משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ס'קומט מיר אריין חידושים וועגן ר' שרגא פליישמאנ'ס נ"י אויפגעבן יכולת. ווי ווייט דאס קען אויפטון אינעם נפש אז ס'זאל ארבעטן געזונטער.

וואס מיינט יכולת? די אפטיישט פון די ווארט יכולת מיינט "איך קען מאכן, און איך וויל מאכן מיט מיינע כוחות, אז די און די זאך זאל געשעהן". די איבערצייגעניש, די איינרעדעניש אז " איךקען באווייזן אז ס'זאל פאקטישגעשעהן, איך דארף נאר טון דאס און דאס" דאס איז די אפטייטש פון 'יכולת'. דער שפיר איז ' יכולת'.

צום ביישפיהל: יעצט ווען איך טייפ די שורות קען איך שפירןאזא "אויף עפעס אן אופן קען איך באווייזן אז מיין ארטיקל זאל אויסנעמען ביי די ליינערס, זיי זאלן הנאה האבן דערפון, ס'זאל זיי זיין לייכט און געשמאק צו ליינען". דאס מיינט איך שפיר א 'יכולת'.

ווען איך שפיר די אויבנדערמאנטע, מוז בהכרח געשעהן אין מיר כאילו איך בין א גא-ט מיט יכולת. ס'איז עפעס אזא אבסעלוטישער " איך קען". דאס מיינט אז איך צווינג מיך יעצט אויסצושפילן אזאך וואס איך בין נישט ביכולת. און ווען די נפש איז אין א מצב אויסצושפילן אזאך וואס זי איז נישט ביכולת איז זי אונטער דרוק. אבער דער אמת איז אז נישט וועגן דעם ווייל די נפש זאל נישט זיין אונטער דרוק דארף מען אויפגעבן אויף יכולת, מ'דארף אויפגעבן אויף יכולת, ווייל נאר דער אייבערשטער קען. מ'דארף זיך זייער שטארק האלטן צו דעם.

אז א מענטש ווערט אויפמערקזאם ביי זיך אויף א רצון צו ווירקן מיט זיין יכולת אז עפעס זאל מוזן געשעהןאינעם עתיד, אדער אפילו אינעם הווה, איז דאס 'יכולת'. ווייל דער מענטש שפירט "איך קען מאכן אז דאס און דאס זאל געשעהן"

אויפגעבן יכולת איז אן עבודה. וואס מיין איך צוזאגן אז ס'איז א עבודה? איך מיין צוזאגן אז ווען מ'וויל אויפגעבן אויף יכולת דארף מען האלטן קאפ אז מ'געט עס אויף נישט ווייל איךגיי מיט דעם שאפן א תוצאה פון רואיגקייט, נאר מ'געט עס אויף ווייל דאס איז דער אמת. נאר דער אייבערשטער קען.

ר' שרגא נ"י האלט אז זייער אסאך עמאושענעל פראבלעמען קומען פון דעם שפירפון יכולת. ס'קומט ווען א מענטש רעדט זיך איין אז "איך קען". אדער "איך דארף קענען".

מיין ציהל מיט'ן שרייבן דא איז נישט כדי איך זאל ארויסגיין פון סייוועלכע פראבלעם. מיין ציהל איז אויפצוגעבן יכולת ווייל דאס איז דער אמת. אבער מיט דעם אלעם איז פשוט אינטערעסאנט ווי ווייט, ווי ווייט די איינרעדעניש פון 'יכולת', ווי ווייט דאס מאכט נעבעך אזויפיל פראבלעמען. מיין ציהל מיט'ן שרייבן איז מיטצוטיילן מיינע געפינסן. נישט ווייל ס'דארף העלפן ארויסגיין פון סייוועלכע פראבלעם. נאר דער אייבערשטער קען העלפן.

ס'איז פשוט אינטערעסאנט צו זעהן ווי ווייט ווען א מענטש וויל קאנטראלירן ווערט ער קאנטראלירט טאקע פון דעם אליין אז ער וויל קאנטראלירן. מ'מיינט אסאך מאל, מ'זעהט א מענטש וואס איז א לא לנו, א לא יוצלח, ס'גייט אים גארנישט, און מ'טראכט ביי זיך: מקימי מעפר דל מאשפות ירים אביון. דער אמת איז אבער אז דער לא יצלח, ער איז א לא יוצלח ווייל ער וויל צושטארק. ווען ער וואלט באמת ריכטיגאויפגעגעבן אויף יכולת וואלט ער ערשט דעמאלטס געווען אין די מצב פון א דל, און פון א אביון, וואלט געווען מקימי, מ'קען נישט זיין אין א מצב פון א דל און א אביון פאר מ'געט אויף אויף יכולת אויפן ריכטיגן וועג בעזר השי"ת.

איך האב פשוט ליב זיך צו דערגרינטעווען אין דעם עמקות וואס רופט זיך 'יכולת'. און אין דעם עמקות פון אויפגעבן 'יכולת'.

איך בין א נפש וואס איך האב שוין אזויפיל געליטן פון אלע סארט עמאושענעל פראבלעמען. און איך קען זעהן ווי דאס ענין פון אויפגעבן 'יכולת', ווי ווייט דער אייבערשטער איז סך מער גרייט צו העלפן כמובא בספר דרך אמת, שיש עזר מהקב"ה רק כשאדם מכיר בחוסר יכלתו.

די עבודה פון אויפגעבן אויף יכולת ארבעט רגע ביי רגע. ווען איך קוק יעצט אריין ביי מיר און טראכט "וואס איז באמת יעצט מיין איינרעדעניש פון יכולת", טרעף איך די אבסעלוטישקייט פון אויסנעמען. אזוי ווי איך האב פריער געשריבן. און דער יכולת איז דא אין מיין נפש. אבער אויב איך טראכט: ווער האט מיר געזאגט אז איך מוז אויסנעמען? איך טו וואס איך קען, און דער אייבערשטער זאל עס ענדיגן אויף למעשה.

קוק, ס'מאכט סיי ווי נישט אויס צופיל אינעם עצם אופן וויאזוי די זאך ווערט געטון. פונקט פארקערט, די ענין פון שפירן יכולת'דיג, לייגט אומזיסטע דרוק. לאמיר חזר'ן: א מענטש קען סייווי נישט. א מענטש קען נאר טון וואס ער טרעפט זיך טון אין די יעצטיגע מינוט. תוצאות באלאנגט נישט פארן מענטש צו קאנטראלירן.

אז איך קוק יעצט אריין אין מיין 'יכולת', טרעף איך: די יעצטיגע מינוטן מוזן ווערן אויסגענוצט צום בעסטן. דאס איז אויך אבסעלוטישער יכולת וואס באלאנגט צו גא-ט ב"ה. נאר השי"ת קען מאכן זיכער צו טון די ריכטיגסטע פעולה אז ס'זאל האבן א קיום און ס'זאל נישט זיין פארשווענדעט. א מענטש מאכט טעותים. ער מאכט. אויב גיי איך אויפגעבן אויף דעם יעצטיגן יכולת פון: איך מוז יעצט טון פעולות וואס גייט זיכער האבן די מערסטע פאזיטיוו תוצאות, האב איך מער שאנסן צו באקומען הילף פונעם אייבערשטען אז דאס זאל טאקע געשען.

ס'דא אסאך מאל וואס מ'זעהט אז א מענטש איז אויסטערליש מצליח אין א געוויסע פעלד און ער טיילט יעדעם מיט וויאזוי מ'קען מצליח זיין, און מ'טראכט ביי זיך: וויאזוי קען ער אזוי מצליח זיין? די תירוץ קען גאר זיין: ווער זאגט דיך אז ער שפירט יכולת? וואלט ער געשפירט יכולת וואלט ער אזוי מצליח געווען? מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס יענער שפירט אינעווייניג, אפילו ווען ער זאגט דיך אז ער שפירט יכולת, קען גאר זיין אז ניין. ס'מאכט זייער אסאך סענס, און מ'קען עס זעהן גאנץ בחוש, אז ווען א מענטש רעדט זיך איין אין זיין יכולת, האט ער ווייניגערשאנסן.

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

נשמה, השי"ת זאל העלפן זאלסט מצליח זיין ארויסברענגען דיינע געפילן און דיינע לימודים.

אויפגעבן יכולת איז דער שפיץ פון ר' שרגא'ס לימודים אין די לעצטע יארן (איך בין נישט זיכער אויב אין זיין ספר איז ער אויך געגאנגען מיט דעם מהלך)
אנדערש ווי איינער האט דא אמאל געשריבן אז זיין מהלך איז Acceptance and commitment therapy מיין איך אז זיין עיקר עבודה איז אין אויפגעבן יכולת און מטעם ווייל א מענטש האט באמת נישט קיין שום יכולת לפי"ד, גארנישט אויסער בחירה - ווילן. און פון דארט און ווייטער איז עס כמעט נישט זיין ארבעט נאר א המשך פון זיין רצון און משמים מסייעים אז זיין מעשה ווערט אויסגעפירט, וכו' און אפי' אין רצון אליין איז עס אויך צעטיילט וויפיל איז זיין און אזוי ווייטער.
אבער דאס אלעס קומט מיט דער נסיון פון יכולת, וויפיל דער מענטש טוט קומט ער צו כחי ועוצם ידי מחשבות און ער דארף עס מבטל זיין און זיין בטל צום כל יכול.
זיין ארבעט איז אויך שטארק אין זיך לערנען צו זיין א מקבל, מקבל צו זיין די השפעה און הנאה האבן דערפון, און נישט הנאה האבן פון זיין דער משפיע נאר וועלן זיין ווי מער בטל צום כל יכול. וכו' וכו' דאס זענען זיינע עיקר יסודות.

איך וויל מעתיק זיין איין שטיקל און מגיב זיין דערויף

נשמה האט געשריבן: בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ס'דא אסאך מאל וואס מ'זעהט אז א מענטש איז אויסטערליש מצליח אין א געוויסע פעלד און ער טיילט יעדעם מיט וויאזוי מ'קען מצליח זיין, און מ'טראכט ביי זיך: וויאזוי קען ער אזוי מצליח זיין? די תירוץ קען גאר זיין: ווער זאגט דיך אז ער שפירט יכולת? וואלט ער געשפירט יכולת וואלט ער אזוי מצליח געווען? מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס יענער שפירט אינעווייניג, אפילו ווען ער זאגט דיך אז ער שפירט יכולת, קען גאר זיין אז ניין. ס'מאכט זייער אסאך סענס, און מ'קען עס זעהן גאנץ בחוש, אז ווען א מענטש רעדט זיך איין אין זיין יכולת, האט ער ווייניגערשאנסן.


איך מיין אז דא ביסטו ראנג, הצלחה אין פעלד מיינט נישט הצלחה אין לעבן. עס איז זייער מעגליך אז א מענטש איז מצליח און ער שפירט יכולת, עס איז דוקא מעגליך. רוב וועלט לעבן אין יכולת און אויב איינער איז מצליח ווייל אזוי וויל דער בורא, און דער מענטש רעד זיך איין כוחי ועוצם ידי, ווער וועט אים שטערן צו שפירן יכולתדיג?
לפי דברי ר"ש לעבט אזא מענטש א אומריכטיגן לעבן מיט א פאלשע השקפה און זיינע געפילען זענען נישט אנטוויקלט, זאל ער ווען אויפגעבן יכולת וואלט ער געווען אויף די ריכטיגע רעלסן און געלעבט א לעבן יעדע רגע.

הצלחה
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע:ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

זייער שיין נשמה. ליכטיגע ווערטער!
די אייבערשטער האט געגעבן פאר א מענטש א בחירה אויף מעשים. נישט אויף די תוצאות.
מען דארף אנערקענען און דעם אז די איינציגעסטע זאך וואס ער קען טוען איז טאקע נאר טוען, און נישט פארמירען די ציל אויף די תוצאות, נאר אויף די מעשים.

איך האב געהערט פון ר' שרגא שליט"א אז א מענטש טאר נישט האבען א שאיפה, א מענטש דארף האבען א תשיקה! די חילוק איז אז א שאיפה איז אלע מעשים וואס מען טוט בלויז א מיטעל צו די ציל וואס דאס איז די תוצאה.
און א תשיקה איז אלעס ביז אהין די ציל, און די תוצאה איז נאר א גליסטעניש און א רצון, מיט א פארשטאנד אז איך בין אבער נישט אחראי אויף דעם.
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע:ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

מיגו האט געשריבן: אויפגעבן יכולת איז דער שפיץ פון ר' שרגא'ס לימודים אין די לעצטע יארן (איך בין נישט זיכער אויב אין זיין ספר איז ער אויך געגאנגען מיט דעם מהלך)
אנדערש ווי איינער האט דא אמאל געשריבן אז זיין מהלך איז Acceptance and commitment therapy מיין איך אז זיין עיקר עבודה איז אין אויפגעבן יכולת און מטעם ווייל א מענטש

איך בין נישט פינקטלעך באקאנט מיט Acceptance and commitment therapy. אבער ווי ווייט איך פארשטיי איז עס געקניפט אין געבינדען מיטן אויפגעבען די יכולות.
ווייל א מענטש שפירט זיך נאר שילדיג און אחראי אויף זאכען וואס ער רעדט זיך איין אז ער קען טוען און דעגרייכען. און ווען א מענטש אנערקענט מיט א קלארקייט וואס ער איז יא ביכולות און אויף וואס נישט, און אז די איינציגסטע זאך וואס ער טראגט די אחריות איז אויף דאס וואס ער קען יעצט טוען, און אז אלעס וואס ער קען נישט איז ער נישט אחראי אויף. דאן פאלט אוועק די זעלבס באשילדיגונג געפילען און ער אקצעפטירט זיך און זיין מצב אויף וואס עס איז, ער איז מוכן צו מקבל זיין זיינע נישט גיטע מצבים און געפילען, און ער וועט אפרישיעטען און עס אקצעפטירען כמו שהוא, ווייל ער פארשטייט אז דאס איז די מאקסימום וואס ער קען, ווייל ער האט אויפגעגעבן אויף די יכולת זיך צו שפירען גוט אדער טוישען די מצב, במילא ווערט ער נישט דעשראקען און זיכט נישט צו אנטלויפען פון שלעכטע געפילען. און ער איז גרייט עס צו קיקען און פנים. ודו"ק...
צעקה בקול דממה דקה
וואס פארשטיי איך?
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 25, 2019 3:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס פארשטיי איך? »

שרייזשע האט געשריבן: זייער שיין נשמה. ליכטיגע ווערטער!
די אייבערשטער האט געגעבן פאר א מענטש א בחירה אויף מעשים. נישט אויף די תוצאות.
מען דארף אנערקענען און דעם אז די איינציגעסטע זאך וואס ער קען טוען איז טאקע נאר טוען, און נישט פארמירען די ציל אויף די תוצאות, נאר אויף די מעשים.

איך האב געהערט פון ר' שרגא שליט"א אז א מענטש טאר נישט האבען א שאיפה, א מענטש דארף האבען א תשיקה! די חילוק איז אז א שאיפה איז אלע מעשים וואס מען טוט בלויז א מיטעל צו די ציל וואס דאס איז די תוצאה.
און א תשיקה איז אלעס ביז אהין די ציל, און די תוצאה איז נאר א גליסטעניש און א רצון, מיט א פארשטאנד אז איך בין אבער נישט אחראי אויף דעם.


א מענטש דארף טון און נישט 'נאכ'טון, טון און נישט 'אפ'טון, טון און נישט אויפטון
דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת הקהל »

יאיר וויינשטאק האט ארויסגעגעבן א בוך ווי ער באשרייבט הרה"צ ר' אשר פריינד ז"ל מירושלים. ברענגט ער דארט א מאמר פון ר' אשר וואס ער זאגט דאס זענען פון זיינע גרעסטע חידושים, ער רופט עס "שלימות החסרונות" איך מיין עס איז די זעלבע נקודה און מהלך פון ר' שרגא, אז א מענטש איז מכיר זיינע חסרונות און זיין חוסר יכולת און דאס איז ריכטיגע שלימות! כידוע איז ער געגאנגען אויפן מהלך פונעם הייליגען פרי הארץ הרה"ק ר' מענדעלע וויטעפסק ויש להאריך בזה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך בין אזויפיל אדורך זייט נעכטן.

איינע פון מיינע שוועריגקייטן ווען איך ארבעט אויף אויפצוגעבן 'יכולת' איז אז ווען איך באגעגען א מענטש וואס ס'דאכט זיך מיר אז ער פירט זיך אויף מיט 'יכולת', ווער איך אזוי בייז אויף אים און ס'קומט אריין עכטע שלעכטע מידות. איך טייטש אלעמאל וכסיל לא יבין את זאת, בפרוח רשעים כמו עשב ויציצו כל פועלי און, ווען מ'זעהט אין זיך רשעות, זאל מען וויסן אז דאס איז להשמדם עדי עד, מ'זאל עס פארטיליגן פון זיך.

קודם כל איז די עצה: נישט ארבעטן אויף יענעמ'סיכולת. איך דארף אויפגעבן אויף מייןיכולת. נאכדעם האב איך געזעהן אז אסאך מאל ווען איינער טשעפעט איינעם, און ער בעהט יענעם איבער קען אריינקומען דאס ענין פון 'יכולת'. וויאזוי? ווייל "איך מוז מאכן זיכער אז יענער גייט זיך בארואיגן". דאס איז ווארשיינליך 'יכולת'. נענטער צום ריכטיגן וועג איז: "איך קען נאר טון א פעולה, אבער איך בין תלוי אינעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער זאל דאס אויסגראדן. אויב איך גיי מיט 'יכולת', און איך בעהט יענעם איבער אויף אן אופן פון אפעלירן מיין אייגענע 'יכולת', צו מאכן זיכער אז זאכן גראדן זיך אויס דורך מיין פעולה, האב איך מיך גארנישט ארויסגעלערנט פון די גאנצע טשעפעריי. איך בלייב ווייטער אין דמיון אז "איך קאנטראליר אז זאכן זאלן זיין גוט". און דאס טויג נישט. ווייל דאס גאנצע יענעם וויי טון קומט דאך נאר פון 'יכולת'. און דאס איבערבעטן איז ווייטער 'יכולת'.

נאך אזאך וואס איך האב באמערקט איז די ענין פון 'חינוך'. ס'דא צוויי וועגן. איינס גייט: איך טו אז ס'זאל געשעהן; ס'איז א שפיר פון "איך בין דער וואס האלט און קאנטראלירט די דרייווער, און דאס דרייט עס" אזוי שפירט זיך עס. די צווייטע שפירט זיך: איך טו אבער נאר דער אייבערשטער קען עס מאכן געשעהן; ס'באלאנגט פאר'ן אייבערשטן. גייענדיג אויפן צווייטן וועג שפירט מען נאר די האפענונג צום אייבערשטן, שפירנדיג אז ס'פעלט די הארטקייט אז ס'גייט זיכער אזוי זיין צוליבמיין יעצטיגע טאט. מ'שפיהרט שטארק א ליידיגע פלאץ צווישן מיין טון, און וואס ס'גייט למעשה געשעהן.

ס'איז נישט גרינג אויפצוגעבן אויף יכולת. אבער ווען א קינד ווערט מחונך מיט 'יכולת', האט עס א סגולה אוועקצונעמען די סיעתא דשמיא. ווייל דער וואס הייסט אים לערנט אים אויס אז זאכן ווערן אויסגעפירט מיט 'יכולת'. וואסערע מעסעדש באקומט דאס קינד? ווער איז דער וואס טוט אויף למעשה?

צום ביישפיהל: שטיי אויף. שטיי יעצט אויף. דו פאלגסט נישט. דו גייסט כאפן. דו מוזט מיך פאלגן. מ'מוז פאלגן אין די הויז. אנדערש איז אבער ווען מ'רעדט באופן אז דאס קינד קען נישט אויפשטיין נאר בעזרת השי"ת. איך קען נישט הייסן נאר בעזרת השי"ת. דאס קינד מוז גארנישט קענען. דער אייבערשטער איז דער וואס קען און העלפט יעדע רגע. דאן פארשטייט די נשמה פונעם קינד זיך צו פארלאזן און זיך צו ווענדן צום אייבערשטן זאל אים העלפן אויפשטיין. ער האט סך מער שמחה, און ער קריכט ארויס פון די קליפה וואס רופט זיך 'יכולת'.

איך בין א מענטש וואס ס'איז דא אין מיר א ליבשאפט צו שטעלן יענעם אויפן פלאץ. ס'קומט ווייל איך רעד מיך איין אז איך ווייס וויאזוי יענער דארף זיך אויפפירן אין זיין נפש. אבער דאס קען זייער שטארק שטערן אויב מ'גייט מיט 'יכולת'. ס'לוינט זיך ענדערש זיך צו בייגן צו די זייט פון 'חוסר יכולת', דהיינו גארנישט זאגן, נאר פשוט האפן צום אייבערשטן, ווי איידער די חשש פון יכולת.

נאך אזאך בנוגע דאס ענין פון לערנען מוסר. לערנען מוסר מיט 'חוסר יכולת' מיינט: איך שפיר גארנישט אין מיינע כוחות אויסצופירן וואס דא שטייט. מיט דעם פארשטייט מען סך מער די וויכטיגקייט פון לערנען מוסר. די נפש איז דער וואס דארף ווערן באאיינדרוקט פון לערנען די מוסר.

צום ביישפיהל: א מענטש מיט 'יכולת' לערנט מסילת ישרים ווי יעדע תנועה דארף ווערן אויסגערעכנט פון פארדעם אז ס'זאל זיין מחלק הטוב צו פירן אל הטוב האמיתי. אויב גייט ער מיט 'יכולת' שפיהלט ער גא-ט ב"ה. אזאך וואס ער קען נישט. א מענטש קען נישט טרעפן אין זיך און שפירן אין זיך די 'יכולת' אויסצופירן אפילו איין נקודה דקהוואס ס'שטייט אין די מוסר ספרים. ווער קען יא? דער אייבערשטער.

ס'קומט אויס אז דער וואס לערנט מוסר מיט 'חוסר יכולת' באופן "אה, הלוואי איך טו וואס דא שטייט" "wow, הלוואי איך קען עס טון". אזוי ווי ווען מיר זענען געווען קינדער און מיר האבן געזעהן די שכן משה'לע האט זייער אן אינטערעסאנטער טוי. וואס האמיר געפילט? מיר האבן געוואוסט אז מיר קענען דאס נישט האבן מיט אונזער יכולת. נישט מעגליך. אונז קען מיר דאס נישט מאכן געשעהן. אבער איין זאך יא, ס'האט אונז אנגעכאפט א תשוקה. און דער תשוקה איז געווען ריין. ס'האט נישט פארמאגט אין זיך קיין שום פלאן וויאזוי דאס צו מאכן געשעהן. אבער געהאפט דאס יא. געוואלט דאס יא. וויאזוי? נישט געהאט קיין פלאן.

ביי מוסר איז אויך אזוי. דאס לערנען די דיבורים, און דאס לאזן עס איינזאפן אין אונז. אן קיין פלאן וויאזוי אונז גיימיר דאס מאכן געשעהן. און איך רעד פון אינגאנצן זיך לאזן שפירן אז מ'מוז דאס טון. אבער אן קיין פלאן פון וואו צו נעמען פון אונזכוחות דאס צו טון אויף למעשה. דאס איז נוקב ויורד לחדרי בטן. מ'ווערט הכנעה'דיג. מ'ווייסט אז אין זיך האט מען נישט קיין שום כח, און ערשט דאן איז דער אייבערשטער דא צו העלפן. כמובא בספר דרך אמת.

ווען א מענטש גייט מיט 'יכולת', אוודאי האט ער נישט ליב מוסר. אויף דעם איז געזאגט געווארן: מסיר אזנו משמע תורה גם תפלתו נארישקייט. פארוואס? ווייל פארוואס קען ער נישט הערן די מוסר? ווייל ער גייט מיט 'יכולת'. און אויך זיין דאווענען איז באופן 'יכולת'.

ר' שרגא'ס כלל איז "מוסר ברענגט נישט OCD. מוסר ברענגט נישט Anxiety. מוסר ברענגט נישט דיפרעשאן. מוסר שאפט נישט עמאושענעל פראבלעמען. אויב יא, גייט מען מיט 'יכולת'. אדער איז מען מחונך געווארן מיט 'יכולת'. איך זאג נישט אז די טאטע אדער מאמע זענען געגאנגען מיט 'יכולת', איך זאג אז מ'האט עס געהערט באופן 'יכולת'.

שוין. והשם הטוב יעזור. המשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

שוין לאנג געוואלט עפענען אן אשכול ווועגן די שיעורים. ס'איז א אויגן-עפענער, נישט נארמאל!!
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

אפשר לייג צו צום אשכול קעפל מער פרטים -פאר מענטשן וואס ווייסן נאכנישט פון די שיעורים-

'די טיפקייט פון די יסודות'דיגע שיעורים פון הרה"ג ר' שרגא פליישמאן.גם אתה לא יכול. אויפגעבן יכולת'
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

אין ספר דרך אמת שרייבט ער: כי בתאווה הזאת נכללו כל התאוות לכל עון ולכל חטאת. און לויט ר' שרגא נ"י קוקט אויס אז 'יכולת' איז די שורש לכל התאוות לכל עוון ולכל חטאת. אבער אין מהות זענען זיי די זעלבע. מיט תאווה/אדיקשאן איז דער מענטש פועל זיין 'יכולת'. ער שפירט זיך 'יכולת'דיג'. "איך קען טון וואס איך וויל". די מהות פון טון תאווה, איז די מהות וואס אדם האט געשפירט נאכ'ן אראפשלינגען פונעם עץ הדעת טוב ורע - אזוי צו זאגן. ווי מער א מענטש געט אויף אויף 'יכולת' אלץ שוואכער ווערט די שטופ זיך נאכצוגעבן.

ווען א מענטש זאגט: איך ווילשוין ארויסקריכן פון מיין אדיקשאן, אבער שוין. איך וויליעצט זיין אינדרויסן דערפון פאר אייביג. באנוצט ער זיך ווארשיינליך מיט יכולת. און ער בויט דערמיט אויף זיין 'יכולת' נאך שטערקער.

לאמיר אנקוקן 'יכולת' ווי אזא עלעקטעריק קוואל, ווי מער ס'געלונגט בעזר השי"ת אויפצוגעבן 'יכולת', נישט קיין חילוק ווען און וואו, אפילו ווען דער מענטש געט אויף אויף 'יכולת' ביי אזאך וואס האט גארנישט מיט די אדיקשאן, ווערט אבער שוואכער די קוואל פון 'יכולת'. ס'איז די 'יכולת' וואס ס'דארף געלונגען פאר'ן מענטש אויפצוגעבן.

'יכולת' קען דען ווערן אויפגעגעבן אויף איינמאל? נאכאמאל און נאכאמאל זעהט זיך א מענטש צווישן טון 'יכולת' און עס אויפגעבן, עס צוריקגעבן צום באשעפער.

די רבינו יונה אין זיין ספר 'יסוד התשובה' שרייבט אז ווען איינער בארעכנט זיך אז ער וויל שוין זיין וואויל, ער בארעכנט זיך "ווייסטו וואס איך טו תשובה". זאגט ער אז ער זאל זיך מאכן כאילו ער איז היינט געבוירן, און ער האט נישט קיין זכות און נישט קיין חובה. דאס קען מען פארשטיין אז שפירן דעם געפיל פון שלעפן עוונות דערמאנט דעם מענטש ווי ווייט ער קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט זיין יצר, און וועלנדיג תשובה טון וויל ער עס טון מיט 'יכולת', "איך וויל ווייזן אז איך קען יא". און אויך קען מען גרינג פארשטיין אז איינער וואס ווייסט עכט ביי זיך אז ער האט קיינמאל נישט עקספיריענסד 'יכולת', אין בידו לא זכות ולא חובה, איז נישט פועל 'יכולת'. פארוואס יא?

די גאנצע זאך פארוואס א מענטש שלאגט זיך מיט 'יכולת' ארויסצוגיין פון א אדיקשאן, איז נאר ווייל ער צוגעוואוינט צו 'יכולת'. סיי די תאווה איז 'יכולת' און סיי די געשלעג דערקעגן איז 'יכולת'. אבער אויב ער איז 'אין בידו לא זכות ולא חובה', אויב אזוי האט ער קיינמאל נישט גענוצט 'יכולת'. ער איז דאך קיינמאל נישט דורכגעפאלן, ער ווייסט אפילו נישט פון די זאך וואס הייסט 'יכולת'. די איינציגע זאך וואס בלייבט אים איז אויסשטרעקן די האנט צום באשעפער און נעמען די מתנה פון תשובה.

די ענין פון תשובה איז א מתנה פון באשעפער. ידו פשוטה לקבל שבים, און מ'דארף פשוט אויסשטרעקן די האנט און עס נעמען. יעצט נאכן נישט שפירן 'יכולת' קען מען בעטן דעם אייבערשטן די תפילה פון 'אנא השם וכו'. אז דער אייבערשטער זאל אים העלפן. ועזרני נגד השטן הנלחם בי בתחבולה.

און די גאנצע עצה פון רבינו יונה ארויסצוקריכן איז: ווידוי.

יצעט, לויט וויאזוי ר' שרגא נ"י זאגט איז די ווידוי "רבש"ע דעמאלטס און דעמאלטס האב איך מיך נאכגעגעבן די און די 'יכולת'. די רבינו יונה טענה'ט אז ווען די יצר הרע וועט קומען צום מענטש און אים איינרעדן צו 'יכולת', וועט דער מענטש טראכטן ביי זיך: באלד גיי איך מיך מתוודה זיין פארוואס איך האב מיך נאכגעגען 'יכולת' און יעצט געב איך עס נאך?

ס'איז אלעס ארום 'יכולת'

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין איינע פון זיינע שיעורים ברענגט ר' שרגא נ"י ארויס די נקודה אז ס'דא צוויי סארט פעולות, די ערשטע סארט פעולה וואס דער פועל ווען ער טוט די פעולה האט ער נישט קיין הנאה פון די עצם פעולה, למשל ווען א מענטש שפיהלט א 'געים', די עצם פעולות וואס ער טוט בשעת ער שפילט די געים געט אים נישט הנאה, ס'איז נאר די האפענונג אז ער גייט עס מאכן. נאכדעם איז דא די צווייטע סארט פעולה, ווען דער פועל וואס טוט די פעולה האט הנאה בשעת'ן טון פון די עצם טון.

די אונטערשטע שורה וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די חשיבות פון א פעולה האט נישט צו טון מיט וויפיל כוחות הנפש; כשרונות ס'ווערט גענוצט פון די מענטש.

לאמיר נעמען די מצווה פון ציצית, יעצט, לאמיר זאגן אז א גרויסער טיפער קאפ, וועט נישט האבן קיין ציצית און אויך נישט קיין פעדימער פאר ציצית, און ער האט יעצט פאר זיך צוויי סארטן פעולות וואס ער קען טון, איינס נוצן זיין טיפער קאפ די טיפסטע שייך, און מחדש זיין א נייע טיפע גאר קאמפליצירטער חידוש אין גמ', און נוצן זיין קאפ ביז צו די מאקסימום, און די צווייטע איז שפינען פעדעמער פאר ציצית, ווייל ס'איז נישטא קיינער וואס קען עס טון, און אויב וואלט מען אפגעשאצט וועליו לויט וויפיל כוחות הנפש ס'ווערט גענוצט, וואלט די פעולה צו נוצן זיין טיפער קאפ געהאט מער וועליו, און די צווייטע סארט פעולה פון שפינען פעדימער וואסערע כוחות הנפש האט עס אקעגן די וועליו פון נוצן אזא קאפ. אבער פאקטיש איז די צווייטע סארט פעולה וואס האט מער חשיבות

לאמיר זאגן אז דער זעלבער מיט'ן טיפן קאפ וואוינט אין א געגנט וואו ס'איז דא אן "ארימע פרוי" וואס דארף "מ'זאל אנהייצן איר אויווען", וואלט געווען מער וועליו אז ער "האקט ביימער". קומט אויס אז חשיבות ווערט געשאצט לויט וואס מ'דארף יעצט טון, און נישט לויט וויפיל כוחות הנפש ס'ווערט גענוצט.

לאמיר זאגן אז איינער מיט געוואלדיגע כוחות הנפש האט נישט קיין אנדערע פרנסה נאר קלעבן באקסעס, איז די קלעבן באקסעס מער חשוב. נישט די כוחות הנפש איז די זאך וואס מ'דארף זיכער מאכן אויסנוצן אלץ די ערשטע זאך אין לעבן. א מענטש שלאפט, א מענטש גייט, א מענטש קומט. אויב אויסנוצן די כוחות הנפש וואלט געווען די זאך דא, פארוואס האט דער וואס פארשטייט צו חשיבות געגעבן די געברויך צו שלאפן, און צו עסן. אלא מאי חשיבות האט נישט מיט אויסנוצן די כוחות הנפש.

א מענטש לערנט חומש רש"י. און א מענטש קען לערנען עפעס א פארשטופטע מסכת. אויב אויסנוצן די כוחות הנפש די מערסטע שייך, וואלט מען געדארפט שטעלן די לערנען לויט וואסערע קאפ מ'האט, אויב מ'האט גאר א גוטן קאפ, מוז מען נישט מעביר סדרה זיין. אלא מאי, חשיבות האט נישט מיט אויסנוצן די כוחות הנפש. א מענטש קען טון זייער זייער פשוט'ע פעולות אגאנץ לעבן, און ס'זאל האבן מער וועליו ווי איינער וואס האט גענוצט זיינע כוחות הנפש.

מ'קען נישט זאגן אז וויבאלד דו האסט כוחות הנפש; כשרונות, איז א ראי' אז קודם דארפסטו זיכער מאכן דאס צו נוצן, אויב אזוי, וויאזוי שטומט עס מיט די געברויכן פון די בריאה? אלא מאי די בריאה קומט פאר די כוחות הנפש. פאר די כשרונות.

לאמיר זאגן א מענטש דארף קאכן און באקן פאר שבת, אויב דו זאלסט זאגן אז וויבאלד דו האסט כוחות הנפש דארפסטו דאס אויסנוצן, און וואסערע כוחות הנפש ליגט אין קאכן און באקן פאר שבת? קומט דאך אויס אז בשעת ער קאכט און באקט לכבוד שבת, האט ער דאך עובר געווען אויף די זאך פון נוצן דייקא די כוחות הנפש, דייקא די כשרונות? אלא מאי די בריאה מיט די תורה קומט פאר די געדאנק אז מ'דארף נוצן די כוחות הנפש. אזוי מוז זיין.

קענסט נישט ברענגען קיין ראי' פון די כוחות הנפש, פון די כשרונות, וואס א מענטש האט צו טון אויף די וועלט. מה תפקידו בעולמו. ווייל זעהסט דאך אליין אז אסאך זאכן האבן גארנישט מיט די כוחות הנפש. זייער אסאך זאכן. זייער אסאך זאכן וואס א מענטש דארף טון האט בכלל נישט מיט אויסנוצן די כשרונות.

ס'קען נישט זיין אז א מענטש דארף זיך די ערשטע זאך אפשטעלן און פרעגן: וואס זענען מיינע כשרונות??? אזא זאך שטומט נישט.

וויאזוי האט דער אייבערשטער געזאגט אז מ'דארף בויען א סוכה, אז מ'דארף זיך פארשאפן א לולב, אז מ'דארף זיך פארשאפן תפילין, אז מ'דארף טון די עבודה אין ביהמ"ק, און נאך און נאך זאכן, אויב זאל כוחות הנפש זיין די ערשטע זאך אויף וואס א מענטש דארף זיכער מאכן צו נוצן, מ'זעהט גארנישט אז דאס זאל קודם זיין די אדרעס ווי א מענטש דארף זיך ווענדן.

אפילו אין חובת הלבבות שער הבטחון טרעפט מען אויך נישט אז א מענטש דארף קוקן וואסערע כשרונות ער האט. ער זאגט דארט אז א מענטש זאל קוקן וואסערע ארבעט ער גלייכט די מערסטע, און ס'איז אים גרינג. דאס איז גאר אנדערש ווי אויסנוצן כשרונות. אויסנוצן כשרונות מיינט אז דער מענטש טאר נישט זיין צופרידן ביז ער טרעפט עפעס וואס נוצט זיינע כשרונות. די רגע דו זאגסט אז דער מענטש מוז טון פעולות וואס נוצן די מערסטע זיינע כשרונות, קומט אויס, אז אפילו דער מענטש טרעפט זיך א ארבעט וואס טוט פשוט'ע פעולות וואס ער האט ליב, און ס'איז גרינג, און מ'מאכט אפילו געלט דערפון, וועט עס דער מענטש נישט וועלן טון, ווייל ס'נוצט נישט זיינע כשרונות.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

דעת הקהל האט געשריבן: יאיר וויינשטאק האט ארויסגעגעבן א בוך ווי ער באשרייבט הרה"צ ר' אשר פריינד ז"ל מירושלים. ברענגט ער דארט א מאמר פון ר' אשר וואס ער זאגט דאס זענען פון זיינע גרעסטע חידושים, ער רופט עס "שלימות החסרונות" איך מיין עס איז די זעלבע נקודה און מהלך פון ר' שרגא, אז א מענטש איז מכיר זיינע חסרונות און זיין חוסר יכולת און דאס איז ריכטיגע שלימות! כידוע איז ער געגאנגען אויפן מהלך פונעם הייליגען פרי הארץ הרה"ק ר' מענדעלע וויטעפסק ויש להאריך בזה.


נו, אפשר טאקע קענסטו אביסל מרחיב זיין את הדיבור?
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

איך האב געהערט ר' שרגה'ס שיעורים, אבער למעשה שוין נאכן כאפן התפעלות האב איך אנגעהויבן צו קלערן אז אפאר זאכן שטימען עפעס נישט, אויב איז איינער גרייט צו מסביר זיין אדרבה ואדרבה,
אלע רבנים פון אלע דורות (ובתוכם די רבי ז"ל) האבן געשיקט נצרכים צו נעמען פילן, און אזוי אויך צו טערעפי (הגם אז אויף טערעפי זענען שוין אויך געווען מפקפקים צב"ש הרב שטערנבוך און נאך, למעשה זענען די רוב היימישע רבנים ופוסקים מובהקים שטארק אין שטיצע אויך פון טערעפי צב"ש הרב וואזנער פון מאנסי ועוד)
שטעלט זיך די פראגע, אלעס דארף דאך זיין מן השכל ומן התורה,און אלעס קומט דאך פון יכולת, היתכן אז אלע גדולים זאלן גרייזן און שיקן אויף פילן? בשעת ווען לשיטתו איז טערעפי אפשר א ווייטע אפשריות און פילן איז ניטאמאל א נוקלערע אפציע.
מדארף דאך קעיר נעמען פונעם יסוד, יכולת,
איז אויסגעהאלטן צו פארשפרייטן א שיטה אז ווען די רבנים זאלן ווען וויסן וואלטן זיי וכו'? און וואס וועסטו זאגן ביי הכשרים אויף פרודוקטן? בקיצור, אויב זענען נישט די רבנים אונזערע וועג ווייזער אויף וועמען אונז פארלאזן זיך דאן אויף וועם און וואס יא?
מיט וועלכע רעכט קען א מענטש נעמען אחריות אז מענטשן וואס זיין לעבן,שלום בית, חינוך הבנים וכו' איז "אפשר" תלוי אין די ורפא ירפא, און אים בשט נפש אפרעדן דערפון ווייל אזוי איז אים אויסגעקומען?!( ס'בערך די זעלבע בחינה ווי דאס אז חסידות טאר זיך נישט סותר זיין מיט די הלכה... ).
ס'שטייט דוכט זיך אין חובת הלבבות אז די סיבה פון שכר ועונש איז ווייל פון טון זאכן מתוך אהבה ווערט מען נאכנישט צוריקגעהאלטן פון אן עבירה מדארף אויך מורא האבן פון א עונש, און כמיין אז ליידער קיין איינער פון די חשובע ליינער זעט נישט דאס "פארלירן א געלעגנהייט צו בוחר זיין אין אין סוף ב"ה" אלס גענוג א עונש זיך איינצוהאלטן נעקסטע מאל פון צב"ש תאוות!! און זאת ועוד, ניטאמאל א בחירה האמיר!! ני איז דאך הותרה הרציעה!!
כבין נייגעריג אויב סיי ווער האט נאכן הערן די שיעורים אוועק מיטן געפיל פון אנטשלאסנקייט צו זיין א כובש את יצרו אדער די פארקערטע(אפילו נאר אביסל), ווייל לפי זיינע שיעורים, די בחירה וואס אונז קענען, איז נישט ממש קיין בחירה.....,
ווי האט יענער געזאגט, איך ווייס נישא וואס מיינט התחברות מיט מציאיתיות, איין זאך ווייס איך, מיין מאמע האט מיך געזאגט אז פאר א מצוה באקומט מען שכר (מווייסט נישט וואס דאס איז, סאיז די בעסטע זאך אויף די וועלט, יעדער קען טראכטן וואס ער וויל....אבער ס'איז עפעס וואס דו וואלסט זייער זייער זייער געוואלט באקומען) און פאר א עבירה א שטראף (וואס פונקטליך ווייסט מען נישט אבער סאיז שרעקעדיגער און ביטערער פון די שרעקעדיגסטע און ביטערסטע זאך וואס דו האסט נאר אמאל געזען) און דו דארפסט זיך "מתגבר" זיין אויף דיין ייצר הרע און פאלגן דיין ייצר טוב.
און פלא יועץ שטייט( כגעדענק נישט וואו) אז סאיז דא 3 מיני הנהגות פון הימל מיט מענטשן און איינס פון די דריי איז אז לפי די השתדלות פון דעם מענטש אזוי וועלן זיין זיינע תוצאות און עכ"ז זאל ער וויסן אז די באשעפער בס"ה לאזט אים,ע"כ.
בקיצור, א וועלט פון "זכיה" און "געלעגנהייט" וועט זיין ווען משיח וועט קומען, אבער כל זמן די נאכנישט געשחט'נע יצר הרע זיצט נאך ביי אונז אין אונזער חלל השמאלי כאפט ער אויך זיך צו צו "זיין זכיה" און "זיין געלעגנהייט" און די איינציגסטע עצה צו דעם איז נאר א בייטש און השתדלות אן קיין טראפ בטחון אין דעם הינזיכט (אזויווי די חובת הלבבות זאגט אז ביי רוחניות איז נישט שייך בטחון), און כוליה האי ואולי.
איך וואלט געוואלט הערן א צווייטע פרעספעקטיוו.
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע:ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

איך וויל דיר קודם קלאר מאכען אז איך האב נישט אויסגעהרעט ר' שרגא'ס שיעורם, (איך בין געזיצען ביי אים).
אבער איך גלייב נישט אז ער זאגט אז קיינער זאל נישט נעמען קיין פילען, אין איך גלייב אז ער זאגט אויך נישט אז קיין איינער זאל נישט גיין פאר טעראפי (אויב יא דאן בין איך מיט דיר...)

נאר לכאורה וואס ער ברענגט ארויס איז, אז פילען רירט נישטצו קיין משהו צום שורש פראבלעם, עס היילט נישט די פראבלעם קיין טראפ!
עס בארואיגט נאר די סימפטאמען פונעם פראבלעם, אין אמאל איז דאס טאקע אויך וויכטיג, כדי צי באראיגען די מענטש. אבער עס איז גאר גאר ווייט פין א ישועה. אין זייער זייער אסאך מאל איז עס א נישט קיין תועלת, מילד גערעדט...
ר' שרגא ווען ער רעדט פין א מענטש אויפגעבן אויף די יכולות, איז דאס נישט עפעס א געוויסע טעראפי וואס ער ניצט דא, נאר ער האט ציגערירט מיט דעם צים שורש פונעם שורש! ער האט אנגעכאפט מיט דעם די פראבלעמן דירעקט ביים קאפ!
עס איז נישט נאך עפעס א מהלך אין טעראפי. נאר דאס, אין נאר דאס איז די אמתדיגע רפואה! אלע אנדערע טעראפיס איז גיט צו באראיגען אין מאכען די מענטש מסוגל צו טראכטען מיט א קלארערע קאפ, אדער פירן אביסעלע די מחשבות איןדי נארמאלע דיירעקציע. אבער די ענדגילטיגע אין ריכטיגע ישועה איז דאס וואס ר' שרגא זאגט וועגן יכולות!

בנוגע דיין צוויטע שאלה.
איך מיין אז ביסט נישט גערעכט. אויף זיך צו מסגבר זיין פון עבירות דארף מען יא ניצען בטחון. פארשטייט זיך נאר אויב די טוסט טאקע פין דיין זייט די מערסטע וואס די קענסט. אלמלא הקדוש ברוך הוא עוזרו אין הוא יכול לו.
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ארגינעלע יוד האט געשריבן: איך האב געהערט ר' שרגה'ס שיעורים, אבער למעשה שוין נאכן כאפן התפעלות האב איך אנגעהויבן צו קלערן אז אפאר זאכן שטימען עפעס נישט, אויב איז איינער גרייט צו מסביר זיין אדרבה ואדרבה,
אלע רבנים פון אלע דורות (ובתוכם די רבי ז"ל) האבן געשיקט נצרכים צו נעמען פילן,


קודם כל מיט די פילסטע כבוד און עהרע.

די שאלה איז צו מ'איז א נצרך. אויב מ'קען ארבעטן אויף 'יכולת', איז מען דאך שוין נישטקיין נצרך. טראכט גוט וואס דו זאגסט. דו זאגסט אז אלע רבנים פון אלע דורות האבן געשיקט ' נצרכים' צו נעמען פילן. איז די שאלה צו מ'איז א 'נצרך'. מענטל העלט איז זייער צעטיילט. אז מ'קען ארבעטן אויף 'יכולת' פארוואס איז מען א 'נצרך'?

אז א מענטש איז קראנק ווייל ער עסט נישט, דארף ער עסן, און ער דארף נישט קיין מעדיקעשאן. אויב די נפש פון א מענטש איז נישט געזונט ווייל ער האט איינרעדענישן וואס מ'קען אנרופן מיט'ן נאמען 'יכולת', ער רעדט זיך איין אז פארשידענע זאכן וואלט ער געדארפט קענען, אויב אזוי, דארף ער דאס באהאנדלן, מיט וואס ווערט ער א 'נצרך'? מיט דעם אז ער האט געמיינט פארשידענע 'יכולת'ער' צו אנדערע ענינים. נו, אויב אזוי, פארוואס דארף ער יעצט נעמען מעדיקעשאן?

און אזוי אויך צו טערעפי (הגם אז אויף טערעפי זענען שוין אויך געווען מפקפקים צב"ש הרב שטערנבוך און נאך, למעשה זענען די רוב היימישע רבנים ופוסקים מובהקים שטארק אין שטיצע אויך פון טערעפי צב"ש הרב וואזנער פון מאנסי ועוד)

שטעלט זיך די פראגע, אלעס דארף דאך זיין מן השכל ומן התורה,און אלעס קומט דאך פון יכולת, היתכן אז אלע גדולים זאלן גרייזן און שיקן אויף פילן?


די פראגע איז דען אויף ר' שרגא? א מענטש דארף דען נעמען מעדיקעשאן ווייל אלע גדולים האבן געשיקט נצרכים? אז מ'קען ארבעטן אויף א מענטש, און אים אויסלערנען צו זיין געזונט. איך רעד פון זיין אמת'דיג געזונט. האבן א געזונטע נפש. פארוואס דארף ער יעצט נעמען מעדיקעשאן? ווייל אלע גדולים האבן געשיקט נצרכים? האסט א קשיא. דערפאר? שטעל דיך פאר דו ווערסט געוואויר אז ווייל מ'האט אריינגעלייגט א געוויסע פלעוואר אין די וואסער דערפאר זענען געוויסע מענטשן אויף די ארויפלייגן אויף פילן ליסטע, קומט איינער און זאגט אז ער קלערט אז די פראבלעם איז די וואסער, און אז מ'זאל פרובירן ארויסצונעמען דעם געוויסן פלעוואר. פיין. וואס איז יעצט? נעם ארויס די פלעוואר פון די וואסער, און שוין. גדולים? האסט א קשיא. די ענין פון האבן 'יכולת' אדער נישט האבן 'יכולת' איז נישט א אויבערפלעכליכע זאך אינעם נפש, נאר דאס גייט גאר טיף.

פאר מיר איז עס נישט קיין קשיא. אין לדיין אלא מה שעיניו רואות. וואס איז די קשיא? קענסט פרעגן טויזענטער אזאנע קשיות.
בשעת ווען לשיטתו איז טערעפי אפשר א ווייטע אפשריות און פילן איז ניטאמאל א נוקלערע אפציע.


דוקא נישט. לשיטתו איז טערעפי זייער א גוטע זאך, ער איז דאך אליין א טערעפיסט, נאר ווענד זיך וועלכע. די אפציע צו געבן פילן פאר וועם אימער איז שוין איבערגערינען.

מדארף דאך קעיר נעמען פונעם יסוד, יכולת,


נו, טאקע. מ'דארף דאך קעיר נעמען פונעם יסוד, יכולת.
איז אויסגעהאלטן צו פארשפרייטן א שיטה אז ווען די רבנים זאלן ווען וויסן וואלטן זיי וכו'? און וואס וועסטו זאגן ביי הכשרים אויף פרודוקטן? בקיצור, אויב זענען נישט די רבנים אונזערע וועג ווייזער אויף וועמען אונז פארלאזן זיך דאן אויף וועם און וואס יא?


וואס האט עס מיט אויפגעבן יכולת? ער זאגט אז די פראבלעם פון געוויסע מענטשן וואס האבן עמאושענעל אישוס קומט פון די ענין פון 'יכולת'. און דו רעדסט פון רבנים, אויסגעהאלטן, פארשפרייטן, הכשרים, פראדוקטן, וועג ווייזער, פארלאזן? פארוואס זאלסטו נישט אננעמען א סימפאל זאך. ער זאגט אז דאס וואס מענטשן זענען אנגעקומען צו געוויסע שטארקע עמאושענעל אישוס קומט פון די ענין פון 'יכולת'.

ס'איז אזוי ווי דו זאלסט מיר זאגן אז וויאזוי קען מיסיס פ. פארקויפן איר נייע פאטענט וויאזוי אויפצונייען א געוויסע פארטוך, און וואס וועסטו זאגן ביי הכשרים אויף פראדוקטן? אויב זענען נישט אונזערע רבנים אונזערע וועג ווייזער אויף וועמען פארלאז מיר זיך, אויף וועם, און אויף וואס יא?
מיט וועלכע רעכט קען א מענטש נעמען אחריות אז מענטשן וואס זיין לעבן,שלום בית, חינוך הבנים וכו' איז "אפשר" תלוי אין די ורפא ירפא, און אים בשט נפש אפרעדן דערפון ווייל אזוי איז אים אויסגעקומען?!( ס'בערך די זעלבע בחינה ווי דאס אז חסידות טאר זיך נישט סותר זיין מיט די הלכה... ).


מוזט אים נישט פאלגן. ער זאגט קלאר אז קיינער מוז אים נישט פאלגן. ער פארקויפט זיין שיטה. קענסט פארשפרייטן פארוואס דו האלסט אז זיין שיטה ארבעט נישט. נישט זאג רבנים, וועג ווייזער, פארלאזן, פארשפרייטן א שיטה.

ס'שטייט דוכט זיך אין חובת הלבבות אז די סיבה פון שכר ועונש איז ווייל פון טון זאכן מתוך אהבה ווערט מען נאכנישט צוריקגעהאלטן פון אן עבירה מדארף אויך מורא האבן פון א עונש, און כמיין אז ליידער קיין איינער פון די חשובע ליינער זעט נישט דאס "פארלירן א געלעגנהייט צו בוחר זיין אין אין סוף ב"ה" אלס גענוג א עונש זיך איינצוהאלטן נעקסטע מאל פון צב"ש תאוות!!


אה, יעצטו רעדסטו ווערטער. דא קען מען גיין צום טיש. דא ביסטו מיט מיר. זיינע שיעורים דארף מען אסאך אסאך הערן ביז מ'האט ארויס אלעסארום וואס ער מיינט. און נישט בלייבן אין געדאנק מיט איין ווארט דא, און איין ווארט דארט.

לגבי תאוות איז די וועג צו וויסן ביי זיך אז מ'דארף אויפגעבן אויף די 'יכולת' פון " איך קען טון וואס איך וויל". תאווה, זיך נאכגעבן די 'תאווה' - זאל עס זיין סיי וועלכע תאווה - איז א 'יכולת'. ווען א מענטש מאכט אפ ביי זיך חלילה "איך גיי קוקן וואו מ'טאר נישט" זאגט ער אין אנדערע ווערטער "איך גיי מיך נאכגעבן מיין יכולת צו קענען טון וואס איך וויל". איך קען יעצט מיט מיינע אויגן טון וואס איך וויל. און דאס קומט פון די חטא עץ הדעת. די זעלבע עבירה ווי די עגל רח"ל און אויך ציונית.

יעצט אזוי, איז דא אמאל ביי א מענטש וואס וויל נאכנישט אויפגעבן אויף די ענין פון טון 'יכולת', די ענין פון איך קען טון וואס איך וויל, וויאזוי איך וויל, ער האט ביי זיך אין געדאנק נאכנישט אויפגעגעבן אויף די מעגליכקייט אז ער זאל קענען דא אויף דער וועלט טון מיט זיין קערפער וואס ער וויל. ער וויל ווייטער קענען זיך נאכגעבן 'יכולת', דהיינו, וואס ער וויל, ווען ער וויל. ער האט נאכנישט אפגעמאכט ביי זיך, אז ער גייט נישט טון וואס ער וויל. אז ער גייט נישט טון 'יכולת' ביי קיין שום זאך אויף דער וועלט, גארנישט, אז ער גייט נאר בוחר זיין וואס דער אייבערשטער וויל.

נאר וואס דען, ער נוצט די פחד פון עונש, נישט ווייל ער וויל באמת אויפגעבן אויף זיין 'יכולת' פון איך געב מיך נאך צו טון וואס איך וויל. נאר ער נוצט 'עונש' ווייל אזוי האט ער א געלעגנהייט צו בלייבן מיט די איינרעדעניש אז ער וועט נאך אמאל קענען טון וואס ער וויל, און ער וויל יעצט אויך זיין א צדיק וואס דאס איז אויך יכולת " איך בין א צדיק". ווען ער זאל אמת'דיג אויפגעבן אויף זיין יכולת פון איך קען טון וואס איך וויל. וואלט ער אפילו נישט געהאט קיין קשיא צו ער זאל יא נוצן עונש צו נישט.

און זאת ועוד, ניטאמאל א בחירה האמיר!! ני איז דאך הותרה הרציעה!!


הער אויס נאכאמאל זיינע שיעורים. האסט נאר אויפגעכאפט א היקפ'דיגער בליק, און א ווארט דא, א ווארט דארט. ער זאגט זייער אסאך מאל אז א מענטש דארף זיך שטעלן אין א פאזיציע פון האבן א געלעגנהייט צו זיין א בוחר. געדענקסט אפשר די בחר, ברח, חרב, חבר, רחב. געדענקסט די שיעור ווי ער זאגט אז מ'זאל אכטונג געבן פון ווערן אריינגעצויגן? די מעשה פון די מענטש וואס וואקט מיט די פאליס?

כבין נייגעריג אויב סיי ווער האט נאכן הערן די שיעורים אוועק מיטן געפיל פון אנטשלאסנקייט צו זיין א כובש את יצרו אדער די פארקערטע(אפילו נאר אביסל),


איך האב דיך שוין פריער געזאגט וועכע יצר הרע פונקטליך מ'דארף כובש זיין און וויאזוי מ'דארף עס כובש זיין. און אז א מענטש דארף אנערקענען זייער זייער זייער טיף. אז ער איז בוחר גארנישט צו טון אפילו איין זאך אויף דער וועלט, נאר וואס השי"ת לאזט. דהיינו, ער גייט נאר נעמען מתנות פון אייבערשטן. און ער זאגט דאס.

ווייל לפי זיינע שיעורים, די בחירה וואס אונז קענען, איז נישט ממש קיין בחירה.....,


די רבי ז"ל זאגט דאך די זעלבע זאך הושענא רבה תש"י. אז אזא בחירה הייסט נישט קיין בחירה. הער נאכאמאל זיינע שיעורים צדיק. הער עס נאכאמאל. ער געט דארט זייער גוטע עצות וויאזוי א מענטש זאל יא צוריק באקומען זיין ריכטיגע בחירה. הער עס נאכאמאל.

ווי האט יענער געזאגט, איך ווייס נישט וואס מיינט התחברות מיט מציאיתיות, איין זאך ווייס איך, מיין מאמע האט מיך געזאגט אז פאר א מצוה באקומט מען שכר (מווייסט נישט וואס דאס איז, סאיז די בעסטע זאך אויף די וועלט, יעדער קען טראכטן וואס ער וויל....אבער ס'איז עפעס וואס דו וואלסט זייער זייער זייער געוואלט באקומען) און פאר א עבירה א שטראף (וואס פונקטליך ווייסט מען נישט אבער סאיז שרעקעדיגער און ביטערער פון די שרעקעדיגסטע און ביטערסטע זאך וואס דו האסט נאר אמאל געזען) און דו דארפסט זיך "מתגבר" זיין אויף דיין ייצר הרע און פאלגן דיין ייצר טוב.


ער זאגט נישט אנדערש ווי ס'שטייט א שטייגער אין יושר דברי אמת, דרך אמת, און נאך אנדערע. איך וואונדער מיך צו איך ווייס וואס דו ווילסט? און איך האב דיך שוין פריער געזאגט אויף וואסערע יצר הרע מ'דארף זיך מתגבר זיין.

און פלא יועץ שטייט( כגעדענק נישט וואו) אז סאיז דא 3 מיני הנהגות פון הימל מיט מענטשן און איינס פון די דריי איז אז לפי די השתדלות פון דעם מענטש אזוי וועלן זיין זיינע תוצאות און עכ"ז זאל ער וויסן אז די באשעפער בס"ה לאזט אים,ע"כ.
בקיצור, א וועלט פון "זכיה" און "געלעגנהייט" וועט זיין ווען משיח וועט קומען,


די פלא יועץ שטייט ביי זיוגים.
מיר האבן דען נישט קיין זכיה און געלעגנהייט צו בוחר זיין אין די רצון השם? מ'זאגט דאך עס יעדן טאג.

אבער כל זמן די נאכנישט געשחט'נע יצר הרע זיצט נאך ביי אונז אין אונזער חלל השמאלי כאפט ער אויך זיך צו צו "זיין זכיה" און "זיין געלעגנהייט"


וואס ווילסטו זאגן דערמיט? אויף דעם טאקע דארף מען אויפגעבן. דער געלעגנהייט מיינט 'יכולת'.

און די איינציגסטע עצה צו דעם איז נאר א בייטש און השתדלות אן קיין טראפ בטחון אין דעם הינזיכט (אזויווי די חובת הלבבות זאגט אז ביי רוחניות איז נישט שייך בטחון), און כוליה האי ואולי.


מיר ליגט נישט אין קאפ אז ער זאגט אז מ'דארף האבן 'בטחון' אז דער אייבערשטער וועט העלפן אז מ'וועט נישט דורכפאלן. אויב האט ער עס יא געזאגט, האט ער געמיינט צו זאגן אז מ'קעןנאר האבן בטחון אין באשעפער אז מ'וועט נישט דורכפאלן. דאס איז זייער אנדערש וויאזוי מ'זאגט עס. מ'קעןמיינט אז א מענטש קען נישט זאגן "איך פארלאז מיך אויף מיר אלייןנישט אדורכצופאלן".
איך וואלט געוואלט הערן א צווייטע פרעספעקטיוו.


הער איבער זיינע שיעורים, אבער גרינטליך. מ'דארף הערן זיינע שיעורים מיט א רצון צו פאלגן די אייבערשטער, און נישט צו פאלגן וואס מ'מיינט אז ער זאגט. דא דארף מען נוצן Critical Thinking. אויב ער זאגט עפעס און דו שפירסט אז ס'איז קעגן וואס מ'האט דיך געלערנט דראפ אים. אבער איך זאג דיר אז ער זאגט נישט אנדערש ווי ס'שטייט שוין אין אונזערע ספרים.

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 12:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ייש"כ נשמה פאר אייער הערליכע ערקלערונג, הפלא!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין איינע פון זיינע שיעורים ברענגט ר' שרגא נ"י ארויס אז ס'דא צוויי וועגן וואס א מענטש שפירט בשעת ער טוט א פעולה.

ווען איך זאג 'מענטש' מיין איך מיך.

דאס אליין אז איך טייפ יעצט דא אויף איי וועלט, איז רוב דערפון די נישט גוטע וועג, הן בעוון חוללתי ובחטא. אבער קודם לאמיר מסביר זיין וואס ער זאגט. ס'דא צוויי זאכן, די ערשטע איז 'שלעפ' און די צווייטע איז 'שטופ'. די ערשטע; די 'שלעפ', געשעהט ווען א מענטש געט זיך נאך זיין 'יכולת'. דאס אז א מענטש טוט וואס ס'שלעפט אים צו טון, דאס קומט נאכן עסן די עפל פון די עץ הדעת. לאמיר טראכטן, ווער שלעפט? אז דו וועסט דיך פארטיפן וועסטו זעהן אז א מענטש האט א 'עונג' ווען ער טוט וואס ס'שלעפט אים. פארוואס? אז דו וועסט דיך פארטיפן וועסטו זעהן אז דער 'עונג' ווען מ'טוט וואס ס'שלעפט איז 'יכולת'. דער מענטש שפירט זיך ווי אדם הראשון נאכ'ן חטא. איך בין א מענטשט פאר מיר, יוצר עולמות, איך קען טון וואס איך וויל, כתינוק הבורח מבית הספר, כעבד המורד באדוניו. ס'איז א געוואלדיגע 'עונג' צו טון וואס ס'שלעפט.

בשעת איך טייפ דא יעצט, טון איך וואס ס'שלעפט, און דאס קומט נישט פון די גוטע חלק. און מיט דעם בין איך כאטש מודה על האמת, ודובר אמתבלבבו. יא, איך טו יעצט וואס ס'שלעפט. און אלע יארן טו איך וואס ס'שלעפט. איך געב נאך מיין 'יכולת'. איך האב נאכנישט בוחר געווען אויפצוגעבן אויף 'יכולת'.

אבער יעצט לאמיר גיין צו די צווייטע אופן וויאזוי א מענטש קען טון 'פעולות' און דאס איז דער מענטש שפירט אז אגאנצן צייט דארף ער זיך שטופן.

ער ברענגט די משל ווען ראובן גייט אופן גאס און טרעפט זיין חבר 'יאנקל' וואקן צווישן צוויי פאליציי. פרעגט ראובן זיין חבר 'יאנקל', יאנקל דו ביסט ארעסטירט? זאגט אים יאנקל ניין. וואס פאלט דיך ביי אז איך בין ארעסטירט, איך האב יעצט בוחר געוועןצו שפאצירן מיט זיי צוזאמען. זאגט אים ראובן, אויב שפאצירסטו פלעין, לאמיר זעהן וואק אוועק. קענסט נישט אוועקוואקן הא? פארוואס? פארוואס קענסטו נישט אוועקוואקן? ווייל דו האסט גארנישט בוחר געווען, דו ביסט נעבעך געווארן אריינגעשלעפט אין זייערע הענט, דו ביסט פארכאפט אין זייערע הענט. מ'דארף לויפן און איבערדרייען א שטאט דיך צו באפרייען, דו ביסט נעבעך אין ביטערע צרות, וואס בחירה ווען בחירה, דו האסט נישט קיין בחירה.

וואלסטו געגאנגען שפאצירן, וואלסטו געווען אין א בחינה פון זיך אריינשטופן דערין מיט 'בחירה'. און דו וואלסט געקענט אוועקוואקן.

די ווערטער "לאמיר זעהן וואק אוועק" איז די קנה מידה וויאזוי א מענוטש קען זיך מעסטן צו ער טוט א פעולה מצד זיין בחירה, אדער מצד ווייל ער איז 'ארעסטירט' חלילה השם ישמרינו.

די פעולה וואס ווערט געטון ווייל עפעס שלעפט אריין, מיינט אז דער מענטש האט נישט קיין 'בחירה', און אז דער מענטש האט נישט קיין 'בחירה' מיינט עס אז ער נוצט 'יכולת'. די חטא פון עץ הדעת האט נישט געמאכט אז א מענטש זאל האבן א בחירה בוחר צו זיין ברע, פארקערט, ס'האט אים אנגעפילט מיט רע, און געמאכט אז א מענטש זאל קענען מער און מער ווערן אריינגעשלעפט אין די רע, און מער און מער פארלירן זיין בחירה לטוב. א מענטש איז נישט בוחר קיין רע. א מענטש קען נאר בוחר זיין בטוב. א מענטש איז אזויפיהל אז ער איז נישט בוחר אויפצוגעבןאויף רע, אויפצוגעבן אויף 'יכולת', אויפצוגעבן "איך קען טון וואס איך וויל". א מענטש איז אדער א בוחר, אדער נישט קיין בוחר.

"לאמיר זעהן וואק אוועק" איז די קנה מידה צו דער מענטש האט בוחר געווען בטוב, צו נישט. אויב איז די פעולה א פעולה וואס דער מענטש קען נישט אוועקוואקן דערפון, מיינט עס אז ס'איז נישט געווען קיין בחירה, מיינט עס אז ער איז ארעסטירט, און אויב ס'איז נישט געווען קיין בחירה, מיינט עס אז ס'קומט פון 'רע', נישט פון 'טוב'. ווייל א מענטש איז נישט בוחר ברע. בחירה קומט פון באשעפער. דער באשעפער איז דער וואס געט בחירה. ראה נתתי לפניך = איך געב בחירה, און מאתו לא תצא הרעות. וואלט דער מענטש 'בוחר' געווען, וואלט ער דערפון געקענט אוועקוואקן. וואלט עס געווען 'ובחרת בחיים', וואלט ער געקענט אוועקוואקן.

אסאך מאל געשעהט אז א מענטש לערנט און דאווענט און דינט דעם אייבערשטן, אבער קומט עס מצד הטוב, אדער מצד הרע, קומט עס ווייל דער מענטש איז געשלעפט, אדער האט ער זיך געשטופט. איז ער ארעסטירט, אדער ער שפאצירט, קען ער אוועקוואקן דערפון, אדער איז ער פארכאפט.

און מיט דעם קען איך אפלערנען א שטיקל 'דרך אמת', דער דרך אמת זאגט אז די נביא אין הושע זאגט, 'צדיקים ילכו בם, ופשעים יכשלו בם'. זאגט ער דארט אז צדיקים ילכו בם מיינט, צדיקים שהולכים ממדריגה למדריגה, ופושעים יכשלו בם מיינט, שרצים ממדרגתם ונפלו ממדרגתם, ולא ידעו במה יאחזו, פעם כך ופעם כך, כי רוצה ליהיות צדיק וחסיד, ולעבוד את השם דייקא בקום ועשהוכו' עיין שם

איך האב דעם שטיקל נישט פארשטאנען, וואס זאגט ער דארט, ווייל ער וויל זיין א צדיק וחסיד, דערפאר פאלט ער? און וויאזוי זאל מען נישט פאלן?

נאר מיט דעם עמקות קען מען פארשטיין וואס ער זאגט. ער זאגט אז די רצון צו זיין א צדיק וחסיד קומט דאך פון 'יכולת', דאס מיינט 'יכולת', און עס קומט נישט פון 'יראת שמים', עס קומט נישט פון 'לעולם יהא אדם ירא שמים ומודה על האמתודובר אמת בלבבו', נאר עס קומט פון 'יכולת', און דער 'יכולת' ארעסטירט אים. ער איז אין א אופן פון ' יכשלו בם', די גאנצע לערנען און דאווענען קומט ווייל ער פארכאפט דערין מצד 'יכולת'.

דער צדיק, ער טוט די זעלבע זאך, ביידע גייען אויפ'ן דרך השם, ביידע שפאצירן. אבער דער צדיק, ער איז א הולך בם, ער שפאצירט, ער גייט ממדריגה למדריגה, ער איז נישט ארעסטירט, ער טוט עס נישט מצד 'יכולת', ער טוט עס מצד 'יראת שמים', מצד אויפגעבן אויף יכולת, מצד בחירה. מצד ביטול, מצד לבעבור נסות אתכם ולבעבור תהיה יראתו על פניכם לבלתי תחטאו, ער שפירט ווי ער שטופט זיך דערצו.

ס'איז זייער שווער פאר א מענטש (און איך מיין מיך) אויפצוגעבן אויף יכולת, אבער מ'דארף (און מ' מיין איך מיך) מ'דארף חזר'ן יראת שמים, איך וויל נישט זיין ארעסטירט, איך וויל נישט זיין אין די בחינה פון 'יכשלו בם', איך וויל זיין א בוחר. און וויאזוי קען איך זיין א בוחר, דורכ'ן איינזעהן אין די פחיתות פון 'יכולת'. ועיין שם.

והשם הטוב יעזור.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

שכח נשמה הערליך!!
ווי קען מען הערן אויפן טעלעפאון זיינע שיעורים
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

רצון טוב האט געשריבן: שכח נשמה הערליך!!
ווי קען מען הערן אויפן טעלעפאון זיינע שיעורים

1-718-298-4568
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

נשמה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן: שכח נשמה הערליך!!
ווי קען מען הערן אויפן טעלעפאון זיינע שיעורים

1-718-298-4568

וועלכע אפטיילונג?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

רצון טוב האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן: שכח נשמה הערליך!!
ווי קען מען הערן אויפן טעלעפאון זיינע שיעורים

1-718-298-4568

וועלכע אפטיילונג?

2, און דערנאך 5, און דערנאך 1, אדער 2
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

נשמה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן: שכח נשמה הערליך!!
ווי קען מען הערן אויפן טעלעפאון זיינע שיעורים

1-718-298-4568

איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים אויפן טעלפאון, און איך האלט שוין אינמיטן די 5'טע שיעור.
עס איז באמת שטארקע און קלארע דיבורים, דברים כדברונות, און איך זעה שוין בעז"ה א שטיקל חילוק אין מיין געדאנקענגאנג.

לדעתי, כדי מ'זאל קענען ארויסנעמען די מערסטע פון די שיעורים, פאדערט זיך אויסצוהערן יעדע שיעור 2 מאל, און אזוי אויך עס אויסהערן צוזאמען מיט א שותף, כדי עס צו קענען אויסשמועסן נאכדעם אינאיינעם.

לויט ווי איך זעה איז יעצט דא 32 שיעורים אויפן סיסטעם.
ווייסט איינער צו דאס איז דער גאנצער סעריע?
אדער ער האלט אין איין צולייגן נאך?

אמאל פלעגט ער עס געבן לייוו פאר א חבורה, עס גייט נאך אן היינט?
ער געט עס יעדע שטיק צייט לייוו? אדער ס'איז נאר אוועיל. היינט אויפן טעלפאון?

אויך, צו איז עס ערגעץ שוין דא אפגעשריבן די תוכן השיעורים?
לויט ווי איך האב געהערט פון אים האט ער ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק א חיבור "לימודים לדעת".
איז דאס די שיעורים? עס איז אין אידיש/לשה"ק? איז עס נאך דא צו באקומען?

ביטע אויב איינער קען אויסקלארן מיינע שאלות
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ספרים שטוב האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן: שכח נשמה הערליך!!
ווי קען מען הערן אויפן טעלעפאון זיינע שיעורים

1-718-298-4568

איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים אויפן טעלפאון, און איך האלט שוין אינמיטן די 5'טע שיעור.
עס איז באמת שטארקע און קלארע דיבורים, דברים כדברונות, און איך זעה שוין בעז"ה א שטיקל חילוק אין מיין געדאנקענגאנג.

לדעתי, כדי מ'זאל קענען ארויסנעמען די מערסטע פון די שיעורים, פאדערט זיך אויסצוהערן יעדע שיעור 2 מאל, און אזוי אויך עס אויסהערן צוזאמען מיט א שותף, כדי עס צו קענען אויסשמועסן נאכדעם אינאיינעם.


יא, מ'דארף עס אויסהערן א גוטע פאר מאל. און פאר היבש א לאנגע תקופה. און עס פראקטיצירן נאך אנאנד ב"ה.

לויט ווי איך זעה איז יעצט דא 32 שיעורים אויפן סיסטעם.
ווייסט איינער צו דאס איז דער גאנצער סעריע?
אדער ער האלט אין איין צולייגן נאך?


דאס איז די גאנצע סעריע אין דעם ענין פון אויפגעבן די אייגענע יכולת וכל המסתעף. אבער ער האט דארט לעצטענס צוגעלייגט נאך א קנעפל פאר עניני עונג אין עבודת השם.
אויך, צו איז עס ערגעץ שוין דא אפגעשריבן די תוכן השיעורים?
לויט ווי איך האב געהערט פון אים האט ער ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק א חיבור "לימודים לדעת".
איז דאס די שיעורים? עס איז אין אידיש/לשה"ק? איז עס נאך דא צו באקומען?


ס'איז טיפער ווי זיין ספר לימודים לדעת. איינס איז משלים די צווייטע. אויפגעבן 'יכולת' גייט צוזאמען מיט טרעפן תענוג אין עבודת השם קרן שמואל ישעי' האט אויך גוטע שיעורים פון 'עונג' אין עבודת השם .
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג נאוועמבער 17, 2019 2:48 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

דער ספר איז נאך דא צו באקומען?
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ר' שרגא'ס שיעורים דארף מען הערן גרינטליך. צום ביישפיהל מיין יצר הרע איז געקומען צו מיר מיט אן איינפאל, אז אזוי ווי ער זעהט אז איך שפיר מיך ווי א צדיק, דערפאר וויל ער אז איך זאל אים פאלגן, און אזוי וועל איך ווערן צעבראכן ביי מיר, און אזוי ארום וועל איך שוין נישט האבן קיין גאווה, ווייל ר' שרגא נ"י ברענגט דאך פון אורח לחיים אז א צדיק וואס ווייסט אז ער איז א צדיק איז ערגער פון ווי א רשע וואס איז צעבראכן אז ער איז א רשע, איז דערפאר וויל ער זייער שטארק אז איך זאל אים פאלגן כדי נישט צו זיין קיין בעל גאווה. האב איך אים געזאגט אז ר' שרגא ברענגט ארויס אין זיינע שיעורים אז טון וואס ס'שלעפט איז 'יכולת' און דו ביסט יעצט א זאך וואס שלעפט.

איך ווייס נישט זיכער צו איך גיי שרייבן חידושים, איך שרייב וואס איך טראכט.

ביי א מענטש, וואס איז די שורש פון די 'יכולת' פון וואס ער רעדט אין זיינע שיעורים? די שורש איז די רצון צו פרובירן צו מ'קען אליין. לכאורה האט דאס השי"ת איינגעפלאנצט אינעם מענטש כדי א מענטש זאל וועלן אויספירן און טאקע אויספירן מיט זיינע כלי המעשה דאס וואס ער זעהט אנדערע טון. א בעבי זעהט אנדערע רעדן, און ער פרובירט צו ער קעןעס אויך טון. אבער פון דעם קען עס ווערן פארוואנדלט. צום ביישפיהל א מענטש קומט צווישן אנדערע מענטשן און ער זעהט אז יעדער קען א געוויסע זאך, און וויבאלד ער געט א ערך אז זיי קענען, אנשטאט געבן דעם ערך צו השי"ת וואס געט כח צו קענען, דערפאר מעסט ער אפ זיין אייגענע ערך צו ער קען אויך. וואלט ער געזעהן אז זיי פאר זיך האבן נישט קיין ערך, נאר פון וואו עס קומט 'יכולת' האט אן ערך, וואלט ער זיך - אין א געוויסן זין - נישט געמאסטן.

נאכדעם רעדט ר' שרגא זייער אסאך ארום איבער דעם ענין פון 'מתנה'. וואס טוט די ווארט 'מתנה' מגדיר זיין אין זיך? מיט וויפיל איז עס אנדערש ווי 'יכולת'. יכולת מיינט: איך מוז קענען. א קינד זעהט ארומיגע קינדער האבן מאכט, און ער געט פאר די מענטשן וואס האבן 'מאכט' א ערך. ער געט נישט די ערך פאר דארט פון וואו עס קומט; פאר'ן אייבערשטן. און ער מעסט זיך לויט דעם. איך רעד נישט ווען ער האלט פשוט ביים אויספירן וואס ער וויל, איך רעד ווען ער וויל 'יכולת' נאר ווייל אזוי האט ער אן ערך. "אויב איך קען נישט, בין איך א לאזער; האב איך נישט קיין ערך". מיט וויפיל איז די ווארט 'מתנה' אנדערש ווי די ווארט 'יכולת'? די ווארט 'מתנה' מיינט: פון וואו קומט עס; ווער געט עס מיר? און עס מיינט אויך: פארוועם ס'באלאנגט די מתנה; די 'ערך', אפילו נאכן געבן.

ביי מיר ליגט שוין לאנג אין קאפ, אז יעדע איגו סטעט, יעדע 'יכולת' וואס א מענטש האט זיך אמאל איינגערעדט אז ער מוז עס קענען, האלט דער מענטש אן פיזיש אין זיינע מוסקלן. ווען דו זאלסט דורך קוקן די ליסט פון דר. סארנא, וועסטו זעהן אז אסאך זאכן פון די ליסט האט צו טון מיט די ענין פון 'יכולת'.

צום ביישפיהל: איך בין א גוטע מענטש. וואס האט דאס מיט 'יכולת'? און פארוואס שטרענגט דאס אן די מוסקלן? ווייל דאס איז " איך מוז קענען באווייזןצו זיין א גוטע מענטש". אדער " איך מוז קענען באווייזןצו האבן די בענעפיטן וואס זיין א גוטער קען מיך ברענגען". ס'האט מיט מיר.

אין די נייע סעריע שיעורים רעדט ר' שרגא ארום וואס עס מיינט די ענין פון געטליכקייט. און אז געטליכקייט געט א געוואלדיגע עונג פאר א מענטש. ווען א מענטש "איך קען באווייזן אז די ליכט וואס איך צינד יעצט אן זאל בלייבן ברענען פאר אייביג". דאס געט א געוואלדיגער עונג. ווייל ס'איז נצחי. אבער די רגע א מענטש קען דאס באמת האט עס שוין נישט קיין עונג. ווייל ס'איז שוין נישט געטליך.

והשם הטוב יעזור.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”