דער איסור פון שעלטן
דער מקור פון דער הלכה איז אין משנה אין שבועות ל"ה ע"א: המקלל עצמו וחבירו בכולן עובר בלא תעשה .
די גמרא דארט (אין דף ל"ו ע"א) שרייבט: "וחבירו" דכתיב (ויקרא יט) לא תקלל חרש.
אין רמב"ם דאס ווערט געבראכט אין הלכות סנהדרין פרק כו:
ב ולא דיין ונשיא בלבד, אלא כל המקלל אחד מישראל--לוקה, שנאמר "לא תקלל חירש" (ויקרא יט,יד). ולמה נאמר "חירש": שאפילו זה שאינו שומע, ולא נצטער בקללה זו--לוקה על קללתו. וייראה לי שהמקלל את הקטן, לוקה--הרי הוא כחירש. [ב] המקלל את המת, פטור.
ג הואיל ומקלל כל אדם מישראל חייב, למה ייחד לאו לדיין ולאו לנשיא--לחייבו שתיים. נמצאת למד, שהמקלל אחד מישראל--בין איש בין אישה, בין גדול בין קטן--לוקה אחת. ואם קילל דיין, לוקה שתיים; ואם קילל נשיא, לוקה שלוש. ובן נשיא שקילל אביו, חייב משום ארבעה שמות--שלושה של כל אדם, ואחת משום האב.
לויט דעם איז נישט פארשטאנדיק, וויאזוי האט געמעגט אלישע הנביא פארשעלטן די נערים, און וויאזוי האבן געמעגט פארשעלטן די תנאים און אמוראים אין די אלע פאלן וואס ווערן דערציילט אין גמרא.
ס'איז דאך אן איסור דאורייתא!