US Mobile
צום ערשט, יו עס מאביל איז אינטער די ווערייזען 4G נעטווארק, עס איז קלאר און שנעל פונקט ווי ווערייזען דירעקט, צווייטנס, וזה העיקר: עס ארבעט אויף אלע ווערייזען טעלעפאון'ען מיט סים קארד'ס, אפי' געלאקט צו פרי פעיד, א שטייגער ווי די געלאקטע KYOCERA CADENCE (וואס איז לעת עתה דא פאר בלויז 30$ אויף איבעי, אויב טרעפט איר נישט דאן ווארט אפאר טאג ביז עס ווערט נאכאמאל אוועילעבל אפאר שטיק)
צום אלעם ערשטן ברויך מען ארדערן א סים קארד, עס קאסט 4$ אבער מיט א קאוד וואס זיי געבן ביים בעטן אין טשעט איז עס אומזיסט, ווי אויך ביי דיפאולט איז אנגעשטעלט שנעלע שיפינג פאר 2$, מען קען עס טוישן פאר אומזיסטע שיפינג.
ווי נאר מען האט די סים, קען מען נאכאמאל גיין צו זייער סייט צו ADD A LINE אין מען קליקט אויף רעדי טו עקטיוועיט, מען דארף אריינלייגן א IMEI/MEID, טעכניש קען מען נישט אריינלייגן די נומערן פון א געלאקטע פריפעיד פאון ווייל זיי וועלן עס נישט עקסעפטן, מען מוז געבן די נומערן פון א נישט פריפעיד ווערייזען פאון, ווי אויך בשעת'ן געבן די נומערן טאר די פאון נישט זיין אקטעוויזירט מיט א נומער, עס צו דעאקטיוויזירן ברויך מען ס"ה ארויס נעמען די יעצטיגע סים און עס אריין לייגן אין א צווייטע פאון און אנצינדן אז די צווייטע פאון זאלווערן אקטיוויזירט מיט דעם סים איז די ערשטע דעווייס געווארן דעאקטיוויזירט גרייט צו ניצן די MEID (אויב קענט איר דאס נישט מאכן, ביטע קומען אין אישי)