סוף זמן תפלה???....... שמוץ....

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: סוף זמן תפלה???....... שמוץ....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

צ"ק
די שרעקעדיגע קעפל מאכט אריין קומען, אינעם אשכול,
האסט שוין געציילט ספירה היינט???

רעד נישט קעגן בריסק, איך בין א שטארקע בריסקע(ט) חסיד...

ס'איז שוואכע דורות שיק אריין א 👍, די מוסדות זאל קענען ווייטער אנגיין,
צוויי גראשן
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 10, 2024 10:46 am
לאקאציע:מאנסי

Re: סוף זמן תפלה???....... שמוץ....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גראשן »

חסד שבמלכות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 3:41 pm
פון "היט דיינע אויגן" זייטל
(מיט קליינע טוישונגען)

לייביש הייסט ער, א וואוילער יונגערמאן, נישט קיין ל"ו צדיק אבער אויך נישט קיין פויער, ווי ס'הייסט: עוורידזש.
צוויי יאר איז ער געזעסן אין כולל, ווען האלב פון די צייט האט ער געדרימלט אויף די שו"ע און די צווייטע האלב איז ער געשטאנען ביים סינק אפצואוואשן די צייכן וואס די דרימל האט איבערגעלאזט אויף זיין שטערן. עוורידזש.
אבער דא און דארט פלעגט ער טוהן נאך זאכן….
נעבעך, ער'ט זיך געמוטשעט מיט א געפערליכע רייץ צו תאות, פארשטייט זיך אז מיט יעדע דורכפאל איז זיין רייץ געשטיגן, און אזוי האט ער איין טאג אנטדעקט א לאך אין די פילטער אין א געוויסע פריוואטע קיאסק געשעפט און דארט האט ער זיך גענומען שפענדן זיין טאג - מער ווייניגער.
דארט און דא האט אים געכאפט א טרייסל וויפיל צייט און געלט ער פארשווענדעט אויף דעם, אבער זיין רייץ איז געווען סך סך שטערקער.
ברוך ה', דער רבוש"ע האט אים געשאנקן א קינד, בשעטו"מ, יעצט איז די פאסיגע צייט וואס ער דארף זיך נישט שעמען זיך ארויסצויינען פון די כולל און זוכן א דזשאב.
ס'ווייב זיינע האט בכלל נישט פארשטאנען פארוואס איר חשוב'ע מאן וואס איז זיך אזוי מחי' אין כולל (עד כדי כך אז זיין אהיימקומען פארשלעפט זיך אפט ביז שפעט ווייל ער איז עוסק אין פלפול התורה) זאל אפילו טראכטן פון ארבעטן, אבער מיט גענוג פאלשע ווערטער האט ער איר אויך איבערגערעדט אבער ער'ט זיך נישט געטרויעט צו זוכן א פשוט'ע דזשאב, נאר דוקא עפעס וואס וועט פאסטן פאר אזא חשוב'ע אינגערמאן ווי (זיין ווייב האלט) אים.
נאך א שטיקל זוכעניש האט מען ב"ה געפונען א גרויסע צענטראלע בית המדרש מיט כסדר'דיגע מנינים וואס זוכן א פעהיגן אינגערמאן צו אנפירן די מנינים ביי שחרית.
לייביש האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו, אזוי הייבט ער אן נאר מיט א פארמיטאג דזשאב.
דעם ערשטן טאג שוין ווען לייביש האט באקומען פונעם שמש די שליסל פון די אפיס אין ביהמ"ד איז זיין ערשטע אויפפאסונג געווען די קאמפיוטערס, הלא, ער וועט האבן כסדר'דיגע עקסעס צו א קאמפיוטער!!! ער גייט האקן א לעבן יומם וליל!!!
נאכן זיין דארט א שטיק צייט האט ער געזעהן אז די זאך איז נישט אזוי פשוט, קודם כל, די פילטער איז זייער זייער שטרענג, דעיס האט ער זיך איבערצייגט ווען ער האט אויספרובירט אפאר לעכער וואס האבן געארבעט אין די עבר ביי אנדערע קאמפיוטערס. צווייטנס, די קאמפיוטער איז איינעמס, ווי נישט ווי האט ער געהאט א שטיקל פחד, אז ס'קען אנדעקט ווערן דורך א פארגעסענע דאונלאוד אדער אומפארמעקטע סוירטש היסטערי.
זיינע אויגן זענען אבער געווען אויף א לעפטאפ וואס איז אלס געלעגן אין א ווינקל אין אפיס און אויף די סקרין איז אייביג נאר געווען די זייגער און די זמנים פונעם היינטיגן טאג. דעם לעפטאפ פלעגט נאר שטיין צום באנוץ פון די אפיס איינגעשטעלטע צו וויסן די צייט און די זמנים, קיינמאל האט ער נישט באמערקט אז מ'זאל דעם לעפטאפ רוקן פון פלאץ אדער נוצן אויף עפעס אנדערש.
"פארוואס דארף מען א לעפטאפ פאר דעם?" האט ער זיך אלס געוואונדערט, "מ'קען נישט אויפהענגן א צעטל?".
זיין אייגענע מסקנא איז אבער געווען אז דער משמש וויל זיך מסתם שפארן די מיה אויפצוהענגען כסדר די צעטל פון יענע וואך\חודש, און די גרינגערע וועג איז צו האלטן אייביג א לעפטאפ אפן וואס טוישט די צייט אויטאמאטיש.
לייביש האט געציטערט צו נוצן די לעפטאפ אויפן פלאץ וואס ס'איז געלעגן, ס'איז געווען צו אפן. אוועקרוקן פון פלאץ וועט אויך אויסרופן פארדאכטן. האט ער געווארט אויף די פאסיגע געלעגנהייט.
און די געלעגנהייט איז אנגעקומען.
אין איין שיינעם טאג האט זיך פונקט געמאכט אז דער משמש און ראש הקהל (די צוויי הויפט-באנוצער פון דעם אפיס) האבן ביידע געהאט א ברית מחוץ לעיר, אפאר טאג פריער - ווען לייביש האט געהערט דערפון - האט ער געוואוסט אז דעיס איז זיין טאג! דעיס איז זיין געלעגנהייט צו כאפן א נאנטע בליק אויף דעם לעפטאפ.
די טאג איז אנגעקומען! גראדע איז עס געווען זייער א פארנומענע בין הזמנים טאג, די בית המדרש איז געווען געפאקט, און מנינים זענען געפארן איינס נאכן צווייטן, לייביש איז געווען ביזי ביז איבערן הוט, אבער פאר קיין רגע האט אים נישט געסטאפט ברענען די תאוה אז ער "מוז" נאך אויסטשעקן דעי לעפטאפ.
ארום 11 אזייגער האט לייביש באשלאסן אז ער מוז שוין גיין עס באקוקן, ער האט געוויסט אז ער לאזט איבער צושופטע שטיבלעך און א געפאקטע האלוועי אן קיינעם וואס זאל מסדר זיין די מצב, אבער וואס זאל ער טוהן? אז מ'מוז מוז מען.
ער האט שנעל (פאר לאגיק שלעפט אים צוריק) געדרייעט די שליסל אינעם משמש'נס אפיס און תיכף געכאפט דעם לעפטאפ און אריינגעלאפן אין די קליינע ביה"כ וואס איז געווען דארט אין אפיס.
געשיקטערהייט האט ער געעפנט גוגל, געסוירטשט פאר שמוץ און…….. יאפ!!! דעי לעפטאפ האט נישט קיין פילטער!!! איידער ס'איז דורך א מינוט איז ער שוין געזעצן און זיך דערקוויקט מיט די שמוציגע ווידיאו וואס האט געטאנצן פאר זיינע אויגן.
אינאיינעם מיט דעם אבער האט ער געהערט האסטיגע קלאפערייען אויף די טיר פון די אפיס, ער האט געוואלט זיך מאכן אומוויסנדיג, און ער האט זיך טאקע געמאכט, אבער נאך א האלבע מינוט ווען ער האט געהערט ווי די אפיס טיר עפנט זיך שטורעמיש אויף און ער האט געהערט רופן "לייביש, לייביש" האט ער עס נישט געקענט אינארירן און רעאגירט מיט א "נאאאאא……"
"לייביש וואו ביסטו?" האט ער געהערט די מענעדזשער פון ביהמ"ד שרייען.
"נא…. נא…." האט ער געשריגן פון זיין זיץ אין ביה"כ.
יעצט זענען די קלאפערייען אריבער דירעקט צו די טוילעט טיהר "קום שוין ארויס" האט דער מענעדזשער היסטעריש געשריגען.
בלית ברירה האט ער צוגעהאקט די סקרין, זיך שנעל גרייט געמאכט און ארויסגעקומען מיט די פארקלאפטע לעפטאפ אין די הענט.
ער האט באגעגנט די מענעדזשערס שאקירטע אויגן, וואס האבן געוואנדערט פון די לעפטאפ צו זיין פנים און צוריק. "דו האסט יעצט גענוצט דעי לעפטאפ?" האט ער נאך אפאר סעקונדעס געפרעגט.
"י..א….." האט לייביש קוים ארויסגעשטאמעלט "וואס איז?". זיין הארץ האט פעסט געבאכעט, ער'ט געוואוסט אז עפעס גייט פאר דא, באיזה אופן איז אנדעקט געווארן אז ער טוט דא אפ מעשים אשר לא יעשו.
ער האט געזעהן אז די מענעדזשער קווענקלט זיך אויב ער זאל עפעס זאגן אדער נישט, ער איז געוען ביטער נייגעריג וואס אויף די וועלט דא האט פאסירט, האט ער איבערגעפרעגט "וואס איז געשעהן?"
די מענעדזשער באטראכט אים מיט א בליק פון רחמנות "הער מיך אויס, דו ווייסט וואס דעי לעפטאפ איז?" לייביש האט שוואך געשאקלט אויף ניין "אקעי" האט דער מענעדזשער וואלונטירט אים אויפצוקלערן "אינדרויסן אין די האלוועי איז דא א גרויסע סקרין וואס דארט שטייט די זייגער און די זמנים, יענע סקרין איז א פשוטע טויטע סקרין, ס'איז פשוט א גרעסערע סקרין פון אלעס וואס ווערט געזעהן אויף דעם לעפטאפ. וואס מ'זעהט אויף דעם לעפטאפ, דעיס זעהט מען אויף די גרויסע סקרין אין האלוועי!"
צו זאגן אז די דאך איז אויף אים צאמגעפאלן איז צו ווייניג געזאגט ארויסצוברענגען וואס לייביש האט אין יענע סעקונדע געפילט. א זייטיגע בליק אויף די סקרינס וואס ווייזן די סורוועילענס אין די האלוועי האט אים קלארגעשטעלט אז די האלל איז געפאקט מיט קופקעס וואס קוקן כסדר פון די גרויסע סקרין צו די טיהר פון אפיס און צוריק. די בושות זענען ריזיג……. גדול מנשוא……..
"יעצט, הער מיך אויס" הערט ער די מענעדזשער ווייטער רעדן "איך ווייס נישט אויב די משמש וועט דיך נאך וועלן האלטן ביי די דזשאב נאך וואס דו האסט היינט אנגעדרייעט דא, אבער דעיס איז זיכער אז אויף היינט דארפסטו צוריקגיין צו די ארבעט געהעריג" און מיט דעי ווערטער האט ער אים ארויסבאגלייט ביז נאכן טיהר און פארמאכט די טיהר אונטער אים.
און לייביש האט זיך געטראפן מיט פלאמעדיגע באקן צווישן אלע קופקעס וואס האבן דעבאטירט די געשעעניש ביז זיי האבן אים באמערקט, ווען זיי האבן אים באמערקט האט זיך א שטילקייט אראפגעלאזט אין האלוועי און די בליקן פון אלע קינדער, בחורים, אינגעלייט און בעלי בתים זענען געווען געריכטעט צו אים. אין זייערע אויגן האט זיך קלאר געזעהן די באשולדיגונג "הייסט עס אז דו ביסט דאס דער וואס האט געוואטשט א שמוציגע ווידיאו און לכבוד דעם האט יעדער וואס האט געוואלט זען דעם סוף זמן תפילה געזעהן שמוץ!!!!...
דאכט זיך אז יעדע ווארט מסביר צו זיין די געפילן פון בושה וואס לייביש איז דורך אין יענע מינוטן, איז איבריג.......
אבא כהן ברדלא אמר אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה בלעם חכם של העובדי כוכבים לא יכול לעמוד בתוכחתה של אתונו…….. יוסף קטנן של שבטים היה ולא היו יכולים לעמוד בתוכחתו ……. לכשיבא הקב"ה ויוכיח כל אחד ואחד לפי מה שהוא שנאמר אוכיחך ואערכה לעיניך על אחת כמה וכמה (בראשית רבה, צ"ג, י')
נ.ב. די מעשה איז קיינמאל נישט געשהען אויף אונזער עולם השפל, אבער איז א גוטע משל פון א טיפע בושה געפיל וואס א נברא קען נישט שטיין דערקעגן און פון דארט קען מען מאכן דעם "על אחת כמה וכמה".
@חסד שבמלכות לכאורה בין איך נישט דערעשטע וואס זאגט דער דעס פאר א שטיפ אנצוגיין איז עס זעכער נייטיג, קודם די מעשה איז א טיפישע רעיון אבער מ'דארף די 2 סענס עס צו אראפשרייבן און צאם צו שטעלן מיט א משל צווייטענס איר פארמאגט א מעכטיגן פעדער והראי כ'האב קאנעקטעד מיט די מעשה, מ'קען נישט קלעבן צו א ארטיקל וואס האט גרייזן לרחצה און א ארימע פענע. כווארט אויס אויף נאך פון דיר
האסעל+סטראגעל=א גרויסן סוקסעס ראטע
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”