שפארן געלט! = ווי אזוי?!
איך קוק נישט אן קיין געלט ווי ענדגילטיגע זאך, נאר ווי דער אמת אז דאס איז נאר א זאך וואס מיט דעם קויפט מען זאכן וואס עס פעלט אויס, ד. ה. ווען מען דארף עפעס, איז דא 2 זייטן איין זייט דע געלט (למשל $50) בצד שני איז די 'זאך' וואס איך וויל יעצט, איך פארשטיי אז אויב די זאך גייט מיר מאכן פרייליכער, געוואונט די 2'טע זייט און מען קויפט עס!
אבער: מען דארף וויסן אז אויב איך וועל אלעס קויפן וועל איך דארפן מאכן מער געלט, דורך ארבעטן מער, דעמאלס וועל איך שוין נישט זיין אזוי פרייליך...
מיין שאלה איז: ווי אזוי קען מען שפארן, געלט אויף א געשמאקע וועג, עצות און איידיע'ס,
נאך וויל איך צילייגן - איך זעה ווי יונגעלייט טראגן און נעמען אהיים זייערע קינדער פון פלעי גראפ, זיי 'שפארן זיך' בערך $120 א חודש, און זענען פארנומען דערמיט יעדן טאג, איך קוק עס אן אביסל נאריש, ווייל דו קענסט נעמען א סייד דשאב א שעה א וואך, און מאכן $400 א חודש אדער מער... אנשטאט זיין ביזי מיט דעם 2 - 3 שעה א וואך אין שפארן $120 א חודש...
איינער האט ריכטיגע איידיעס?!