(שכוח גדול רב מיללער פאר די הילף)
- אטעטשמענטס
-
- dersanzersadik1_Page_3 (Custom).JPG (124.73 KiB) געזען 7318 מאל
-
- dersanzersadik1_Page_2 (Custom).JPG (125.29 KiB) געזען 7329 מאל
-
- dersanzersadik1_Page_1 (Custom).JPG (101.15 KiB) געזען 7378 מאל
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
נאטורליך האט געשריבן: איך האב דעם בוך דורכגעלייענט אלס בחור. "דער סאנצער צדיק" איז א עכט אינסייד בליק אין צאנז.
דאן האט מיר מיין מגיד שיעור געזאגט אז אפילו דער ראקער איז ווארשיינליך נישט קיין ערליכער. ער שרייבט אליין איבער זיין צידקות אינעם בוך. אבער יש על מי לסמוך, דער סאטמאר רבי זי"ע האט אמאל דורך געלייענט דעם ביכעל מדעקעל לדעקעל. קען דאס איינער מברר זיין? ווי איך ווייס איז דער בוך א ליקוט פון די באשרייבונגען זיינע אין א וואכען דזשורנאל
אלעקסיי האט געשריבן: בקיצור, דער ראקער איז געווען סתם א פרייער איד, וואס האט אפגעשריבען זיינע געפילען סתם ווי מקוה נייעסלעך, בערך ווי דעים ספר עולמו של אבא, מיט איין חילוק אז דער עולמו של אבא איז געווען אן ערליכער, און זיך געדרייט צווישען ערליכע אידען, שרייבט ער אפ חידו"ת, שיינע שמועסן, אינטערסאנטע פאליטיק, אלעס אויף א תורה'דיגען שטייגער, און משא"כ דער ראקער שרייבט עס אפ אויף אן פרייען צוגאנג.
פאר איין זאך איז עס גאר אינטערסאנט, לגבי דעים היסטארישען שטאנדפונקט, הגם נישט אלעס קען מען גלויבען, פונקט ווי נישט אלעס אין עולמו של אבא קען מען גלויבען, און נישט אלעס מקוה נייעס קען מען גלויבען. וואס איך קען יא גלויבען, אז אזוי האט מען דאן געשמועסט אין די מקוואות און אין קרעטשמעס.