TSA Precheck (TSA Pre✓), Global Entry און CLEAR
TSA precheck
וואס איז דאס:
דאס איז א פראגראם פון די TSA וואס איז אפיציעל געשטעלט געווארן אז פאסאנדזשירן וואס זענען נישט קיין געפאר זאלן קענען דורכגיין שנעלער און גרינגער די TSA סעקיורעטי און אזוי ארום זאלן די אפיצירן זיך בעסער קענען אפגעבן מיט די אנדערע פאסאנדזשירן וואס קענען מעגליך יא זיין א געפאר.
אפליייען\פרייז:
צו אפלייען פאר די בענעפיט דארף מען אריינגעבן אן אנליין אפליקאציע אויף די TSA וועבסייט, מיט די אפליקאציע דארף מען צאלן א $85 אפצאל וואס אויב ווערט מען אפראווד איז דעיס אויך די מעמעבערשיפ פי פאר 5 יאר. די געלט איז סיי-וויאזוי נאן-ריפאנדעבל.
נאכן אריינגעבן די אפליקאציע דארף מען מאכן אן אפוינטמענט זיך צו טרעפן מיט איינעם און דורכפירן א בעקגראונד טשעק, נאך די אינטערוויו דויערט עס פון עטליכע טעג ביז מערסטנס דריי וואכן ביז מען ערהאלט די ענטגילטיגע אפראוול.
פראצעדור:
כדי צו געניסן פון די TSA Precheck בענעפיט אין עירפארט דארף מען ביים בוקן די טיקעט אריינלייגן אין די בוקינג די Known Traveler Number (אין קורצן KTN), דאס איז די ID נומבער פון דעם פראגראם און ווען מען פרינט ארויס די Boarding Pass אין עירפארט וועט אויטאמאטיש שטיין דערויף TSA Precheck.
דאס איז א ביישפיל פון א בוקינג וואו מ'האט די אפציע אריינצושרייבן די KTN.
אין עירפארט:
ביים אנקומען און עירפארט און פרינטן די Boarding Pass וועט - ווי געשריבן - אויטאמאטיש זיין אנגעצייכנט די בענעפיט, אבער ס'מוז נישט זיין, מעגליך אז די TSA וועט משום איזה סיבה באשליסן אייך נישט דורכצולאזן דאס מאל, אויב דאס פאסירט - און ס'פאסירט "נישט" אפט - קען מען אין רוב פעלער בעטן אז זיי זאלן יא דורכלאזן מיטן אנגעבן די KTN אבער זיי קענען אויך אפזאגן.
דאס איז א ביישפיל פון א Boarding Pass מיט די אנגעצייכנטע בענעפיט.
מיט די אנגעצייכנטע Boarding Pass אין די האנט גייט מען צו די סעקיורעטי ליינס וואו ס'איז פארהאן א - געווענליך ליידיגערע - ליניע, ספעציעל פאר די גליקליכע (נישט אין אלע עירפארטס דא א עקסטערע ליין), און מ'קען דורכגיין די סעקיוריטי אויף א גרינגערן פארנעם ווי געווענליך, דהיינו, מ'דארף נישט אויסטוהן די שיך, פאסיק, דזשעקעט. אזוי אויך דארף מען נישט עקסטער אריינלייגן אין די בינס פארשידענע זאכן וואס אנדערע דארפן יא (לעפטאפ, ערלויבטע ליקווידס וכדו')
אין איין ווארט:
TSA Precheck איז א סערוויס וואס געט שנעלערע און גרינגערע סעקיורעטי סקרינינג אין עירפארט.
נאטיצן:
- אויב האט מען TSA Precheck קען מען אויך מיטנעמען אייגענע קינדער וואס זענען אונטער 12 יאר אלט פאר די שוואכערע (און שנעלערע) סעקיורעטי, און טיילמאל וועלן די TSA ערלויבן אויך פאר יעדעם וואס איז אין איין בוקינג מיט איינעם וואס האט TSA precheck צו געניסן פון דעם. ס'האט אבער נישט קיין כלל און מעג גענוצט ווערן נאר אויב ס'האט זיך אויטאמאטיש ארויפגעפרינט אויף יעדעמ'ס Boarding Pass די באשטימטע צייכן.
- מ'קען אויך אריינגעבן די אפליקאציע ביים In-Person אפפוינטמענט אבער די שנעלערע און גרינגערע וועג איז - שטייצעך - ווי געשריבן אויבן.
- די בענעפיט איז נישט אוועילעבל אין אלע עירפארטס אבער אין די "היימישע" איז עס יא דא, ממילא איז עס נישט אזא עיכוב. אבער די פראבלעם איז אז ס'איז נישט אוועילבל מיט אלע עירליינס אריינגערעכנט עטליכע רעלאטיוו-באנוצטע, א שטייגער ווי Ukraine, Aeroflot, Aer Lingus, El Al און נאך. אין דעם לינק קענט איר זעהן א ליסטע פון עירפארטס און עירליינס וואס ארבעטן מיט, ומכלל הן אתה שומע לאו.
וועט נאכפאלגן אין די סעריע:
- CLEAR
- Global Entry
- באקומען די פראגראמען ביליג\אומזינסט