Re: קרית באבוב 45 - יוניאן ניו דזשערזי
די הערצער פון די פילע תושבים אין די נייע חסידישע ישוב אין שטאט יוניאן זענען איבערגעפילט מיט שמחה און התרגשות ווען זיי וועלן זוכה זיין אז אויף דער וואך שבת פרשת ויצא וועט זיין דער 'הנה מלכך יבא לך' ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועט צום ערשטן מאל פראווענען א גרויסע שבת אין יוניאן - די שטאט וואס רבינו שליט"א האט אויפגעשטעלט מיט די אייגענע הענט, לרגל די שבת אויפרוף פון החתן בן לחתנו הרה"צ ר' חיים ברוך הלברשטאם שליט"א און דער גאנצע שבת וועט זיין איין לאנגע קייט פון שמחה און קדושה ווען די חסידם וועלן זוכה זיין מיטצוהאלטן די הייליגע תפילות, לעכטיגע טישן און אזוי אויך די פייערליכע שמחת הפארשפיל וואס וועט פארקומען מוצ"ש בתופים ובמחולות ותודה וקול זמרה.
אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט פיבערהאפטיגע הכנות דורך די ספיציעלע וועד העסקנים וואס זענען אויפגענומען געווארען אנצופירן מיט די דערהויבענע שבת, ווי די עסקנים זענען טעטיג פארנומען צוצורישן אלע דעטאלען פונעם גרויסן שבת אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב.
מטעם די הנהלת הקהלה איז ארויסגעשטעלט געווארען א מודעה פאר כלל אנשי שלומינו אז די יעצטיגע שבת איז מיוחד פאר די תושבי העיר וואס וואוינען יעצט אין שטאט ווי רבינו שליט"א וועט אין זיי אריינבלאזן הויפענעס פון חיזוק והדרכה לרגל די פערזענליכע שמחה ביי די תושבי העיר, און עוד חזון למועד ווען רבינו שליט"א וועט פראווענען א גרויסע שבת אין שטאט במקהלות עם רב חסידים ואנשי מעשה פון אומעטום. אזוי אויך בעט די הנהלת הקהלה פון די פילע קרובי המשפחה און מקורבים וואס וועלן יא קומען צופארן אויף שבת אז מען זאל זעהן ווייטער אנצוהאלטן די גוטע און גאר נאנטע קשרים וואס די עסקני הישוב פארמאגן מיט אירע גוי'עשע שכנים און שטאטישע ערוועלטע באאמטע און נישט פאראורזאכן קיין עגמת נפש אדער חילול השם אויף קיין שום וועג.
די געטרייע וועד העסקנים האבן אפגעדינגען דעם גרויסן 'קענלי ווירטה' האטעל וואס געפונט זיך בלויז עטליכע מינוט צו וואקן פון בית מדרשינו אין שטאט ווי דארט וועט מען פלאצירן די קרובי המשפחות פון אלע צדדים און אזוי אויך עטליכע גרעסערע נדיבם בעם וואס האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע סכומים פאר די קהלה און מוסדות אין שטאט וואס וועלן מיטהאלטן דעם ספיציעלן שבת בצל הקודש. פרייטאג צונאכטס וועלן די קרובי המשפחה אינאיינעם מיט די נגידים אפרעכטן א דערהויבענע סעודת שבת בצוותא חדא אין שטוב פון הרה"צ ר' חיים ברוך שליט"א חדב"ן אין שפיץ פון די קינדער פון רבינו שליט"א.
אזוי אויך קומען פאר אין יעצטיגע טעג מאסיווע איינרישונגען אינעם אונטערשטען שטאק פונעם פרעכטיגן ביהמ"ד אין שטאט ווי עס ווערט גענצליך פארענדיגט די נייע גרויסע מקוה אין ביהמ"ד כלול בהדרו און אזוי אויך די אנדערע צימערן פונען שטאק וואס וועלן שוין שטיין גרייט צום באנוץ אויף דעם שב"ק פרשת ויצא לשמחת לב פון די פילע תושבי העיר און משתתפי השבת.