בית העלמין 'וועסטמינסטער' אין לונדון
פארשטייט זיך אז תשעה באב איז נישט קיין צייט זיך צו שטעלן פוטוגראפירן יעדע מצבה, מען קומט דאך לעורר הלב וכו'
אבער בין גברא לגברא האב מיר אביסעלע געכאפט אפאהר בילדער פון מצבות.
איך וועל דא בס"ד אנהייבן מיט בילדער פונעם גרויסן בית החיים 'וועסטמינסטער'.
וואס דאס האט מען אנגעהויבן נוצען תרמ"ד, און דאן איז דאס געווען דער היימישער בית החיים און דארט האט מען געלייגט רוב היימישע ענגלישע אידן.
מיט די יאהרן ווען עס איז געגרינדעט געווארן די ק"ק עדת ישראל און מען האט באנייעט דעם ביה"ח ענדפיעלד [בערך תרע"ו] האט מען ווייטער גענוצט ביידע בתי חיים.
אבער משום מה, וויבאלד אז רוב היימישע אידן אין די שפעטערע יאהרן זענען געווען אונטער די קהילה פון עדת ישראל [כהיום: משולב עם כדתיא] ווערט דער וועסטמיבסטער ווייניג גענוצט דורך די היימישע, נאר בעיקר דורך די חברי קהילת פעדערעישע"ן, אדער דורך יודען וואס האבן דארט קברי אבות.
ובזה החלי בעז"ה:
דער גרויסער בנין ביים הויפט איינגאנג
- אטעטשמענטס
-
- IMG_4075.jpg (150.98 KiB) געזען 1894 מאל