Re: אמעריקע'ס גרעסטע מאלל - אמעריקען דריעם
געווען פאריגע חול המועד ביי לעגא לענד אין די אקוועריאם, לעגא לענד איז גאר אינטערעסאנט פאר קליינע קונדער עס איז דא 1 רייד, און זייער אינטערעסאנטע אויפגעשטלטע זאכן, די איי מעקס איז געווען צו שרעקעדיג פאר די קליינע.רואיג! האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 29, 2023 4:39 pmאיך בין די וואך געווען ביי די מאל. לאמיר געבן א שטיקל באריכט, אפשר וויל איינער גיין חול המועד.
מיראר מעיז:מען גייט אריין אין א שטוב פול מיט שפיגלען, און מען דארף ארויסקומען די אנדערע זייט. עס איז זייער אינטערסאנט, און מען ווערט אינגאנצן צומישט וואס איז א וועג און וואס איז א שפיגל. געווען אינטערסאנט פאר מיר און מיינע קינדער.
דריעם ריידער:דאס זענען חיה'לעך אויף וואס מען זעצט זיך ארויף און מען פארט ארום, מיין משפחה האט עס ענזשויט. מען דארף זיין 48 אינטשעס צו דרייוון אליין, אונטער 48 דארף פארן מיט א צווייטן.
טילט מוזעיום:פארשידענע גרויס פעינטינגס געמאלן אויפן וואנט, אויף א וועג צו קענען מאכן בילדער וואס זאלן אויסקומען ווי אפטיקעל אילוזיעס. עס איז זייער אינטערסאנט פאר די עלטערן צו מאכן די בילדער פון די קינדער, די קינדער האבן שוין געוואלט גיין ווייטער...
טויס R אס טרעין:די טרעין פארט ארויס ביי די צווייטע שטאק פון טויס R אס, און פארט ארום אין די האלל. זייער אינטערסאנט פאר די אינגערע קינדער.
לעגאו-לענד - אקוויאריום. די צוויי פלעצער האב איך געטראכט מעגליך צו גיין, למעשה נישט אנגעקומען.
דריעם Wיעל:א גרויסע פעריסWיעל, די גאנצע משפחה גייט צוזאמען אין איין שטיבל, עס פארט שטייטלעך ארום. פון אויבן זעט מען די ארומיגע הייוועיס ווי שפיל קארעלעך, און א שיינע וויו פון דערווייטנס. אינטערסאנט פאר גרויס און קליין.
ניקעלאדיען פארק:דאס איז א גרויסע אמיוזמענט פארק, מען קען אריין אין צאלן פער רייד. נאר איין פון מיינע חברה האבן הנאה פון די זאכן.
איך בין נישט געגאנגען צו די וואסער, אייז, און שניי פארקס.
---
לאמיר רעדן וועגן עסן. גאלדי לאקס איז אזא פרישטאג/לאנטש סטייעל געשעפט, (איך האב נישט דארט געגעסן, עס האט מיר אזוי אויסגעזען), עס איז אינטער טארנאפאל השגחה. אויך אינטער כK, (אלע כשר'ע עסן אין די מאל וואס איך האב געזען זענען געווען אונטער כK).
Cinnabon: כK חלב סתם.
Toys R Us: זיי האבן פארמאכטע נאש מיט היימישע הכשרים. די אפענע עסן (אייזקרים סלאש וכדומה), איז כK חלב ישראל, מיט נאך א הכשר וואס איך געדענק נישט יעצט.
Oreo Cafe: כK חלב סתם, אלעס איז איבער Oreo קוקיס.
Bravo Pizza: כK חלב ישראל.
Chickies: כK.
---
איך האב געפארקט אין פארקינג לאט A גראונד לעוועל, ווען מען קומט ארויף פון יענע זייט האט מען גלייך די רעכטע זייט גאלדי לאקס, לעגאו לענד, סי-לייף, און מיראר מעיז. אביסל ווייטער צו לינקס איז דא די ענימעל ריידס, און נאך ווייטער איז א שיינע אינדאר גארטן און די טילט מוזעיום.
די פעריסWיל איז אויף די דריטע שטאק ביי די קאקע קאולע איטס. אביסל אפגערוקט ביי א ווינקעל איז די צוויי כשר'ע רעסטוראנטס אויבן דערמאנט, בראוואו און טשיקיס. דארט האב איך אויך געהאט א מנין מנחה, און עס איז דא בתי כבוד מיט סינקס אינדרויסן.
וואס נאך? לאזטס מיר וויסן וויאזוי עס איז געווען...
Don't judge a book by its spelling. (אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו)