דאס האט נישט קיין פשט, ווייל רוב מענטשען זענען נישט קיין בדחנים און בעלי דרשנים, און ארויסברענגען רגשי הלב קען ער אויך נישט ווייל ער איז נישט די מחותן, און זאגן דברי שבחים אויפן חתן און מחותן וואס רוב הייבט זיך נישט אן האט אויך נישט קיין פשט,
איך געדענק אנדערש, אז ס'איז אלץ געווען אזא מנהג אז משפחה זאל רעדן. אין געוויסע משפחות פלעגן אפי' 12 יעריגע רעדן ביי שמחות, און קיין בדחנים האט מען נישט באשטעלט צו יעדן שבע ברכות.
היינט מוז מען באשטעלן א בדחן פאר עטליכע מאות פאר יעדע וועטשערע, אנשטאט איינער פון די משפחה זאל רעדן. ביסט שטארק גערעכט אז מ'קען נישט צווינגען מענטשן צו רעדן. דאס איז אן עוולה.
אז דו טוסט א טובה פאר א צווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
פאר אלעמען פאדערט זיך קלארקייט אין די ספעציפישע נידס פון די אודיענס. בעת וואס פאר א מעמד הכרת הטוב פאר די נדבנים מיט דים לייטינג פאדערט זיך גרויסע קוואנטומען פון הומאר און שפאנענדע "ערשטהאנטיגע געשיכטעס וואס איך האב פונקט נעכטן געהאט" לפי המצב, פאדערט זיך ביי א שמועס פאר כולל אינגערלייט א "כאפ פון א ווארט" ממש צוגעפאסט צום סוגיא און צייט אין יאר און מאורע אינאיינעם. בעת וואס פאר א באלעבאטישער שבע ברכות דארף מען א גוטע מעשה צו וואס דער עולם רילעיט מיט אביסל הומאר צו די זייט, דארף מען ביי ערנסטערע א טרעפליכן דרוש מיט א עטוואס אומבאקאנטע מעשה (געוואנדן - צווישן אנדערע - לויטן קרייז פון וועמען), אבער ביי די בעלי השגה ברויך מען אויך האבן אדער א שטיקל שפת אמת וכד'' אדער אריינברעגן עפער אין שיעור קומה... עוד ועוד כפי המצב. און דאס איז טאקע אויך די סיבה (איינער פון די) פארוואס אסאך מאל דווקא די בעלי דרשנים מיט געשוואוירענע פאלאויערשיפ, קענען אנדערע נישט סובל זיין אפי' בדיעבד. פשוט, די הסבר אויף ביידע זייטן איז אז זיי האבן א קביעות'דיגן שניט, ווער עס האט עס ליעב באקומט אייביג וואס ער גלייכט, און ווער נישט באקומט עס קיינמאל. משא"כ ריקארדינגס פון בעלי דרשנים וואס פאסן זיך צו, דארף מען קוקן אויפן קעפל צו זען וועם עס מיינט...