farshlufen האט געשריבן: א חוץ דעם, ביסט מיר נאך שולדיג אן ענטפער אויף מיין פריערדיגע תגובה, דו האסט א הסבר דערויף?
א הסבר אויף וואס?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
farshlufen האט געשריבן:פיקח האט געשריבן: סאיז נישט אן איסור, אבער עס איז נישט א כבוד אז עס הייבט אהן צו וואקסן אין שבת אזוי שטייט קלאר ליין די ווערטער
דדרך הצפרנים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת.
א קיצור ווילסטו מיר זאגן אז נאר ווען ס'הייבט אן אין שבת איז עס נישט קיין כבוד,
אבער טאמער האט עס שוין אנגעהויבן פרייטאג אין ס'איז שוין יעצט קענטליך אז ס'וואקסט איז עס יא א כבוד.
פארוואס? אתמהה
thefact האט געשריבן: אזויווי פרייטיג איז ראש חודש אדר ב' און דאנערשטיג שערט מען נישט קיין נעגל איז היינט די זמן זיך צו שניידן די נעגיל לכבוד שבת
אויך וועט מען נישט קענען שערין די האר דעם פרייטיג איז ווער ס'וויל זיך שערין לכבוד שבת איז היינט דער טאג
לאז געמאכט האט געשריבן: א תלמוד חכם האט מיר אמאל געזאגט נאך מער. דעס וואס ס'שטייט אז ס'הייבט אן וואקסן מיינט אז ס'הייבט זיך אן צו דערקענען אז ס'וואקסט. נישט פשט אז דאן הייבט עס אן.
מר. קליען האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן: וואס טוהט זיך לגבי שערן האר אום ראש חודש? (דאכט זיך מען האט שוין אמאל גערעדט פון דעם ערגעץ)
אויבן אויף איז די צואת רבי יהודה החסיד אויף נעגל נישט אזוי?