זענען 200 יאר צוריק געווען 7 שטאקיגע געביידעס?
כ'האב געליינט וועגן א איד וואס האט געלעבט 200 יאר צוריק אין פּוילן, אויפן פערטן שטאק פון א זיבן שטאקיגע אפארטמענט הויז. מאכט עס סענס?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אסדר לסעודתא האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן: דאס איז 80 יאר צוריק, סאו דער תירוץ איז אז זיכער יא.
אין יאר ת"ר האבן נאך געלעבט זקנים וואס האבן נאך געזען דעם בעל שם טוב.
אויך האבן נאך (מעגליך) געלעבט אידן וואס זענען שוין געווען געבוירן איידער פטירת האור החיים הק'.
Programming האט געשריבן:Programming האט געשריבן: איך ווייס נישט (גלייב נישט) וועגן 200 יאר צוריק, אבער מען קען עס לייכט אויף טשעקן.
וויקיפעדיע גיט איבער אז אין רוים פאר 2000 יאר איז שוין אויך געווען הויכשטאקיגע בנינים און אזוי אויך במשך'ן מיטלאלטער, און אפילו אין נישט גאר גרויסע שטעט
אישון-בת-עין האט געשריבן: היסטערי זאגט אז ס׳איז געווען. וואס איז יא אינטערסאנט און כ׳גלייב אז דאס איז וואס קוועטשט פארן פותח האשכול, וויאזוי האט מען דאס געבויעט??
פעטער יעקל האט געשריבן:אישון-בת-עין האט געשריבן: היסטערי זאגט אז ס׳איז געווען. וואס איז יא אינטערסאנט און כ׳גלייב אז דאס איז וואס קוועטשט פארן פותח האשכול, וויאזוי האט מען דאס געבויעט??
ווי פלעג מיין רבי זאגן, די היינטיגע זענען חכמים זיי האבן אויסגעטראפן דעם טרעקטאר, די פריערדיגע זענען אבער סאך קליגער אז זיי האבן געקענט בויען הייזער אנעם טרעקטאר...
מיסתפינא האט געשריבן: דאס היכל אין ביהמ"ק איז געווען הויעך הונדערט אמה, דאס קומט אויס (לחזו"א) אומגעפעהר נאענט צי 2000 פיס.
ווי פול שטאק איז עס?
מים חיים האט געשריבן:נו גוט נו שוין האט געשריבן: און יסודות אויסגאבע אינעם ארטיקל וועגן געטאס שרייבן זיי אז אין ווענעציע האט מען ארויפגעצויגן ביז ניין שטאק צוליב מאנגל אין פלאץ
מיינסט אוואדי קינדליין-צוריקוועגס