האב איך זיך דערמאנט
אני הפעוט האט געשריבן: דא
פאר א פאר חדשים צירוק בין איך ג'זעסען ביי א שמחה ציזאם מיט הרה"ח חיים אלעזר בראנסדארפער נ"י
(אחיו להבחל"ח פון הגאון רבי מאיר בראנדסדארפער זצ "ל) א באטעמטר שמועסר (א שאד איך האב ניט געהאט א רעקארדער) ,
לפי זכרוני איז אביהם ר ' שלמה ז"ל ומשפחתו ניצל געווארען פון דעם גירוש פון פוילישע פון אונגארען
קיין קאמעניץ פאדאלסק, און אנגעקימען קיין אנטווערפען פון ווי זיי זענין אנטלאפען קיין פראנקרייך,
ווי זיי זענען ג'ווען במשך שנות הזעם באהאלעטן אין דערפער, אין איין דארף האט ר' שלמה מברר געווען
אז דאס טייכעל איז ניט קיין מי גשמים און איז כשר בזוחלין, איינע פון זיינע ברודער איז דארט געבוירען געווארען,
אויך דערציילט רח"א אז עס איז געווען מצות (פרטים געדענק איך ניט), זיי זענען געווען פון די ערשטע
פליטים אנקימען קיין א"י כמעט תיכף נאך די ימי הזעם נאך פאר דעם היום המר והנמהר ה אייר תש"ח
און זיך גלייך מקשר צי הרה"ק בעל שומרי אמונים זי"ע