אויפדעקונג: שעדליכער וואפן פאבריק אין נ.י.
נאווע ירק- שאקירנדע אויפדעקונגען קומען אפיר, נאכן קומען אויף די שפירן פון א שעדליכער וואפן פאבריק ממש אינעם סאמען היימישן ניו יארק!
ווי די אפיציעל'ס און באאמטע געבן איבער, האבן זיך די פארדאכטן אנגעהויבן נאכדעם וואס מען האט באמערקט דורך א קאמערצינאלן פליגער שווארצע רויעך ארויסקומען פונעם דאך פון דעם געהיימען בנין, און נאכן עפענען א גרינטליכן אויספארשונג, זענען די אגענטן אפיר געקומען מיט דאס שרעקליכסטע, נעמליך א שעדליכער געהיימער וואפן פארבריק וואס א געוויסער רעבעלן גרופע פירט שוין יארן לאנג אינמיטן סאמען ניו יארק און א שווער באוואוינטער געגנט.
דאס ארגסטע איז נאך - ווי זיי געבן איבער - אז אין די בערך סקווער מייל פונעם פאבריק וואוינען ארום 30 נפשות, וואס דארינען זענען אריינגערעכנט, קינדער, פרויען, און עלטערע לייט.
ווי זיי זאגן איז דער פאבריק געווען די מערסטע אקטיוו אין די ימים טובים סעזאן, וויבאלד דאן האבן זיי געהאט א גרעסערע פארלאנג פון זייערע אויבערהארן זיך צו באניצן מיט זייערע סחורה.
ווי אויך האט די פאבריק זיך פארשלייערט אינטער א נאן פראפיט ארגענעזאציע כדי צו קענען אנגיין אומגעשטערט אן שטעלן ערסטע פארדאכטן אויף זיך.
ווי מען גיבט איבער גייט נאך אן א אנגייענדער אויספארשונג איבער דעם גאנצן סקאנדל, באריכטן וועלן נאכפאלגן אי"ה.
בייגעלייגט בילדער פונעם וואפן פאבריק:
א נענטערע בילד פון דער הייעך:
איינע פון די פארדעכטיגטע פארשוינען ביי די ארבעט: