אכצן יאר פון 9/11
געלעכטער אין א זייט געלייגט... עס האט ליידער געקאסט אידישע נפשות וועלכע זענען אומגעקומען על קידוש ה' הי"ד.
זכרונות, רעקארדירינגען, וכו', אלע ווערן געבעטן צו איבערפרישן דעם טאג.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
קלאָצקאָפּ האט געשריבן: נאדיר א לעבעדיגע באריכט...
לכאורה האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן: יענס איז פאלש, ס'האט פאסירט 2000 אדער 2001 דאכט זיך, אייוועלט איז נאך נישט געשטאנען... יענס איז אן איבערשפיל פון עטליכע לצים...
שיין זעה מיר אויס, אכצן יאר שפעטער און מען געדענקט שוין נישט דעם פונקטליכן דאטום: 2001
היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן: איך כאפ נישט וויזוי איינער קען דא פארנאַרט ווערן, חוץ אויב יענער געדענקט עס נישט.. וואס מיינט אז ער איז נאך גאר יונג.
יענע צופרי.. קוים וואס וואס ס׳איז געווען סעלפאונס. קאמפיאטערס האבן אויסגעקוקט מער ווי די היינטיגע פסח פריזערס. אייוועלט!?
נייעס איז געקומען פון מויל צו אויער אדער דורך די ראדיאו וואס מ׳האט געהאט אין די קארס.
געדענק איך וויזוי מיר האבן יענע נאכט מסתמא די ערשטע מאל עכט אויסגעהערט די ראדיאו, די דרשה פון בוש.
דריידל האט געשריבן:היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן: איך כאפ נישט וויזוי איינער קען דא פארנאַרט ווערן, חוץ אויב יענער געדענקט עס נישט.. וואס מיינט אז ער איז נאך גאר יונג.
יענע צופרי.. קוים וואס וואס ס׳איז געווען סעלפאונס. קאמפיאטערס האבן אויסגעקוקט מער ווי די היינטיגע פסח פריזערס. אייוועלט!?
נייעס איז געקומען פון מויל צו אויער אדער דורך די ראדיאו וואס מ׳האט געהאט אין די קארס.
געדענק איך וויזוי מיר האבן יענע נאכט מסתמא די ערשטע מאל עכט אויסגעהערט די ראדיאו, די דרשה פון בוש.
ניטאמאל קול מבשר האט דאן עקזיסטירט. יענסמאל האט מען באקומען די נייעס פון ראדיא אדער טעלמי, אדער האט מען געקענט ווארטן אויף מיטוואך/דאנערשטאג ווען די חרדי'שע צייטונגן ערשיינען
אסדר לסעודתא האט געשריבן:nmi האט געשריבן: *דאנעשטאג/פרייטאג. די צייטאנגען פלעגן נאך ארויסקומען לכבוד שבת...
נאופ, די צייטונג און אויך דער איד פלעגט דעמאלטס ארויסקומען מיטוואך.
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: נו, קיינער איז זיך נישט מרחם מיט עפעס אינטערעסאנטערע זכרונות?... רעקארדירינגען?...