Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33347
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דו ווייסט די ריסק דערפון?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ראשעשיווע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

איינער פארציילט מיר פון זיין שותף אין ביזנעס וועלכע לעבט מיט רעמזי'ס מהלך, יענער האט נארוואס פארענדיגט אפצאלן זיין הויז, ער וואוינט אין קרית יואל, און זיין חודש קאסט אים א קנאפע 5 - 7 טויזענט דאלאר.

עד כאן המעשה, איך ווייס נישט וויפיל יענער האט און פארדינט יעצט, אבער די געדאנק מאכט פרייליך. דאס איבריגע געלט פונעם חודש, נוצט מען פאר צדקות און אינוועסטירונגען פאר די צוקונפט...
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

ראשעשיווע האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:54 pm
איינער פארציילט מיר פון זיין שותף אין ביזנעס וועלכע לעבט מיט רעמזי'ס מהלך, יענער האט נארוואס פארענדיגט אפצאלן זיין הויז, ער וואוינט אין קרית יואל, און זיין חודש קאסט אים א קנאפע 5 - 7 טויזענט דאלאר.

עד כאן המעשה, איך ווייס נישט וויפיל יענער האט און פארדינט יעצט, אבער די געדאנק מאכט פרייליך. דאס איבריגע געלט פונעם חודש, נוצט מען פאר צדקות און אינוועסטירונגען פאר די צוקונפט...
ב"ה, איך לעב אויף דער מהלך און איך האלט נישט צו ווייט פון דעם דא אין ב"פ.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

זייט די אינגערמאן אויסגאבע שרייבט דערוועגן, האט עס געכאפט מיין אינטערעסע (אגב, שכח דוד געלב, ביסט א גוטע שרייבער) און איך האב עס דורכגעטוהן אביסל אויף די רעסורסן וואס זענען אוועילבל אויף די געוועב, וואו מענטשן פון ביידע זייטן דערציילן זייערע געשיכטעס.
ליתר שאת האב איך אפגעליינט יעדעס איינציגסטע תגובה אין ביידע אשכולות אויף אייוועלט (פלאס ס'איז געווארן היינט\נעכטן א שטיקל שמועס אין די אינגערמאן אשכול ), און אנגעפרעגט אין אישי אפאר אידן וואס שרייבן אז זיי האבן געטוהן דערין.
ווי ס'קוקט מיך אויס (קען זיין איך בין ראנג) דארף מען צוטיילן די קאנטרעווערסיעס אין פיר חלקים
1) די פיליזאפיע
2) באהאנדלען חובות
3) סעיווינגס און אינוועסטמענט
4) אונזער לייפסטייל

1) די פיליזאפיע
דעיוו רעמזי'ס מהלך גייט אויף א וועג צו לעבן אן קיין איין פעני חובות. יעדער וואס רירט נאר אן דורכצוטוהן זיין מהלך הערט די ווערטער אומאויפהערליך.
נגד: די עצם געדאנק האט צדדים לכאן ולכאן, ווייל ס'איז דא אמאל וואס א חוב קען ברענגען ריוח וואס מ'קען נישט האבן אן דעם, בעיקר אין ביזנעס/אינוועסטמענט.
בעד:דעיוו'ס טענה איז אבער אז מ'מוז גיין עקסטרעם מיטן אוועקשטיין פון חובות מכל וכל כדי צו האבן א פולשטענדיג רואיגע לעבן, סיי ווייל חובות דרוקן אויפן קאפ און נעמען אוועק יישוב הדעת פון נוצן די געלט ריכטיג, ווי אויך אז בארגן געלט קאסט געלט און ס'איז א שאד צו מאכן רייך די בענק ווען מ'קען האלטן אין סעיווינגס וכו'.

2) באהאנדלען חובות
דעיוו ווייזט אן פאר זיינע נאכפאלגער צו נוצן די א.ג. Snowball מעטאד צו אפצאלן חובות. דאס מיינט אז מ'צאלט אייביג אפ די קלענסטע חוב ערשט (למשל א קרעדיט קארטל וואו מ'איז שולדיג אפאר הונדערט דאללער), דערנאך די צווייט-קלענסטע און אזוי ווייטער און ווייטער ביז די גרעסטע.
נגד:
די פארקערטע זייט איז די Avalanche מעטאד, אין וועלכע מ'צאלט אפ קודם די חוב מיט די גרעסטע אינטערעסט, דערנאך מיט איין שטאפל ווייניגער א.א.וו., דורכדעם דערלייגט מען ווייניגער געלט אויף אינטערעסט פערצענטואל, ווייל די קלענסטע חוב קען אסאך מאל האבן א גרעסערע אינטערעסט ראטע.
בעד:דעיוו ענטפערט אויף דעם, אז וויבאלד מ'דארף האבן אסאך אינספיראציע זיך צו נעמען צו א ריזיגן בארג חובות, איז עס זייער הילפבאר און ס'הייטערט אויף צו זעהן ווי איין חוב נאכן צווייטן ווערן אפגעווישט, און ס'לוינט זיך די קליינע מארדזשין וואס מ'קען דערלייגן.
הערה: ס'דארף באטאנט ווערן אז נישט אייביג איז עס טאקע אזוי אז מ'דערלייגט אויף די Snowball מער ווי אויף די Avalanche, ס'זענען דא קאלקיולעטערס וואו מ'קען אויסרעכענען אין יעדע ספעציפישע פאל.

3) סעיווינגס און אינוועסטמענט
דעיוו ווייזט אן פאר די גאנג-גייערס, אז זיי זאלן נישט אינוועסטירן אין די סטאק מארקעט אדער ריעל עסטעיט וואו די ריסקס זענען גרויס, און נישט אוועקלייגן אין קיין האלל-לייף וואו די וואוקס איז קליין (לויט זיינע ווערטער), נאר אנשטאט זאל מען אריינלייגן די געלט אין IRA אקאונטס און דערנאך אין מיוטשועל פאנדס וואס געבן א מיטלגארטיגע אבער סטעדי ריטורן.
נגד:
דאס איז וואו די גרעסטע קאנטרעווערסיעס קאכן זיך. אסאך פיינענשל אדווייזערס רייסן אים אראפ פאר זיין צוגאנג צו דעם, אנווייזנדיג אויף פילע לעכער אין די מהלך. איך גיי נישט אריינגיין דערין ווייל איך בין נישט 100 פראצענט קלאר אין ביידע זייטן, פשוט ווייל איך קען נישט אסאך פון די טערמינען וואס איך האב געליינט און געהערט.
אזויפיל האב איך אבער יא געזעהן, אז ס'זענען דא קלארע טעותים וואס דעיוו רעמזי האט אפאר מאל ערווענט אין פאבליק, וואס שטימען פשוט נישט מיט די פאקטן פון ריטוירנס אויף געוויסע אינוועסטמענטס. סיי ביים אויפשפילן די רוחים פון זיינע רעקאמענדאציעס און סיי ביים אראפברענגען די פראצענטן פון די וואס ער האלט נישט.
בעד:דעיוו זאגט קלאר אז ער גייט קיינעם נישט מאכן קיין מיליאנער וואס קען קויפן די וואשינגטאן בריק יעדע פאר וואכן. ער טענה'ט אז פאר די מיטל-וועג צווישן ארימקייט און אילאן מאסק דארף מען גיין מיט די סארט אינוועסטמענטס.

4) אונזער לייפסטייל
ביי אונז היימישע אידן איז דא א דעבאטע אויב מ'קען אימפלעמענטירן די מהלך לויט אונזער לייפסטייל.
נגד:
די מהלך רעכנט זיך נישט מיט אונזערע פסח, תשרי, קעמפ, קאנטרי, מקוה געלט וכו' הוצאות, ווי אויך קען עס נישט אקאמאדירן חתונה-סעיווינגס פאר א שטוב מיט אסאך קינדער כ"י. טראצדעם וואס ס'רעכט יא סעיווינגס פאר קאלידזש פאר די קינדער, איז דא א חילוק פון די מאס קינדער וואס א גוי האט און וואס מיר האבן קע"ה.
בעד:ס'זענען דא אויף די וועלט הונדערטע קאמיונעטיס וואס האבן די סארטן לעבנסשטייגער אז ס'קאסט זאכן אנדערש ווי די אלגעמיינע גוי. די פאקט איז אז די מהלך האט שוין געהאלפן מיליאנען אמעריקאנער פון אלע שיכטן און קרייזן, דעריבער איז שווער צו זאגן אז מיר זענען פינאנציעל אזוי אנדערש אז ס'קען ממש נישט פיטן אויף אונז. ווי אויך זענען דא היימישע אדווייזערס (אונגאר, טויבער, שימאן און נאך) וואס טרענירן מענטשן לויט רעמזי'ס שיטה מיט אביסל מאדיפיקאציעס פאר אונז היימישע אידן.

למעשה:
- ס'זעהט אויס קלאר אז איינער וואס האט אסאך חובות און וויל ארויסקריכן, איז דאס די בעסטע מהלך זיך צו נעמען דערצו, ווייל אין פאקט האט עס געהאלפן מיליאנען איבער די גאנצע וועלט און אסאך היימישע אידן זאגן עדות אז ס'האט פיין געארבעט פאר זיי. טראצדעם וואס לאורך הדרך זענען אפשר דא חלקים וואס פעלן נישט אויס אזוי וויכטיג אדער קענען ווען זיין בעסער פונקט פארקערט, דאך איז די כלל אז ווען מ'פאלגט נאך א מהלך אויף א ראדיקאלן אופן, האט מען סך בעסערע שאנסן פאר סוקסעס ווי ווען מ'מאכט אייגענע מאדיפיקאציעס.
- ביי די שטאפל ווען מ'איז שוין חובות-פריי אדער נאנט דערצו, האלט מען שוין אויף א לעוול וואו מ'דארף טראכטן ערנסטער איבער סעיווינגס\ביזנעס, דעמאלטס איז די צייט איבערצוטראכטן און איבערשמועסן מיט א אדווייזער אויב מ'זאל גיין אויף היי-ריסק היי-ריווארד אדער בלייבן מיט בעבי סטעפס. דאס ווענדט זיך אין די מענטש'ס יכולת, ריספאנסעבילעטי מעגליכקייטן, ארבעטס-סטאטוס, אינקאם און נאך פילע פאקטארן וואס מ'קען נישט אויסרעכענען. ס'איז נישט דא קיין צוויי מענטשן די זעלבע אין דעם.
- וואס איז נוגע פאר אונז היימישע אידן, איז זיכער אז די מהלך איז בכלל סך שווערער, סיי ווייל אונזערע עקספענסעס זענען אנדערש (ווי אויבן געשריבן) און סיי ווייל מיר האבן בכלל מער peer pressure און מער זאכן וואס זענען אנגענומען אין אונזער קאמיונעטי (נייע ליעסד קארס, נסיעות אויף מקוה"ק, וואקאציע א.א.וו.). אבער מ'קען נישט לייקענען די פאקט אז צענדליגע אידן זענען געגאנגען אויף דעם וועג און געזעהן סוקסעס. מסתם איז עס טאקע וויכטיגער פאר אנ"ש צו האבן א פערזענליכע אדווייזער וואו צו סטיקן און וואו צו סקיפן, אבער מ'קען עס זיכער מאכן ארבעטן. פארדעם בין איך טאקע זייער נייגעריג וויאזוי דער אינגערמאן קאלומניסט וועט עס אראפלייגן
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ניקישי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 4:11 pm

זייער שיין און קלאר ביידע זייטן
ישר כח
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

@ניקישי פיין געזאגט!
אוועטאר
עף בי איי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 27, 2009 8:48 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עף בי איי »

כ'לייג דא ארויף א פיינעם אויפטריט פון דעיוו רעמזי...

https://drive.google.com/file/d/1Z2TzFU ... sp=sharing

ער אדרעסירט אויך די ליעסן vs קויפן א קאר וכו'
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

עף בי איי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:51 pm

איך האב עס אויסגעהערט און הנאה געהאט. שכח
(מ'דארף ארויסשניידן די רעליגיעזע שטיקלעך)
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

זייער שטארק, 82% מיליאנערן צאלן זייער קאר מיט קעש, 71% מיליאנערן האבן נישט ארויסגענומען קיין סטודענטן לאון.. מען דארף ממש זיין א אנזעצער צו טון פארקערט ווי זיי (דעיוו רעמזי).

איין שאלה ביטע, וויפיל פראצענט מיליאנערן זענען פון ארימע משפחות וואס זייער טאטע דארף ארויסנעמען א לאון פאר די זאכן, און וויפיל פראצענט זענען די עלטערן אויך מיליאנערן?
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

לאנטש טיים האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 5:16 pm
זייער שטארק, 82% מיליאנערן צאלן זייער קאר מיט קעש, 71% מיליאנערן האבן נישט ארויסגענומען קיין סטודענטן לאון.. מען דארף ממש זיין א אנזעצער צו טון פארקערט ווי זיי (דעיוו רעמזי).

איין שאלה ביטע, וויפיל פראצענט מיליאנערן זענען פון ארימע משפחות וואס זייער טאטע דארף ארויסנעמען א לאון פאר די זאכן, און וויפיל פראצענט זענען די עלטערן אויך מיליאנערן?
דעיוו רעמזי זאגט אז נאר דריי פראצענט
עיין כאן
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

אויב זענען די קרעדיטערס אזוי שלעכט און פייקא איז נישט א גוטע זאך, דעמאלטס פארוואס אפצאלען די קרעדיט קארדס? פארוואס נישט אנזעצען וואס מער?
פליז נאר ערענסטע ענטפערס, ייש"כ!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
mastar man
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 07, 2018 3:42 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mastar man »

אפצאלען די חובות איז א וועג צי נעמען אחריות אין אונערשיפ אויף דיין פינאנצעל לעבן. אין פאקטען האבן געוויזען אז מענטשען וואס האבן אנגעזעצט אין געסיינט בענקראפסי נישט צי דארפן באצאלען האבן עס איבער געטיהן נאכאמאל אין נאכאמאל… ווייל די מוח ווערט געטרענט אז סאיז דא א וועג ארויס מה שאין כן ווען מפארבירט צי נעמען אחריות אין יא באצאלען ווערט עס ווי מריפט עס א Never Again Moment אין מען זעהט זיך ארויס דערפין.
ראשעשיווע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

בעל דמיון האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 2:36 pm
אויב זענען די קרעדיטערס אזוי שלעכט און פייקא איז נישט א גוטע זאך, דעמאלטס פארוואס אפצאלען די קרעדיט קארדס? פארוואס נישט אנזעצען וואס מער?
פליז נאר ערענסטע ענטפערס, ייש"כ!
נישט אויסגעהאלטן לעגאל און מאראליש.

אויך נישט תורה'דיג...
דרימליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 4:30 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרימליינער »

און די וועג וואס ער לערנט אויס וויאזוי צו באקומען א מארגעטש ארבעט נאר אויב מ'האט נישט קיין שום קרעדיט סקאר, משא"כ א אנגעזעצטע קרעדיט
ווייז פרייזן, וועסטו לייזן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בעל דמיון האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 2:36 pm
אויב זענען די קרעדיטערס אזוי שלעכט און פייקא איז נישט א גוטע זאך, דעמאלטס פארוואס אפצאלען די קרעדיט קארדס? פארוואס נישט אנזעצען וואס מער?
פליז נאר ערענסטע ענטפערס, ייש"כ!
פארוואס נישט פשוט גיין בארויבן א באנק?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5652
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בעל דמיון האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 2:36 pm
אויב זענען די קרעדיטערס אזוי שלעכט און פייקא איז נישט א גוטע זאך, דעמאלטס פארוואס אפצאלען די קרעדיט קארדס? פארוואס נישט אנזעצען וואס מער?
פליז נאר ערענסטע ענטפערס, ייש"כ!
די פרעגסט אן אומערענסטער שאלה און די ווילסט בלויז ערנסטע ענטפערס... בלויז מיטן ענטפערן איז מען שוין נישט ערענסט.

אויף די 1% טשאנס אז די ביסט יא ערענסט, וועל איך דיר ענטפערן, לויט רעמזי איז בארגן מיטן חשבון צו באצאלן א פראבלעם, ווייל עס קען קומען צו בארגן אן באצאלן. זאגסטו אז וואס? בארג און באצאל נישט?

אויב נודר ומשלם איז א שלעכטע זאך, איז די לעזונג נודר ואינו משלם?
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

דרימליינער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 11:03 pm
און די וועג וואס ער לערנט אויס וויאזוי צו באקומען א מארגעטש ארבעט נאר אויב מ'האט נישט קיין שום קרעדיט סקאר, משא"כ א אנגעזעצטע קרעדיט
וואס איז די וועג?
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
דרימליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 4:30 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרימליינער »

ניקישי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 8:39 pm
דרימליינער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 11:03 pm
און די וועג וואס ער לערנט אויס וויאזוי צו באקומען א מארגעטש ארבעט נאר אויב מ'האט נישט קיין שום קרעדיט סקאר, משא"כ א אנגעזעצטע קרעדיט
וואס איז די וועג?
א No FICO מארטגעזש, רוב בענק האבן אזעלכע לאונס אבער רוב היימישע בראקערס האבן נישט קיין עקספיריענס ווייל ס'איז כמעט נישט דא קיין פארלאנג
ווייז פרייזן, וועסטו לייזן!
פעינטער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:49 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעינטער »

הכל לטובה!!
אוועטאר
talmid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:55 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך talmid »

עף בי איי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:51 pm
כ'לייג דא ארויף א פיינעם אויפטריט פון דעיוו רעמזי...

https://drive.google.com/file/d/1Z2TzFU ... sp=sharing

ער אדרעסירט אויך די ליעסן vs קויפן א קאר וכו'
מקען איבער לייגן?
אביגעזונט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:35 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביגעזונט »

talmid האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 3:11 pm
עף בי איי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:51 pm
כ'לייג דא ארויף א פיינעם אויפטריט פון דעיוו רעמזי...

https://drive.google.com/file/d/1Z2TzFU ... sp=sharing

ער אדרעסירט אויך די ליעסן vs קויפן א קאר וכו'
מקען איבער לייגן?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=5363222#p5363222
אוועטאר
talmid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:55 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך talmid »

אביגעזונט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 1:28 pm
talmid האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 3:11 pm
עף בי איי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:51 pm
כ'לייג דא ארויף א פיינעם אויפטריט פון דעיוו רעמזי...

https://drive.google.com/file/d/1Z2TzFU ... sp=sharing

ער אדרעסירט אויך די ליעסן vs קויפן א קאר וכו'
מקען איבער לייגן?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=5363222#p5363222
סאיז נישט דעיס, ינעץ איז געווען א שוי פון דעיוו
אוועטאר
עף בי איי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 27, 2009 8:48 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עף בי איי »

talmid האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 1:47 pm
אביגעזונט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 1:28 pm
talmid האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 3:11 pm
עף בי איי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:51 pm
כ'לייג דא ארויף א פיינעם אויפטריט פון דעיוו רעמזי...

https://drive.google.com/file/d/1Z2TzFU ... sp=sharing

ער אדרעסירט אויך די ליעסן vs קויפן א קאר וכו'
מקען איבער לייגן?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=5363222#p5363222
סאיז נישט דעיס, ינעץ איז געווען א שוי פון דעיוו
ס'איז פארשוואונדן געווארן פון מיין גוגעל דרייוו, כ'האב נישט קיין קאפי דערפון

אויב איינער דא האט עס נאך זאל טוהן א מצווה און אהערברענגן

שכח
אוועטאר
מוצלח
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:38 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוצלח »

מרנן ורבנן האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 3:14 pm
ראשעשיווע האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:54 pm
איינער פארציילט מיר פון זיין שותף אין ביזנעס וועלכע לעבט מיט רעמזי'ס מהלך, יענער האט נארוואס פארענדיגט אפצאלן זיין הויז, ער וואוינט אין קרית יואל, און זיין חודש קאסט אים א קנאפע 5 - 7 טויזענט דאלאר.

עד כאן המעשה, איך ווייס נישט וויפיל יענער האט און פארדינט יעצט, אבער די געדאנק מאכט פרייליך. דאס איבריגע געלט פונעם חודש, נוצט מען פאר צדקות און אינוועסטירונגען פאר די צוקונפט...
ב"ה, איך לעב אויף דער מהלך און איך האלט נישט צו ווייט פון דעם דא אין ב"פ.
איך האב הנאה אז עס זענען דא אידן וואס האבן מצליח געווען מיט זיין מהלך?

בין איך אבער נייגעריג.
ביז וואו ביסטו געגאנגען מיט זיין מהלך? רעטייערמענט אויך? וואס איז מיט חתונה מאכן וואס קומט פארדעם?
Be positive
אוועטאר
עף בי איי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 27, 2009 8:48 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עף בי איי »

מוצלח האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 11:46 am
מרנן ורבנן האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 3:14 pm
ראשעשיווע האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:54 pm
איינער פארציילט מיר פון זיין שותף אין ביזנעס וועלכע לעבט מיט רעמזי'ס מהלך, יענער האט נארוואס פארענדיגט אפצאלן זיין הויז, ער וואוינט אין קרית יואל, און זיין חודש קאסט אים א קנאפע 5 - 7 טויזענט דאלאר.

עד כאן המעשה, איך ווייס נישט וויפיל יענער האט און פארדינט יעצט, אבער די געדאנק מאכט פרייליך. דאס איבריגע געלט פונעם חודש, נוצט מען פאר צדקות און אינוועסטירונגען פאר די צוקונפט...
ב"ה, איך לעב אויף דער מהלך און איך האלט נישט צו ווייט פון דעם דא אין ב"פ.
איך האב הנאה אז עס זענען דא אידן וואס האבן מצליח געווען מיט זיין מהלך?

בין איך אבער נייגעריג.
ביז וואו ביסטו געגאנגען מיט זיין מהלך? רעטייערמענט אויך? וואס איז מיט חתונה מאכן וואס קומט פארדעם?
זיין מהלך נעמט אריין א סטודענט לאון וואס איז נישט נוגע פאר אונז אידן, אונז קענען עס נוצן פאר חתונה מאכן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”