Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת
אמת, מיט מיר האט ר' שרגה געטאן טראמע טעראפי אויף א וואונדערבארע וועג. איך וועל עס אפשר אמאל באשרייבן אויב איינער איז נייגעריג. יעצט דארף איך גיין.נשמה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 04, 2023 7:04 pmב"ההגוגעה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 04, 2023 6:53 pmאיז שייך צו " אויסקלארן מיט די ’יעצטיגע’ געפילן און עס גוט פארשטיין" אן אריינגיין און ארויפברענגן אלטע אייטער און עס אדרעסירן. די אלטע זאכן מאכן די יעצטיגע געפילן און זענען טאקע נאר נוגע צו ארויסהאבן וואס די מענטש פילט ’יעצט’.פאראויס האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 04, 2023 5:35 pm@נשמה, כ’האב גערעדט צו ר’ שרגא שליט’’א פריער. און ניין, טעיתי. ער האלט קלאר נישט פון וואס כ’האב געשריבן אז ס’פעלט אויס צו ארויפברענגן אלטע אייטער און עס אדרעסירן.
איך קען נישט חולק זיין אויף עם ווייל כ’האב נישט אויסגעהערט אלע שיעורים עד הסוף. און אויך נישט יורד געווען אייביג לעומק הדברים. בטבעי הער איך מיט א האלבע אויער...
ער האט איין זאך מיר נאכגעגעבן אז ס’מאכט סענס זיך צו אויסקלארן מיט די ’יעצטיגע’ געפילן און עס גוט פארשטיין, וואס פארדעם דארף מען מעגליך א טערעפיסט וואס קען דיר העלפן פארשטיין דיינע צומישטע /דערדריקטע/פארוויטאגטע געפילן, וכו’.
ער האט ריפער’’ט צו די גאנץ לעצטע שיעורים אין די סעריע, וואס כ’האב נאכנישט געהערט...
יא, שאר.
אויב וואלט עס נאר געווען אלטע אייטער וואס מ'דארף אויסוואשן, וואס האט עס מיט יעצט? מ'דארף גיין פון די יעצטיגע מינוט, די יעצטיגע געפילן, און אויב ס'איז אייטער יעצט, איז דאך דאס אייטער פון יעצט, און נישט פון אלטע געפילן וואס מ'דארף אויסוואשן.
מאן יימיר אז ס'איז פון אלטע אייטער. סאיז אלעס נאר יעצט. טראכט גוט אריין וואס איך זאג.
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.