"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
עס האט אין דער קורצער צייט שוין אוועקגעלייגט 3 מענטשן אויף טויט, און קראנק געמאכט איבער 200 כינעזער בירגער.
ווען דער ווירוס איז צום ערשט אויפגעגאנגען אין די כינעזער שטאט 'וואוהאן', אום דעצעמבער 31, זענען רוב פעלער צוגעבונדן געווארן צו א "סי-פוד מארקעט” וואס פארקויפט לעבעדיגע רינדער און פליישן פון עקזאטישע חיות. דעמאלטס האבן די כינעזער געמיינט אז דער וויירוס קען אריבערגיין נאר פון 'חיות' צו מענטשן. אבער אינצווישן זענען צוויי מענטשן אינפעקטירט געווארן, כאטש זיי וואוינען הונדערטער מייל פון וואו עס האט זיך אנגעפאנגען. דאס ווייזט אז עס קען זיך איבערטראגן אויך פון מענטש צו מענטש.
יעדן טאג קומען צו פעלער אין בעיזשינג, שאנכאי און אין שענזהען, ערטער הונדערטער מייל אוועק פון וואוהאן. פעלער ווערן שוין אויך באריכטעט אין יאפּאן, דרום קארעא און טאילאנד. אלס רעזולטאט האט די וועלט געזונטהייטס ארגאניזאציע נעכטן געמאלדן, אז עס גייט האבן אן עמוירדזשענסי זיצונג מיטוואך יאנואר 22 צו ווארענען די וועלט איבער א געזונטהייטס עמוירדזשענסי, בפרט אז מיליאנען כינעזער פּלאנען ארומצורייזן גלאבאל די וואך אין די צייט פון זייער ניי-יאר חגא.
דעילי איד