ערענסטע פארשריט ביים מקוה מפוארה בבית המדרש באבוב 45 יוניאן, נאכן ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן מען האפט אז די מקוה וועט זיין גרייט לקראת די הייליגע טעג הבאים לקראתנו בס"ד.
מיט גרויס פרייד נעמען אויף חסידי באבוב-45 אלוועלטליך בכלל און די פילע תושבים אינעם נייעם חרדישן ישוב אין יוניאן ניו דזערסי בפרט די גינסטיגע נייעס אז היינט מיטוואך האט הרה"צ ר' חיים ברוך הלברשטאם שליט"א עלטסטע איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א זיך ענדגילטיג אריבערגעצויגען קיין יוניאן ניו דזערסי. הרה"צ ר' חיים ברוך שליט"א וועמען די רבי שליט"א האט געשטעלט צו שטיין לימין קדשו איבער אלע ענינים פון די שטאט יוניאן הן בגשמיות ווי ער שטייט צו הילף פאר יעדער יחיד פון די איינוואוינער אין שטאט און הן ברוחניות ווי ער שטייט בראש פון די קהלה, מוסדות התורה און אלע אנגעלעגענהייטען פון שטאט און אזוי אויך דינט ער אלץ די מורה צדק אינערהאלב די קהלה להורות את דבר השם זו הלכה, און האט זיך היינט גענצליך אריבערגעצויגן אין זיין נייע וואוינארט אין שטאט יוניאן ווי ער וועט פון דער נאנט משפיע זיין אויף די בני הקהלה לשמחת לב תושבי העיר.
מיט גרויס שמחה און עקסטאז האבן די פילע תושבים אינעם נייעם חרדישן ישוב אין יוניאן ניו דזערסי אויפגענומען די פריידיגע נייעס אז דער מייסד ונשיא העיר כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועט צום ערשטן מאל פראווענען א דערהויבענע שבת אין נייעם ישוב ברוב עם הדרת מלך.
אין די יעצטיגע טעג ווען כלל חסידי באבוב-45 גרייטן זיך צום גרויסן שמחה בחצר הקודש מיט די חתונה פון אן אייניקל ביים רבין בן לחתנו הרה"צ ר' חיים ברוך הלברשטאם שליט"א נעמט די שמחה ספיציעל ארום די פילע איינוואוינער אין שטאט יוניאן וואס ווי באקאנט האט די רבי שליט"א געשטעלט חתנו הגדול הרה"צ ר' חיים ברוך שליט"א צו שטיין לימין קדשו בהנהגת העיר און אלע פרטים ווי די מוסדות קהלה וכדו' און אויך צו פסקנען די שאלות און ארויסהעלפן פאר אלע בני העיר, און היינט איז געמאלדען געווארען מטעם בית כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אז די מנהיג העדה והעיר כ"ק די רבי שליט"א וועט לרגל די שבת אויפרוף די קומענדיגע שבת פרשת ויצא פראווענען אן ערשטמאליגע שבת ברוב עם אינעם שטאט וואס די רבי שליט"א האט אויפגעשטעלט מיט די אייגענע הענט בדמים תרתי משמע ווי די חסידים תושבי העיר וועלן האבן די זכיה זיך מיטצופרייען מיט די נאנט בשמחת בית רבם ומאורם. די שבת וואס אנטשפרעכט צו זיין מלא התרגשות והתעוררות מיוחד בלויז פאר די בני העיר ווי די רבי שליט"א וועט אריינבלאזן הויפענעס חיזוק בתורה ויראת שמים און די איינוואוינערס פון שטאט און אפרעכטן די הייליגע תפילות און לעכטיגע טישן אינעם נייעם פראכטפולען צענטראלען ביהמ"ד דחסידי באבוב-45 אין שטאט, און די אכסניא וועט זיין בבית חתנו הרה"צ ר' חיים ברוך שליט"א. ווייטערדיגע פרטים איבער דעם היסטארישען שבת וועלן נאכפאלגן.
ווייטערדיגע פארשריט ביי די בוי ארבעט פון די מקוה אין ביהמ״ד בפיקוח הרה״צ ר׳ חיים ברוך הלברשטאם שליט״א חדב״ן כ״ק אדמו״ר מבאבוב-45 שליט״א און הרה״ג ר׳ שלמה אברהם פאללמאן שליט״א סגן ראב״ד ברכת אשר ומרבני הקהלה