
קאנעקטן א וואש מאשים/טריקענער אדער א אווען
איך האב געטוישט די דאקט אין די בוידם פון מיין סענטרל.
ס'גווען ג'לעכרט פון סקווירלס.
די ביליגסטע בעל מלאכה האט געוואלט 600 ס'האט מיר געקאסט אונטער א פופציגער מיט א שעה און א האלב ארבעט.
ביטע לייג צו נאך
דער וואס האט עקספיריענס.
לוינט זיך אריין צולייגן אן ערקאנדישן און א קאך ? אדער וואספארא אנדערע עצה איז דא?