היסטאריע געאגראפיע און נאך פון די פופציג שטאטן

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

היסטאריע געאגראפיע און נאך פון די פופציג שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איך וויל אי''ה אנהייבן צו באשרייבן די פופציג שטאטן אין אמעריקע, די היסטאריע (אביסל), די געאגראפיע, וואס איז דארט דא אינטערעסאנט און נאך.
אויב דריי מענטשן וועלן זיך אנרופן אז עס איז זיי אינטערעסאנט וועל איך עס אי''ה אנהייבן.
און פארשטייט זיך יעדער קען און זאל צולייגן זייערע ידיעות און הערות.
וה' יצליח דרכינו.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

פאר מיר קוקט דאס אויס צו זיין זייער אינטערעסאנט.

שכוח @טוב ה'!

1#
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
שוין
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2018 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוין »

זייער אינטערסאנט פאר מיר. קענט וועיט.
#2
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

3
...
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע:אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

אויף דעם ווארט איך
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פארן מיר מודיע זיין אז מען ווארט דערויף, איך האף עס וועט זיין וואס צו ערווארטן...
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ קענזעס ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

וועלן מיר אנהייבן מיט די ווייטע אומבאקאנטע שטאט קענזעס.

קענזעס געפינט זיך פונקט אין צענטער פון אמעריקע.
עס איז די פופצן גרעסטע אין שטח. די הויפט שטאט איז טופיקא.
עס איז זייער א רעפובליקאנער שטאט מיט שטרענגע געזעצן. און עס האט געוועלט פאר טראמפ.

די נענטסטע טייל דערפון צו ניו יארק (מאנסי), איז אכצן שעה אוועק, און די ווייטסטע פונקט איז 25 שעה אוועק (אזוי וועל איך רעכענען ביי יעדע שטאט אי''ה, אזוי קען מען וויסן וואו ווייט מיר זענען דערפון, און בערך ווי גרויס די שטאט איז לויט וויפיל שעה מען קען פארן פון איין זייט צום צווייטן, ווי למשל דא אין קענזעס קען מען פארן זיבן שעה אין די שטאט).

קענזעס איז געווארן אפגעקויפט פון פראנקרייך אינאיינעם מיט רוב צענטער אמעריקע, פאר א פרייז פון א פערטל ביליאן דאללער אין היינטיגע געלטער. דער דיעל ווערט גערופן די 'לואזיאנער אפקויף'. דאס איז פארגעקומען אין יאר תקס''ג און דאן איז אמעריקע געווארן כמעט געדאפעלט אין שטח.

קענזעס געפינט זיך אין די צענטראלע פלאכן פון אמעריקע וואס שפרייט זיך אויס איבער מערערע שטאטן. די העכסטע ארט איז כמעט פיר טויזענט פיס, אבער בדרך כלל איז עס נידריג און אזוי כוואליעדיג.
זייער עיקר עקאנאמיע באשטייט אויף די פלאנצונגען וואס פלאנצט זיך גאר גוט אין די ארומיגע פלאכענישן, בפרט געט עס ארויס גאר אסאך ווייץ. ווי אויך פון אויפציען בהמות וואס דאס ארט איז אויך שטארק געאייגענט דערפאר.
אויך געבן זיי ארויס אסאך אויל און גאז, די אכטע מערסטע אין אמעריקע.
די וועטער דארט איז א הייסע אין די זומער און קאלטע אין די ווינטער.

עס וואוינען דארט א נישטיגע דריי מיליאן מענטשן. און אסאך פארלאזן דאס ארט, זיך ציענדיג צו מער מוצלח'דיגע שטאטן.
בכלל איז נישט דא צופיל וואס צו טון און וואס צו רעדן ארום דעם שטאט, עס פארמאגט כמעט גארנישט ספעציעל און האט גארנישט אינטערעסאנט צו פארקויפן.
די צורה פון דער שטאט איז גראדע יא גאנץ אינטערעסאנט, זייענדיג גאר שטארק פיר עקיג. טאקע צוליב די פלאכע ערד וואס מאכט אז עס דארף זיך נישט דרייען די גרעניצן צופיל.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ וויסקאנסין ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

וויסקאנסין איז א גרויסע שטאט וואס געפינט זיך הויעך צפון ארויף, נעבן די פינף לעיקס.
די הויפט שטאט איז מעדיסאן.
אין דעם ריזיגן שטאט וואוינען נישט מער ווי זעקס מיליאן מענטשן.
איינס פון די חידושים פון דער שטאט איז דאס אז צוויי און פערציג פון די באפעלקערונג זענען דייטשע אפשטאמיגע, דאס איז די מערסטע פון יעדע שטאט.

ויסקאנסין פארמאגט גאר שיינע בערג, און 46 פראצענט פונעם שטאט איז באוואקסן מיט הערליכע וועלדער, און עס האט גאר אסאך וואסערן און לעיקס, די פערט מערסטע אין לאנד.
דאס אלעס ציט צו זיך אסאך טוריסטן וואס איז טאקע א גרויס טייל פון די ארטיגע עקאנאמיע.
אין די ווינטער איז דארט זייער קאלט (קענסט שוין צוריקציען פון דיינע פרישע פלענער זיך מארגן ארויסצולאזן אהין, הערנדיג איבער די שיינע בערג און וועלדער...), אין די צפון טייל מאכט זיך אפט פערציג אינטערן נול!! ברררר... כא כא כא... בררר...
רוב מענטשן וואוינען ביי די ברעגעס פון די לעיקס. דארט געפינט זיך די גרעסטע שטאט אין וויסקאנסין 'מילוואקי', וואס איז באקאנט פאר אונז אידן צוליב די אדמורי''ם וואס האבן דארט געוואוינט און וואוינען דארט נאך אלץ.

בדרך כלל איז וויסקאנסין פאר די לעצטע לאנגע יארן געווען א דעמאקראטישע שטאט לגבי די פרעזידענטליכע וואלן, אבער יעצט ביי די 2016 וואלן האבן זיי אין א זעלטענע שריט געשטימט פאר טראמפ, און מיט דעם אים אייגענטליך געגעבן די פרעזידענטשאפט. אז דער אייבערשטער וויל שיסט א בעזעם...

וויסקאנסין ווערט גערופן די 'מילכיגע שטאט'. זיי פראדעצירן אסאך מילכיגע פראדוקטן, און זענען שטארק בארימט דערמיט.
זיי פראדעצירן די מערסטע טשיס אין אמעריקע, צוויי א האלב ביליאן פונט א יאר, און האבן גאר א גוטע קוואליטעט פון אייזקרים און שווייצארישע טשיס. מיר מאכט עס נישט אויס, איך וועל סייווי ווייטער עסן מהדרין פיטער און קליינ'ס אייזקרים נישט קיין חילוק ווי זיי מאכן עס...
אויך זענען זיי באקאנט מיט זייערע בירן ברענערייען. די 'מיללער' ביר קאמפעני געפינט זיך דארט.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

דאס איז נאר די אנהייב אלץ א סעמפל, אי''ה ווייטער וועט מען זיך מער פארברייטערן און מער רעדן פון היימישע שטאטן.
פארקלאצט
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארקלאצט »

זייער אינטערסאנט
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

ציענד
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

א דאנק פאר די נושא, בוקמארקד.

טוב ה' לכל האט געשריבן: די צורה פון דער שטאט איז גראדע יא גאנץ אינטערעסאנט, זייענדיג גאר שטארק פיר עקיג. טאקע צוליב די פלאכע ערד וואס מאכט אז עס דארף זיך נישט דרייען די גרעניצן צופיל.

אלע שטאטן וואס זענען נאך די מיסיסיפי ריווער, האבן בדרך כלל מער גלייכערע גרעניצן, ווייל דעמאלטס איז שוין געווען שטארק פארשפרייט די נייע סיסטעם וויאזוי צו מעסטן קרקע. (Public Land Survey System).

קענסעס האט ביים מזרח צפון ווינקעל די מיזורי טייך, וואס מאכט עס אביסל קרום. איך מיין עס איז דא שטאטן וואס זענען אינגאנצען פיר עקיג.

דארט ביים ווינקעל געפינט זיך אויך די שטאט קענסעס סיטי קענסעס, וואס גרעניצט זיך מיט די מער פאפולערע קענסעס סיטי מיזורי.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

א דאנק.



גערעכט @רואיג די פיר שכינותדיגע שטאטן אריזאנע, יוטא, קאלאראדא און נוי מעקסיקא זענען אלע פיר עקעדיג, ס'דא א פארק וואו די פיר שטאטן גרעניצן זיך איינס מיטן אנדערע.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אויף דעם האב איך געווארט. טענקס טוב,
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח הרב בילדער, שאהן העניטי, רואיג און פארקלאצט - וואס טוט זיך, פארן מיר באדאנקן. און אוך פאר די הוספות.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע:מחנה ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

נישט דא קיין ווערטער הרב טוב..... כה לחי!! אויב איינער קען צוברענגען א מאפע פון די 50 שטאטען וואלט זייער גוט געווען, יישר כח למפרע
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

א ריזיגע יישר כח איך ווארט שוין לאנג אויף אזא ארבעט
אגב איך האב ליב צי האבן א מאפע פארנט פון מיר און אז אזא פאל האבעך עס אהערגעלייגט זאלן אנדערע אויך הנאה האבן
אז איינער האט א בעסערע זאלער ליגן - דיזע קומט פון וויקיפידיע
אטעטשמענטס
1920px-Map_of_USA_with_state_names_2.svg.png
1920px-Map_of_USA_with_state_names_2.svg.png (460.4 KiB) געזען 3225 מאל
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ ווערמאנט ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

ווערמאנט איז פון די איינציגסטע שטעט אין אמעריקע וואס זענען געווען א לאנד פאר זיך, בעפארן אריינקומען אינעם פאראייניגטע שטאטן.
די הויפט שטאט פון ווערמאנט איז מונטפלייער.
עס איז פון די קלענסטע שטאטן אין שטח, פינף פאר די קלענסטע.
ווי אויך אין איינוואוינער פארמאגן זיי א נישטיגע זעקס הונדערט טויזענט. אין די גרעסטע שטאט 'בערלינגטאן' וואוינען נישט מער ווי 42 טויזענט מענטשן. און די הויפט שטאט מונטפלייער פארמאגט א נישטיגע אכט טויזענט מענטשן... דאס איז די קלענסטע הויפט שטאט אין אמעריקע.

ווערמאנט איז גאר שטארק באקאנט מיט אירע הערליכע פרעכטיגע גרינע בערג אין מערב פונעם שטאט, וואס א טייל פון אונזערע ליינער האבן שוין זיכער באזוכט דארט. אייגענטליך, די נאמען ווערמאנט שטאמט פון די פראנצויזישע ווארט פאר גרינע בערג, וואס ווערמאנט האט צום ערשט געהערט פאר פראנקרייך.
די עיקר שיינקייט איז נישט דוקא די הייעך פון די בערג, די העכסטע שפיץ איז גראדע נישט עפעס ספעציעל הויעך, נישט מער ווי 1339 פיס.

ווערמאנט האט צום ערשט געהערט פאר פראנקרייך, דערנאך פאר ענגלאנד, און שפעטער איז עס געווארן פאר א קורצע צייט א אייגענע לאנד פאר זיך, פאר נישט מער ווי פערצן יאר, הארט נעבן די ניי געגרינדעטע 'פאראייניגעטע שטאטן'. עס איז געווען גאר א דעמאקראטישע ליבעראלע לאנד פאר יענע צייטן, ענדליך צו די היינטיגע אמעריקע.
אין יאר תקנ''ג זענען זיי געווארן א טייל פון ד'י פ'אראייניגטע ש'טאטן, וואס איז דעמאלטס באשטאנען פון די באקאנטע ערשטע דרייצן שטאטן מיט וואס דפ''ש האט זיך אנגעהויבן, און ווערמאנט איז געווען די ערשטע זיך אנצושליסן אין די פרישע יונגע ענערגישע לאנד, זעכצן יאר נאך איר גרינדונג אין יאר תקל''ו. ווערנדיג דערמיט די פערצענטסטע שטאט.
ווערמאנט איז געבליבן גאר א דעמאקראטישע שטאט, און איז געווען פון די גרעסטע פארטרעטער פאר די קנעכט באפרייאונג באוועגונג, און האט געשיקט צען פראצענט פון איר באפעלקערונג צו די בירגער קריג פאר די פרייהייט פון די קנעכט.
און ווי אלע ווייסן איז עס נאך ביז היינט געבליבן גאר א ליבעראלע שטאט אין אלע הינזיכטן. אונזער בערני סאנדערס, די ווערמאנט סענאטאר, לאזט אויך אסאך וויסן פאר די עולם איבער די סטעיט ווערמאנט און אירע ליבעראלע דיעות.
אין איין זאך איז ווערמאנט יא ווי די רעפובליקאנער, דאס איז אין די נושא פון געווער. זיי זענען זייער פרו געווער פרייהייט, און דאס איז צוליב דעם וואס רוב ארטיגע איינוואוינער וואוינען אין דערפער און סובארבס, וואס דארט איז זייער וויכטיג געווער.

ווערמאנט גרעניצט זיך מיט ניו העמפשיר פון רעכטס, וואס די גרעניץ אינצווישן איז א טייך. מיט קוויבעק קאנאדע אין צפון, מיט ניו יארק אין מזרח, און מעסעטשוטשעס אין דרום. ביי די גרעניץ מיט ניו יארק איז אויך רוב גרעניץ דורך א גאר גרויסע אזערע – לעיק, מיטן נאמען 'שעמפליין'.
ווי שוין דערמאנט איז ווערמאנט גאר א שיין באוואקסענע גרינע שטאט מיט הערליכע בערג וואס ציען זיך מער אין צענטער פונעם שטאט, א שיינעם טייל דערפון אין דרום ביי די גרעניץ מיט ניו יארק נישט ווייט פון אלבעני.
נאר אין מזרח, ביי די ברעג פון די שעמפליין טייך, דארט האבן זיי נידריגע פלאכע שטחים, רוב שטאט איז בערגיג.
די בערג זענען א טייל פון די אפלאטשען בערג, מיר וועלן באשרייבן אי''ה די בערג בקרוב, וואס איז וויכטיג צו וויסן פאר די אלע מזרח שטאטן, אריינגערעכנט ניו יארק.

ווערמאנט פארמאגט אסאך שיינע דערפלעך, טייל נאך פון די גרינדונג פון אמעריקע. אסאך טוריסטן קומען באזוכן די ארטיגע אלטע נאסטאלגישע דערפלעך.
ווי אויך איז ווערמאנט באקאנט מיט אירע גוטע סקי ערטער אין די ווינטער, צו ווי מען שטראמט פון איבעראל.
אויך איז עס באקאנט פאר אירע גאר באטעמ'טע 'מעפל סירופ' וואס זי פראדוצירט. פערציג פראצענט פון די אמעריקאנער מעיפל סירופ ווערט דא פראדוצירט.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

ד'אנקע פ'ארן ש'רייבן אזעלכע שיינע סחורה.
גאלדגרוב
שר האלפיים
תגובות: 2303
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm
לאקאציע:אפסטעיט ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

קיינמאל נישט געוואוסט אז ווערמאנט איז אמאל געווען א לאנד פאר זיך. וואס איך ווער נישט אלס געוואויר דא. הרב טוב ה' לכל! באשרייב אלע 50 סטעיטס און אויך די מקור פון די נעמען פון די שטאטן. און איך האף צו זעהן אלע 194 לענדער אויך באשריבן. שכח!
viewtopic.php?t=69291
מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10079
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיינע אינטערסאנטע ידעות, מיר ווארטן אויף נאך שטאטן
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

ש'כח טוב.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ דעלעווער ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

דעלעווער איז די ערשטע שטאט פון די פאראייניגטע שטאטן. דעריבער ווערט עס גערופן 'די ערשטע שטאט'.
דעלעווער הייסט נאך די דעלעווער טייך, און די דעלעווער טייך הייסט נאך א פריעדיגע ענגלישע מושל פון ווירזשיניע מיטן נאמען 'דע לע וואר'...
עס וואוינען דארט ווייניגער ווי א מיליאן מענטשן.
די נענטסטע פון מאנסי - ניו יארק אהין איז צוויי שעה און 25 מינוט, און די ווייטסטע איז פיר שעה און 12 מינוט. דאס הייסט אז די גאנצע שטאט נעמט אדורך צו פארן צוויי שעה...

דעלעווער איז צום ערשט באזעצט געווארן דורך האלאנדישע, שפעטער דורך שוועדישע וואס האבן עס אפילו גערופן אלץ די שוועדישע יישוב.
שפעטער האבן עס די ענגלישע איבערגענומען. צום ערשט איז עס געווען א טייל פון פענסילוועניע, דערנאך איז עס געווארן א שטאט פאר זיך.
אין יאר תקל''ב האט עס געגרינדעט די דפ''ש, ווען עס שליסן זיך אן נאך צוועלף שטאטן, און מיט דעם איז געבוירן געווארן די שטאלצע אמעריקע. ביז היינט זענען זיי גאר שטאלץ מיטן זיין די ערשטע שטאט פון דפ''ש.

דעלעווער ליגט אויפן אטלאנטיק אקעאן, און כמעט רוב שטאט איז נאנט צום ברעג. פון די מערב זייט גרעניצט ער זיך מיט מערילענד און פון צפון מיט פענסילוועניע, און אריבער די וואסער אויך מיט ניו זשירסי.
עס איז גאר גאר א קליינע שטאט, אייגענטליך די צווייט קלענסטע שטאט נאך ראוד איילענד.
רוב שטאט איז פלאך, אין צפון איז דא אביסל בערגלעך וואס גרייכט ביז בערך 400 פיס אין די הייעך ביים העכסטן פונקט (דאס איז בערך ווי די הייעך פון מאנסי).
דרום דעלעווער איז היבש ווארעמער ווי ניו יארק, און די ווינטער איז דארט פיל בעסער. אבער אין צפון איז שוין גאנץ ענליך צו אונזער וועטער.

דעלעווער איז זייער א ליבעראלע שטאט, און רוב יארן וועלן זיי פאר די דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט.
זשאו ביידען האט פארגעשטעלט דעלעווער פאר 36 יאר אין די סענאט. אלץ דעמאקראט, פארשטייט זיך...

אין דעלעווער געפינט זיך איינס פון די גרעסטע מיליטערישע עיר פארס באזעס. עס איז זייער אקטיוו און מען נוצט עס פאר אסאך צוועקן.
צופיל האט נישט דעלעווער וואס צו פארקויפן, אויסער אסאך וואסער ברעגעס, און שוין.
ווי אויך זענען זיי 'טעקס – פריי', וואס דאס ציט אסאך טוריסטן אהין עס צו ניצן. עס זענען פארהאן נאך פינף שטאטן וואס זענען אזוי (אריינגערעכנט אונזער שכינות'דיגע ניו העמפשיר). אפשר וועלן אנדערע קומען דא מער ארומרעדן איבער דעם קאנצעפט, און עס מסביר זיין מער באריכות, ווייל למעשה צאלט זיך עס אין אנדערע פארומען, אבער איך בין נישט באקאנט אין דעם נושא.

עס איז דא אן ערענסטע רעדע ביי אסאך היימישע אינגעלייט זיך אהין צו ציען. אזוי האב איך אמאל געליינט אויף די וועלטס באקאנטע אינטערנאציאנאלע ברייט - פארשפרייטע שטארק - אנגענומענע קראנטע פרעסטיזשפולע 'אייוועלט' וועב זייטל.... וואס עס איז געווארן דערפון ווייס איך נישט.
viewtopic.php?f=98&t=41356&p=2087077&hilit=%D7%93%D7%A2%D7%9C%D7%A2%D7%95%D7%95%D7%A2%D7%A8#p2087077
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

טוב ה' לכל האט געשריבן: דעלעווער איז די ערשטע שטאט פון די פאראייניגטע שטאטן. דעריבער ווערט עס גערופן 'די ערשטע שטאט'.

צופיל האט נישט דעלעווער וואס צו פארקויפן, אויסער אסאך וואסער ברעגעס, און שוין.
ווי אויך זענען זיי 'טעקס – פריי', וואס דאס ציט אסאך טוריסטן אהין עס צו ניצן. עס זענען פארהאן נאך פינף שטאטן וואס זענען אזוי (אריינגערעכנט אונזער שכינות'דיגע ניו העמפשיר). אפשר וועלן אנדערע קומען דא מער ארומרעדן איבער דעם קאנצעפט, און עס מסביר זיין מער באריכות, ווייל למעשה צאלט זיך עס אין אנדערע פארומען, אבער איך בין נישט באקאנט אין דעם נושא.

ווי אויך האבן זיי זייער גינסטיגע געזעצן - לגבי טעקסעס, פרייוועסי, פיילינג וכדו' - פאר קארפארעישאן'ס, וואס דעריבער טוען גאר אסאך קאמפאני'ס זיך אינקארפארעיטן אין דעלעווער.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

שכח זייער ציענדיג אריינגערוקט א האלבע בעג פרעצעלס נישט באמערקענדיג
זיי ממשיך
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”