דריידל האט געשריבן:
פארוואס פירט מען זיך צו זאגן פרשת ויאמר מיט רבנו תם'ס תפילין?
אין זכרו קונטרס, במדור יוסי"ף דעת סי' ל"ד, ברענגט ער פון משנ"ב, פרמ"ג, תניא, דאי משום קורא קר"ש בלי תפילין, כבר תיקן בשתי פר' הראשונות, ולפ"ז אין אי"צ לויאמר. אבער דע מהר"ם שיק סי' כ"ג איז נוטה מ'זאל יא זאגן ויאמר אין ער שרייבט וכן ראה אצל רבנים קשישאי. וכך היה נהג לעצמו. אבער לכו"ע דארף מען נישט אנכאפען די ציצית.

שכוח פאר'ן מקור, מ'עמיר אי"ה נאכקוקן.
לגבי אנכאפן די ציצית קען מען זאגן אז מ'דארף טאקע נישט אנכאפן אבער וויבאלד מ'פירט זיך צו קישן די ציצית וויל מען עס נישט דארפן אויפזיכן אינמיטן קרי"ש דעריבער נעמט מען עס אין די האנט פאר'ן אנפאנגן. איי וועסטי פרעגן ווער זאגט אז מ'דארף קישן די ציצית? קען טאקע זיין ס'האט טאקע נישט קיין מקור אבער די תפילין דארף מען אויך נישט קישון און למעשה טיט מען יא אזוי. אגב, די בית יוסף ברענגט דאכציכמיר פון רבנו ירוחם אז ביים זאגן וכתבתם על מזוזות בתיך וואלט מען געדארפט קישן די מזוזה נאר מ'איז נישט מטריח מ'זאל גיין וואקן צו א מזוזה עס צו קישן משא"כ תפילין וואס ליגט אויפ'ן קאפ. לפי"ז, ווען מ'האט אן א טלית דארף מען לכאורה יא קישן די ציצית.
אבער צו נעמען אלע פיר ציצית אין די הענט פעלט לכאורה נישט אויס און ס'גענוג צו קישן די פאדערשטע אזויווי ביי ברוך שאמר, נאר ביי שחרית שטייט מ'זאל נעמען אלע א ציצית ווען מ'זאגט מהר והבא עלינו וכו' מארבע כנפות הארץ

פון אלע פארשידנארטיגע מנהגים ביי כלל ישראל, סיי חסדים, ליטאים, אשכנזים אדער ספרדים איז נישטא קיין איין מנהג וואס כלל ישראל איז אזוי צעטיילט אז אין יעדע איינציגע מנין טרעפט מען אלערליי אידן פון זעלבן חדר, פון זעלבן קרייז, פון די זעלבע שטאט, משפחה וועלכע לייגן די כריכות אויף די הענט אויף אן אנדערן וועג.
יעדער מאכט א עפעס א סארט שין, אבער די פארשידענע מנהגים וועלכע זענען אזוי פארשידנארטיג איז עפעס וואס האט געכאפט מיין אויג א צייט צוריק אז כ'שפיר אז ס'איז כדאי נאכגצוגיין פון וואנעט די פארשידענע מנהגים קומען, און לאמיר זעהן ווער לייגט ווי וועלכע הויף/גזע/חסידות/משפחה וכו'.
אסאך פון די משפחה פון ראפשיצער רב לייגן אזוי ווי אין בילד 10.
איך האב שוין באמערקט אז אידן פון די זעלבע משפחה לייגן אויך צומאל אנדערש די כריכות. און עס איז ספעציעל מאדנע אז מאנכע טוישן פון דעם וועג פון זייערע עלטערן.
אין די חסידישע הויפן ווי סקווירא, וויזניץ און בעלזא לייגט דער רבי די תפילין און אויך דעם שין אןיך די פינגערס, אויפן בר מצוה בחור׳ל, און דער בחור׳ל בלייבט שוין מיט די כריכות וואס זיי רבי האט אים געלייגט.
אין סאטמאר לייגט דער רבי נאר ביז די כריכות אויף די פינגער. ממילא איז פאראן אזויפיל מנהגים.
איך האב געלייגט תפילין ביי א זיידע'ן מיינע, וואס חאטשיק איך פיהר מיך נישט מיט רוב מנהגים זיינע (ווי די מנהגים פון מיין טאטע יבלחט"א זענען אנדערש) מיט די כריכות בין איך געבליבן מיט'ן התחלה. איך שטעל מיך פאהר אז איך בין נישט די איינציגסטער. (#4, אגב. מיין זיידע האט זיך געפיהרט ווי זיינס א זיידע וואס האט איהם געלייגט תפילין, אבער איך ווייס נישט גענוי פון ווי דעם מנהג קומט צו צו אונז. אין רוב עניינים האט ער זיך געפיהרט במנהגי צאנז-ראפשיץ.)