די נאטראנס און פראטאנס זענען אינדערמיט פון די אטאם און די עלעקטראנס דרייען זיך ארום די אטאם (אזויווי די לבנה דרייט זיך ארום די וועלט)
סאיז דא 120 סארטן אטאמען. יעדע חומר איז צוזאמגעשטעלט מיט עטליכע פון די 120 אטאמען. וואס מאכט אז איין אטאם זאל זיין אנדערש פון אנדערע אטאמען אויב יעדע אטאם איז צוזאמגעשטעלט פון בלויז דריי זאכן נאטראנס פראטאנס און עלעקטראנס? די תירוץ איז אז אלעס ווענט זיך וויפיל פראטאנס די אטאם האט. אויב האט עס איין פראטאן וועט עס זיין איין סארט אטאם אויב האט עס צוויי פראטאנס וועט עס זיין א צווייטע סארט אטאם און אזוי ווייטער יעדע פון די 120 אטאמען האט א אנדערע נאמבער פראטאנס.
יעצט אז אונז ווייסען שוין פארוואס מיר דארפן די פראטאנס,דארף מען פארשטיין פארוואס מיר דארפן די עלעקטראנס? די עלעקטראנס זענען אזויווי די גלו וואס באהעפט איין אטאם מיטן צווייטען. ווי מ'וועט שפעטער זעהן. און צום לעצט פארוואס דארפן מיר די נאטראנס? אויף דעם איז די ענטפער אז אפילו די נאמבער פון נאטראנס טוישט נישט די אטאם אז ס'זאל ווערן א צווייטע סארט אטאם, וועט עס אבער מאכן אז ס'זאל זיין אפאר מינע פון די זעלבע סארט אטאם געוואנדען וויפיל נאטראנס די אטאם האט.
יעדע אטאם האט די זעלבע מאס פראטאנס און עלעקטראנס, פארוואס? ווייל די פראטאנס און עלעקטראנס האבן אין זיך צוויי פארקערטע כוחות וואס זיכען צו זיין באהאפטן איינער צום צווייטען, צוליב דעם וועט מען קיינמאל נישט זעהן אז ס'זאל זיין א פראטאן אליינס אן קיין עלעקטראן.אדער א עלעקטראן אן א פראטאן.
atom-diagram.png (14.61 KiB) געזען 3568 מאל
ווי אזוי הייסן די צוויי כוחות? די פראטאן כוח ווערט אנגערופען די פאזיטיוו כוח אדער די + סימבל, און די עלעקטראן כוח ווערט אנגערופען די נעגעטיוו כוח אדער די - סימבל. און וואס איז מיט די נאטראן? די נאטראן איז נעטראל ס'האט נישט קיין גרעסערע נעגעטיוו אדער פאזיטיוו כוח. צוליב דעם גייט עס נישט שלעפן צו זיך קיין עלעקטראנס אדער פראטאנס. יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס יעדע אטאם גייט האבן די זעלבע נאמבער פראטאנס און עלעקטראנס אבער נאטראנס קען ער יא האבן מער אדער ווייניגער.
יעצט לאמיר אריבער גיין און זעהן ווי אזוי די עלעקטראנס זענען אויסגעשטעלט אין די אטאם. ווי געזאגט פריער האט יעדע אטאם די זעלבע נאמבער עלעקטראנס ווי פראטאנס וויל זיי זענען צוויי כוחות וואס זיכן אייביג צו זיין באהאפטן איינער צום צווייטען.
בשעת ווען די עלעקטראנס דרייען זיך ארום די נוליעס (די מיטן פון די אטאם דארט ווי די פראטאנס און עלעקטראנס זענען )זענען זיי נישט אלע אויף די זעלבע פלאץ א חלק עלעקטראנס זענען נענטער צו די נוקליעס און א חלק זענען ווייטער. אזויווי די לבנה איז נענטער צו די וועלט און די זין איז ווייטער. דאס ווערט אנגערופען שעלס. די ערשטע שעל וואס איז די נאנטסטע צו די נוקליעס דארט וועט קיינמאל נישט זיין מער ווי צוויי עלעקטראנס, ביי די צווייטע שעל וואס איז שוין אביסעל ווייטער פון די נוקליעס ער וועט שוין האבן 8 עליקטראנס, די דריטע שעל וועט שוין האבן 18 עלעקטראנס.
די טשארט ווייזט וויפיל עלעקטרס ס'גייען אריין אין יעדע שעל.
לאמיר נעמען א משל, די OXYGEN אטאם ער האט 8 פראטאנס , פארשטייט זיך אליינס אז ער וועט האבן 8 עלעקטראנס . וועט ער לייגן 2 עלעקטראנס אין די ערשטע שעל און 6 עלעקטראנס אין די צווייטע שעל (קומט אויס אז זיין צווייטע שעל איז נאכנישט אנגעפילט וויל דארט קען אריינגיין 8 עלעקטראנס)
איידער אונז גייען ארויסהעלפן די OXYGEN עלעמענט מיט זיין פראבלעם לאמיר זיך באקענען מיט נאך צוויי עלעמענטס די ערשטע איז די sodium עלעמענט מיט די Na סימבל (יעדע עלעמענט האט א סימבל) די צווייטע איז די chlorine עלעמענט מיט די Cl סימבל.
ערשט לאמיר זעהן די sodium עלעמענט ער האט 11 עלעקטראנס
קומט אויס אז אין זיין דרויסענדיגע שעל האט ער איין עלעקטראן. ער וואלט זייער שטארק געקענט באשטיין פטור צו ווערן פון די איין עלעקטראן. ער קען דאך עס אבער נישט סתם אזוי אוועק ווארפן ווייל אויב ער וואפט עס אוועק גייט גייט ער האבן איין עלעקטראן ווייניגער פון זיינע פראטאנס און דאן גייט ער באקומען א פאזעטיוו טשארדזש. ווידער די chlorine עלעמענט ער האט א פארקערטע פראבלעם ער האט 17 עלעקטראנס.
קומט אויס אז זיין דרויסענדיגע שעל האט נאר 7 עלעקטראנס, ער וואלט גע'חלשט צו קענען האבן נאך איין עלעקטראן אנצופילען זיין דרויסענדיגע שעל. נו וואס טוט מען ? זאגט די sodium פאר די chlorine איך האב איין עלעקטראן וואס איך דארף נישט, און די נויטיגסט זיך אין איין עלעקטראן, נו לאמיר מאכן א שידוךאיך וועל דיך אוועק געבן מיין עלעקטראן אזוי וועלן אונז ביידע זיין צופרידן און שלום על ישראל. אומר ועושה אזוי טיען זיי.
מיט דעם האבן מיר צוזאמגעשטעלט די ערשטע מאלעקיול, די sodium chloride מאלעקיול, וואס די מאלעקיול ווערט זאלץ. יא די זאלץ וואס מיר עסן באשטייט פון מיליאנען sodium chlorid מאלעקיולס.