כעמיסטרי און אלעס ארום

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

זייער זייער שיין! אפילו איך האב שוין אסאך געליינט וועגן כעמיע, בין איך נישט אנגעקומען צו ליינען אלע דיטעילס איבער אלע עלעמענטען. יעצט אז דו לייגסט עס אזוי שיין אין טעלער איז עס ממש א געשמאק.

א דאנק!
מילא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילא »

טוב לב האט געשריבן:

ווידער די chlorine עלעמענט ער האט א פארקערטע פראבלעם ער האט 17 עלעקטראנס.

קומט אויס אז זיין דרויסענדיגע שעל האט נאר 7 עלעקטראנס, ער וואלט גע'חלשט צו קענען האבן נאך איין עלעקטראן אנצופילען זיין דרויסענדיגע שעל.

פארוואס פעלט איהם נאר איינס, ער האלט דאך שוין ביי די דריטע שעל, און דארט קען ער האלטן 18 עלעקטראנס, ממילא פעלט איהם 11 עלעקטראנס?
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

די פרעגסט גוט די ענטפער איז אז מ'דארף צולייגען א קנייטש ס'רופט זיך די אקטע רול, דהיינו ס'איז דא צוויי וועגן אז א אטאם זאל זיין צופרידען איינס אז זיין דרויסענדע שעל איז אנגעפילט , צוויי אויב ער האט אכט עלעקטראנס אין זיין דרויסענדע שעל דעמאלט איז ער אויך צופרידען כאטש זיין שעל איז נאכנישט אנגעפילט , צוליב דעם גייט די chlorine זיכען נאר איין עלעקטראן אין ער גייט זיין צופרידען כאטש זיין שעל איז נאכנישט אנגעפילט.

יעצט קוק אויפן פיריאדיג טעבל וועסטו זעהן אז נאך chlorine קומט (Argon (Ar ער האט 18 עלעקטראנס געב א קוק וועסטו זעהן אז ער איז אין די נאבעל געז קאלאם ער זיכט זיך נישט צו באהעפטן מיט קיינען ווייל ער האט אכט עלעקטראנס אין זיין דרויסענדע שעל אין ער איז צופרידען. איין עלעמענט נאכדעם איז Potassium (k) זיין אטאמיק נומבער איז 19 ס'איז אים גרינגער פטור צו ווערן פון די איין עלעקטראן ווי איידער צו גיין זיכען זיבן פרישע עלעקטראנס. (וועגן דעם איז ער אין די alkali matal קאלאם די קאלאם וואס די עלעמענטס זיכען אוועקציגעבן א איבריגע עלעקטראן און צו פארעמען א אייאניק באנד.)
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

(BORON (B

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

בילד
די עלעמענט Boron זיין אטאמיק נאמבער איז 5, פון Boron ווייסט מען שוין א לאנגע צייט ס'אבער נישט מעגליך געווען אים אפצוטיילן פון אנדערע עלעמענטס ביז אין יאר 1808 דעמאלט איז עס הערשט אפגעטיילט געווארען דורך א כעמיסט מיטן נאמען Louis-Lussac מ'האט עס א נאמען געגעבן Boron נאכן אראבישע ווארט buraq וואס מיינט ווייס .
ער איז אייביג באהאפטן מיט אנדערע עלעמענטס ער וועט זיין אדער א ברוינע פוידער אדער א קריסטאל.
וואס טוט מען מיט Boron ?
די פארב וואס מען ניצט פאר סערעמיק כלים מאכט מען פון Boron.
אין אסאך רייניגונג קעמיקאלן ליגט אריינגעלייגט boron, די קעמיקאל borax ווערט געמאכט פון Boron.
אין געוויסע סארטן גלאז ווערט ווערט אריינגעלייגט Boron .אזוי אויך פייבערגלעס מאכט מען פון Boron .
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע:Upstate

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

הרב טוב לב ישר כח!
איך האב נישט געוויסט אז דעיס אינטערסירט מיר ביז איך האמיר געטראפן יעדע פאר שעה צירוק דא צי ליינען ווייטער!
געוואלדיגע ארבעט זייער קלאר מיט א שפראך וואס יעדער קען פארשטיין די קאנסעפטס!
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
קוק וואס א קליינע מאסקיטא קען טוהן מיט דיר!
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

(CARBON (C

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

בילד
די עלעמענט Carbon איז גאר א וויכטיגע עלעמענט ער געפינט זיך אין יעדע לעבעדיגע זאך. סיי געוויקסן און סיי בעלי חיים האבן אין זיך Carbon א יעדע מענטש איז 18 פראצענט קארבאן. ווען א מענטש אטעמט ארויס איז עס Carbon dioxside (C02) וואס דאס איז א מאליקיול פון א קארבאן און צווי אקסעגין.

נאטורליך געפינט מען בעיקר צוויי סארט קארבאן איינס רופט זיך Graphite זיין קאליר איז שווארץ ער איז א ווייעכע סארט קארבאן. די צווייטע סארט קארבאן רופט זיך Dimond זיין קאליר איז דורך זיכטיג און ער איז גאר הארט די הארטסטע זאך וואס איז נאר דא. יעדע דיימאנט שטיין איז איין גרויסע שטיק קארבאן שטארק צוזאמען געפרעסט.
ווי טרעפט מען קארבאן?
קוילן וואס מ'ניצט צו הייצן באשטייט בעיקר פון קארבאן.די נאמען carbon נעמט זיך טאקע פון דארט ווייל אין לאטייניש רופט מען קוילן carbo.
פענסילס וואס מיר ניצען צו שרייבן איז אויך געמאכט פון Graphite קארבאן.
אלע סארטן פלעסטיג זענען געמאכט פון קארבאן.
נאפט און געזעלין באשטייט אויך בעיקר פון קארבן און טאקע צוליב דעם ברענט ער זייער גוט.
פארוואס ברענט געזעלין אדער קוילן ווייל דעמאלט געשעהט א קעמיקעל ריעקשאן צווישן די קארבאן פון די קוילן אין די אקסעגין פון די לופט און בשעת די קעמיקעל ריעקשאן גיבט די אטאם ארויס ענערגיע פון היץ און פייער. דורך אויס די קעמיקעל ריעקשאן שטעלן זיך צוזאם די קארבאן מיט די אקסיגען און ס'ווערט C02 און דאס גייט אריין אין די לופט. אסאך פארשער האלטן אז ווען די לופט ווערט אנגעפילט מיט קארבאן איז דאס גורם אז די אטמעספער זאל ווערן געדעכט וואס צוליב דעם גייט די ווארעמקייט פון די זון זיך האלטן לענגער דא אויף די וועלט וואס דאס איז גורם גלאבעל ווארעמינג.
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

אז דו דערמאנסט גלאבעל ווארעמינג:

נאטורלעך גייט די קארבען אין א רעדל, די צומח נעמט אריין קארבען פון די לופט, דער בעל חי עסט די צומח און לאזט צוריק די קארבען אין די לופט. קומט אויס אז אייביג איז געווען בערך די זעלבע פראצענט קארבען אין די אטמאספער, כאטש מען קען קלאר זען אז פלעצער ווי עס איז דא אסאך בעלי חיים געבן זיי ארויס גאר אסאך קארבען, קומט אלעס פון די צומח וואס האט עס גענומען פון די לופט. ס"ה בלייבט מען ביי די זעלבע נאמבער.

אבער היינטיגע צייטן אז מען גראבט ארויס אזויפיל קארבען (בעיקר אויל) פון טיף אונטער די ערד, וואס ליגט שוין דארט זייט ששת ימי בראשית, ווערט די פראצענט קארבען איו די אטמאספער העכער ווי ווען אומער.

ביז אהער איז פאקטן. דאס אז די העכערונג אין קארבען מאכט אז די וועלט זאל ווערן ווארעמער, איז א טעאריע וואס אסאך סייענטיסטן האלטן אז מען דארף חושש זיין דערויף.
מצה טאש
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

ישר כח הרב לב

די זאכן דא בין איך שוין באקאנט פון לאנג,
האב איך זיך לעצנס פראבירט אריינצולייגן אין quantum mechanics אבער איך טאפ א וואנט. קאן מיר ביטע איינער מסביר זיין entanglement און superposition אוואו איך בין צען יאר?

בעיקר וויל איך פארשטיין ווי אזוי quantum computing ארבעט.

Since you can't observe the superposition state, how can you use it in computing?
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

מצה טאש האט געשריבן: ישר כח הרב לב

די זאכן דא בין איך שוין באקאנט פון לאנג,
האב איך זיך לעצנס פראבירט אריינצולייגן אין quantum mechanics אבער איך טאפ א וואנט. קאן מיר ביטע איינער מסביר זיין entanglement און superposition אוואו איך בין צען יאר?

בעיקר וויל איך פארשטיין ווי אזוי quantum computing ארבעט.

Since you can't observe the superposition state, how can you use it in computing?

די אמת איז איך בין אויך נישט אויסגעקאכט אין די ענין הונדערט פראצענט.
איך וועל נאר זאגען ווי אזוי איך קוק או די זאך. ביי א געווענליכע חומר קענען אונז נישט פארשטיין אז די זעלבע זאך זאל זיין אין צוויי מקומות אין די זעלבע צייט אדער טון צוויי פעולות אין די זעלבע צייט אבער ווען ס'קומט צו quantum mechanics דארט זעהט מען יא אזא סארט זאך אז איין פארטיקל זאל זיין אין צוויי מקומות אין די זעלבע צייט. דאס ווערט אנגערופען superposition.
נארמאל איז די שנעלסטע וואס איין חומר קען קאמיוניקעיטן מיט א צווייטע חומר וואס איז אויף א צווייטע מקום וועט זיין די ספיד אף לייט שנעלער ווי דעם איז נישט מעגליך, אבער ווען ס'קומט צו quantum mechanics דארט זעהט מעו יא אז צוויי פארטיקלס זאלן קענען קאמיוניקעטן סיימאלטעניס דאס ווערט אנגערופען entanglement . די איידיעס וויל מען יעצט אריינברענגען אין קאמיוטערס די אויפטו וועט זיין אז אנדערש ווי ביז היינט וואס אפילו די קאמפיוטער ארבעט זייער שנעל קען ער נאר טוהן איין פונקציע אויף איין מאל ער קען נישט טון אין די זעלבע רגע צוויי זאכן און דאס נעמט צייט וויל מען אריינברענגען די איידיע פון quantum computing אז ער זאל יא קענען טון צווי פונקציעס אין די זעלבע רגע דאס וועט העלפן די קאמפיוטער ער זאל קענען אסאך שנעלער פראסעסן זאכן.

באמת פאדערט זיך א עקסטערע אשכול פאר דעם אבער ווי געזאגט איך בין נישט אויסגעקאכט אין דעם.

אזויווי טוב לב שרייבט, עס פאדערט זיך א באזונדערע שמועס דערפאר.

איך האב געטראכט ווען אונז וועלן ענדיגן איינס' תורת היחסות אשכול, וועל איך פראבירן צו גיין צו קוואנטום מעקעניקס. (יענע אשכול פארשטייסטו מצה טאש?)

דארפסט אויך געדענקען, נישט אלעס קען מען מסביר זיין פאר א 10 יעריג קינד. אויב וויל מען פארשטיין טיפערע זאכן דארף מען זיין גרייט מיט מער מח און מחשבה.
מצה טאש
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

רואיג! האט געשריבן:

Special Theory of Relativity האב איך גאנץ קלאר ארויס, כאטש נישט אלל דע וועי. General Theory of Relativity איז א מדרש פליאה.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מצה טאש האט געשריבן:
Special Theory of Relativity האב איך גאנץ קלאר ארויס, כאטש נישט אלל דע וועי. General Theory of Relativity איז א מדרש פליאה.

ביסטו מכובד אריינקומען אין רעלעטיוויטי אשכול אויסקלארן זאכן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: כעמיסטרי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

פיין, פארשטיי מיר שוין דעם מאלעקיול.

וואס איך פארשטיי נאך נישט דערווייל איז, וואס מאכט איין מאלעקיועל זיך קלעבן מיטן צווייטן מאלעקיול צו שאפן א גרויסע מאסע?
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע:Waukesha City, Waukesha County WI

Re: כעמיסטרי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

מחשב האט געשריבן: פיין, פארשטיי מיר שוין דעם מאלעקיול.

אן אטאם גלייכט צו האבן 8 עלעקטראנס (נישט ממש, ער ווייל א פולע שעל), אויב האט ער ווייניגער פון דעם וועט ער זוכן א צווייטען אטאם וואס האט אויך ווייניגער פון דעם, און וועט זיך צוטשעפען מיט איהם צו טיילן עלעקטראנס
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: כעמיסטרי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

Waukesha האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן: פיין, פארשטיי מיר שוין דעם מאלעקיול.

וואס איך פארשטיי נאך נישט דערווייל איז, וואס מאכט איין מאלעקיועל זיך קלעבן מיטן צווייטן מאלעקיול צו שאפן א גרויסע מאסע?

אן אטאם גלייכט צו האבן 8 עלעקטראנס (נישט ממש, ער ווייל א פולע שעל), אויב האט ער ווייניגער פון דעם וועט ער זוכן א צווייטען אטאם וואס האט אויך ווייניגער פון דעם, און וועט זיך צוטשעפען מיט איהם צו טיילן עלעקטראנס

נו דאס שאפט דאך בלויז איין מאלעקיועל, און דאס פארשטיי מיר דאך.

מיין פראגע איז אז איין מאלעקיועל איז דאך פיצל, א גרויסע מאסע געשעהט דאך ווען אסאך מאלעקיועלס באהעפטן זיך (ניין?), איז ווי אזוי געשעהט דאס? און פארוואס?
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע:Waukesha City, Waukesha County WI

Re: כעמיסטרי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

מחשב האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן: פיין, פארשטיי מיר שוין דעם מאלעקיול.

וואס איך פארשטיי נאך נישט דערווייל איז, וואס מאכט איין מאלעקיועל זיך קלעבן מיטן צווייטן מאלעקיול צו שאפן א גרויסע מאסע?

אן אטאם גלייכט צו האבן 8 עלעקטראנס (נישט ממש, ער ווייל א פולע שעל), אויב האט ער ווייניגער פון דעם וועט ער זוכן א צווייטען אטאם וואס האט אויך ווייניגער פון דעם, און וועט זיך צוטשעפען מיט איהם צו טיילן עלעקטראנס

נו דאס שאפט דאך בלויז איין מאלעקיועל, און דאס פארשטיי מיר דאך.

מיין פראגע איז אז איין מאלעקיועל איז דאך פיצל, א גרויסע מאסע געשעהט דאך ווען אסאך מאלעקיועלס באהעפטן זיך (ניין?), איז ווי אזוי געשעהט דאס? און פארוואס?

קודם כל תיקון טעות, אסאך אטאם גלייכט צו האבן 8 עלעקטראנס אין זיין אינדערויסענדיגע שעל, נישט פשוט 8 עלעקטראנס, צו ענטפערען דיין קשיא, לאמיר זאגן אז מען רעדט פון א קארבען אטאם, זי האט 4 עלעקטראנס אין די דערויסנדיגע שעל, זי באהעפט זיך צו א צווייטען קארבען אטאם, די צוויי טיילן צוויי עלעקטראנס, זענען זיי ביידע געבליבן מיט 2 ליידיגע, קענען זיי זיך באהעפטען צו נאך קארבען אטאמס, עס קען זיך צוזאמשטעלען צו א ריזיגע מאליקיועל.

אבער איך מיין די מיינסט צו פרעגען פארוואס מאליקיועלס האלטען זיך צוזאם, למשל וואסער, וואס איהר מאליקיועל באשטייט פון בלויז 3 אטאמס, די תירוץ פאר דעם איז היידרידזשין באנדס, וואסער מאליקיועלס האלטן זיך צוזאם דורך היידרידזשען באנדס, אנדערע מאליקיועלס קענען זיך צוזאמהאלטען מיט לאנדען דיספערשיען פארסעס, וואס איז א שוואכע סארט היידרידזשען באנד.
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3907
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

מילא האט געשריבן:

ווער קען ווייטער pdf'ען פון דא און ווייטער
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3907
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

טוב לב האט געשריבן: איידער מיר גייען ווייטער לאמיר זיך אביסעל באקענען מיט די אטאם.
קודם לאמיר זען ווי קליין איז די אטאם איז. אין איין ברעקל זאלץ גייט אריין אזוי סאך ווי זעקס קוואדריליאן אטאמס.
א מענטש וואס וועגט 150 פונט האט אין זיך אזוי פיל ווי 7,000,000,000,000,000,000,000,000,000 אטאמס. א מענטש טוישט זיך יעדעס יאר 98 פראצענט פון זיינע אטאמס. (איך האב היינט פארלוירען אפאר ביליאן אטאמס איינער ווייסט ווי ס'איז?)
יעדע אטאם איז 99.999 ליידיג פלאץ ווייל די נאטראנס און די פראטאנס נעמען אויף זייער ווייניג פלאץ און די עלעקטראנס זענען זייער ווייט רעלעטיוו.
דאס מיינט אז אויב זאלן מיר קענען צוזאם קוועטשן די וועלט קען די גאנצע וועלט ווערן אזוי קליין ווי א עפל. (אבער דעמאלט גייט די גראוועטי פון די וועלט ווערן אזוי שטארק אז די וועלט גייט ווערן א שווארצע לאך black hole)
די עלעקטראן איז זייער קליין, איין פראטאן איז 1,840 מאל גרעסער פון א עלעקטראן.
יעצט לאמיר זיך פארשטעלן וויפיל אטאמס ס'איז דא אין די גאנצע יוניוועס (די שאך געים האט מער מעגליכע וועגן צו שפילען מער פון אלע אטאמס פון די גאנצע יוניווערס .

דהיינו? ממש אזוי??
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6185
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: כעמיסטרי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זיך יעצט אנגעשטויסן אין די אשכול, זייער אינטערסאנט, דער פותח קען ווייטער ממשיך זיין.
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
פלויגענשטעקן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:11 pm

Re: כעמיסטרי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלויגענשטעקן »

הארזים האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 4:06 pm
זיך יעצט אנגעשטויסן אין די אשכול, זייער אינטערסאנט, דער פותח קען ווייטער ממשיך זיין.
גא"מ
אוועטאר
רוסקי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 7:10 pm
לאקאציע:אינדערהיים

Re: כעמיסטרי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסקי »

פלויגענשטעקן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 12:01 pm
הארזים האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 4:06 pm
זיך יעצט אנגעשטויסן אין די אשכול, זייער אינטערסאנט, דער פותח קען ווייטער ממשיך זיין.
גא"מ
גא''מ
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט נישט וועט זיין נאך בעסער...
ווער עס פרעגט צו איך טוה עס, האט נישט געפאלגט...

האסט נישט וואס צו טוען? טוה עס נישט דא...
בר כוזיבא האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:13 am
דער רוסקי זאגט פיין!
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”