שדכנים קאנווענשאן - שדכנים וועד - קרן השידוכים

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דאבעליו
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:00 pm

שדכנים קאנווענשאן - שדכנים וועד - קרן השידוכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאבעליו »

עטליכע גדולי עסקנים פונעם היימישן ציבור האבן זיך צאמגענומען צו טון עפעס בנוגע דעם שרעקליכן שידוכים קריזיס.

אלס ערשטע שריט ווערט אראנדזשירט א "שדכנים קאנווענשאן" פאר אלע היימישע שדכנים און שדכניות, עס וועט פארקומען זונטאג תרומה.

https://www.shadchunim.org/

דרייען זיך דא שדכנים? טאמער יא, קומט אריין מיט אייער מיינונג דערוועגן. איז טאקע דא א קריזיס? איז דאס דער לעזונג? וויאזוי באטראכט איר דער צוזאמקונפט?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

שדכנים קאנווענשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

היות קיינער האט נאכנישט דא גערעדט דערפון
גרייט זיך יעצט צו זיין ווי עדוורעטייזט א דורעכברוך אין עולם השדכנות , ווי ביי די קאנווענשען נעקסטע וואך גייט מען אויפשפילען א גאר סאסטאפיקערטע דעטא בעיס סיסטעם וואס זאל העלפן שדכנים
די פאריעקט איז לעילו נשמת הקדוש הבחור משה צבי דייטש הי"ד
און שטייט אינטער מערערע אנגעזענע עסקנים פון מערערע קהילות בישראל

https://www.shadchunim.org

איינער ווייסט מער אינפא זאל ביטע מיטיילען
Screenshot_20200215-230359_Adobe Acrobat.jpg
Screenshot_20200215-230359_Adobe Acrobat.jpg (723.95 KiB) געזען 3778 מאל
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג פעברואר 16, 2020 6:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

Screenshot_20200216-054852_Adobe Acrobat-494x742.jpg
Screenshot_20200216-054852_Adobe Acrobat-494x742.jpg (121.07 KiB) געזען 3565 מאל
20200216_060228.jpg
20200216_060228.jpg (62.96 KiB) געזען 3565 מאל
PhotoPictureResizer_200216_060515147_crop_1305x152.jpg
PhotoPictureResizer_200216_060515147_crop_1305x152.jpg (51.9 KiB) געזען 3565 מאל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9745
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איז דאס נאר פאר סאטמערע שדכנים?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ס'איז נישט די ערשטע מאל אזא זאך פאסירט. לשדך אינאיינעם מיט אנדערע שידוכים ארג'ס האבן שוין געמאכט אזעלכע קאנווענשאנס אין די לעצטע 2-3 יאר. איך בין געווען ביי איינס פון זיי, כ'מיין ס'געווען אין עטרת גאלדא.
טיכטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2084
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

איך וואונדער מיר פ״וו לשדך מאכט אויך א קאנוועשאן אין די זעלבע צייט... און ווי אויך פארשטיי איך נישט פ״וו ס׳קען נישט קיין איין געהעריגע ארגאנאזאציע וואס זאל העלפן מיט א גוטע דאטאבאס, אז די ערשטע פאר פראצענט פון די שדכנ׳ס קאפוויי זאל אנקומען עטוואס גרינגער.

נ.ב. איך שפיר ווי די אלע שידוכים ארגאנאזאציע׳ס זענען איין גרויסע באלאן פון FRAUD און בפרט אז דער אלטע ״בית נאמן - שידוך גבאי״ האט זיך עפעס אויך אויפגעוועקט די וואך, און באהאנגען די בתי מדרשים מיט א קול קורא פון פר׳ משפטים ס״ח
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

פון שידוך גבאי זאל מען שטיין ווייט, ער באראבעוועט מענטשען און טוט נישט גארנישט,
נאך איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: פון שידוך גבאי זאל מען שטיין ווייט, ער באראבעוועט מענטשען און טוט נישט גארנישט,

שידוך גבאי האט שוין היינט תלמידים, פריוואטע מענטשן וואס מאכן נאך זיין שווינדל, שוין ליידער געדילט מיט אזא איינער,

דעי היציגע קאמפאטישן וואס הערשט מאכט ווינדערן וואס איז די געלט מאשין אינטער דעם,
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

לויט די עדס פארט עס און א גוטע ריכטונג.

'לשדך', וויפיל איך האב מיטגעהאלטן טוט א געוואלדיגע ארבייט ענליכס צו וואס די קאנווענשן אדווערטייזט זיך, ביז איצט רוב ארגאנעזאציעס זענען געווען וויאזוי מ'קען אריינברענגן אלע שדכנים 'אונטער' זייער שירעם, לשדך ווידעראום טוט א פשוטע זאך וואס איך פארשטיי נישט וואו מ'איז געווען ביז היינט, פשוט צוזאמברענגן אלע שדכנים, ס'איז דא אזויפיל אינפארמאציע וואס קען ברענגן שידוכים בעז"ה בלויז פון זיך צונויפרעדן, זיי בעטן נישט קיין געלט פער שידוך און אנדערע זאכן וואס מאכן פארגיין די אפעטיט פון די שדכנים און עלטערן, די ארגאנעזאציע איז נאך פריש און ס'ווערט נאר בעסער און מער פראדאקטיוו.

איך האב שוין אויך געלאזט וויסן פאר לשדך אז א דאטא בעיס איז זייער א וויכטיגע זאך, און זיי האבן מיר געזאגט אז ס'איז אויף די ליסטע.

ווער שטייט אונטער די נייע ארגאנעזאציע, איז דאס אזוי ווי לשדך צו וואס זיך נישט צוזאמשטעלן?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

[attachment=0]Screenshot_20200220-015617_Samsung Internet-1079x1638.jpg[/attachment]
אטעטשמענטס
Screenshot_20200220-015617_Samsung Internet-1079x1638.jpg
Screenshot_20200220-015617_Samsung Internet-1079x1638.jpg (251.89 KiB) געזען 2923 מאל
אויס וועלט
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויס וועלט »

קען איינער ברענגען אפדעטס כהער סיז זייער געלונגען
נאך איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

איינער קען דעס קאנפערמען?
אטעטשמענטס
Screenshot_20200223-173553_Chrome.jpg
Screenshot_20200223-173553_Chrome.jpg (535.35 KiB) געזען 2700 מאל
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

חברה.. גיטס אכט אויף אייערע טעכטער.
די שדכנים גייען פרובירען זייער אגרעסיוו זיי ארויסשלעפן פון אייערע הענט.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9314
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

סארקאזי האט געשריבן: חברה.. גיטס אכט אויף אייערע טעכטער.
די שדכנים גייען פרובירען זייער אגרעסיוו זיי ארויסשלעפן פון אייערע הענט.

;l;p-
---
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

איך בין נישט דארט געווען.
אבער איך פארשטיי אז סאיז אן איינזייטיגע קריזיס ''פאר די בחורים'' אבער דער וואס ס'האט מיידלעך ווייסט אז מ'הערט נישט אויף אראפדרייען דעם קאפ פאר שידוכים.

1) סאיז דא ווייניג גיטע בחורים אויף די מארקעט און זייער אסאך גיטע מיידלעך.

2) די בחורים האבען אן עקספייערעישאן דעיט. כשהגיל עולה המחיר יורד.די מיידלעך נישט

די נקודה איז אין איין ווארט סאיז א ''ישיבה פראבלעם'' אונזער מוסדות שטעלן אהער בעסערע מיידלעך ווי בחורים.

וויפיל בחורים פאלען ארויס פונעם ישיבה סיסטעם למחצה לשליש ולרביע. און וויפיל מיידלעך?

אסאך בחורים אפילו גיטע בחורים קומען אן צום שידוך שברי כלים. אן קיין טראפ קאנפידענץ. אן קיין טראפ גרייטקייט. אנצוהייבען דעם לעבען. משא''כ די מיידלעך זענען מער רעדי,

און לאמיר שוין רעדן פון שידוכים וואס זענען יא געווארען ב''ה. איר ווייסט וויפיל גיטין ר''ל ס'קומען פאר ביים היימישען עולם. פון די זעלבע פראבלעם. די מיידל איז מער מויטשויר דער בחור וואס איז א מצויין אין די ישיבה. אבער ער ווייסט נישט וויאזוי צו נעמען די לייצעס אין די הענט.
פון די אנדערע זייט איז דא עלטערע בחורים וואס זענען באמת באזעצן קענען שוין העדלען א פרוי אבער קיינער קוקט נישט אויף זיי. ווייל זיי זענען שוין אויסגעשפילט פונעם מסגרת הישיבה וואס האט אן עקספייערעישאן דעיט.
מענטשען וואס האבען טעכטער האקען פשוט אראפ דעם טעלעפאן אויף שדכנים .
איז פונקטלעך וואס גייסטו דא פארעכטען.
איינשטעלן א מיליטער צו טערארעזירען די עלטערן איך וויל פשוט פארשטיין?
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

סארקאזי, דו ברענגסט גוט ארויס א וויכטיגע טעמע וואס אנבאלאנגט אונזער היימישע סאסייעטי אין אלגעמיין. אבער שדכנות פער סע און אירע שוועריקייטן און נסיונות איז א סאך טיפער און ברייטער. עס איז שוין העכסט צייט פאר א סופארט ארגעניזאציע פאר שדכנים און שדכנות.

עמיצער מיט פידבעק פון די אסיפה?
נאך איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

סארקאזי האט געשריבן: איך בין נישט דארט געווען.
אבער איך פארשטיי אז סאיז אן איינזייטיגע קריזיס ''פאר די בחורים'' אבער דער וואס ס'האט מיידלעך ווייסט אז מ'הערט נישט אויף אראפדרייען דעם קאפ פאר שידוכים.

1) סאיז דא ווייניג גיטע בחורים אויף די מארקעט און זייער אסאך גיטע מיידלעך.

2) די בחורים האבען אן עקספייערעישאן דעיט. כשהגיל עולה המחיר יורד.די מיידלעך נישט

די נקודה איז אין איין ווארט סאיז א ''ישיבה פראבלעם'' אונזער מוסדות שטעלן אהער בעסערע מיידלעך ווי בחורים.

וויפיל בחורים פאלען ארויס פונעם ישיבה סיסטעם למחצה לשליש ולרביע. און וויפיל מיידלעך?

אסאך בחורים אפילו גיטע בחורים קומען אן צום שידוך שברי כלים. אן קיין טראפ קאנפידענץ. אן קיין טראפ גרייטקייט. אנצוהייבען דעם לעבען. משא''כ די מיידלעך זענען מער רעדי,

און לאמיר שוין רעדן פון שידוכים וואס זענען יא געווארען ב''ה. איר ווייסט וויפיל גיטין ר''ל ס'קומען פאר ביים היימישען עולם. פון די זעלבע פראבלעם. די מיידל איז מער מויטשויר דער בחור וואס איז א מצויין אין די ישיבה. אבער ער ווייסט נישט וויאזוי צו נעמען די לייצעס אין די הענט.
פון די אנדערע זייט איז דא עלטערע בחורים וואס זענען באמת באזעצן קענען שוין העדלען א פרוי אבער קיינער קוקט נישט אויף זיי. ווייל זיי זענען שוין אויסגעשפילט פונעם מסגרת הישיבה וואס האט אן עקספייערעישאן דעיט.
מענטשען וואס האבען טעכטער האקען פשוט אראפ דעם טעלעפאן אויף שדכנים .
איז פונקטלעך וואס גייסטו דא פארעכטען.
איינשטעלן א מיליטער צו טערארעזירען די עלטערן איך וויל פשוט פארשטיין?

סאיז זייער אן אנגעווייטגטע פראבלעם, סנישט דא קיין געהעריגע סעלושען, סאיז פשוט דא מער בחורים ווי מיידלעך, די אלע ארגאניזאציעס קענען העלפן דא דארט אביסל, אבער נישט קיין סעלושען פאר די פראבלעם,

הלוואי ווען סקען ווען געשען אזוי 40 יאר צוריק מיט די ספרדישע מיידלעך,
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

נאך איינער האט געשריבן:

וואס איז געשען 40 יאר צוריק
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

All above true THAT SAID IT'S THE ONLY SOLUTION that can help, incentivizing people to look in the more difficult cases
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

If I had the extra money I would add a extra 1k for every year above 25 ...
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

סארקאזי האט געשריבן: איך בין נישט דארט געווען.
אבער איך פארשטיי אז סאיז אן איינזייטיגע קריזיס ''פאר די בחורים'' אבער דער וואס ס'האט מיידלעך ווייסט אז מ'הערט נישט אויף אראפדרייען דעם קאפ פאר שידוכים.

1) סאיז דא ווייניג גיטע בחורים אויף די מארקעט און זייער אסאך גיטע מיידלעך.

2) די בחורים האבען אן עקספייערעישאן דעיט. כשהגיל עולה המחיר יורד.די מיידלעך נישט

די נקודה איז אין איין ווארט סאיז א ''ישיבה פראבלעם'' אונזער מוסדות שטעלן אהער בעסערע מיידלעך ווי בחורים.

וויפיל בחורים פאלען ארויס פונעם ישיבה סיסטעם למחצה לשליש ולרביע. און וויפיל מיידלעך?

אסאך בחורים אפילו גיטע בחורים קומען אן צום שידוך שברי כלים. אן קיין טראפ קאנפידענץ. אן קיין טראפ גרייטקייט. אנצוהייבען דעם לעבען. משא''כ די מיידלעך זענען מער רעדי,

און לאמיר שוין רעדן פון שידוכים וואס זענען יא געווארען ב''ה. איר ווייסט וויפיל גיטין ר''ל ס'קומען פאר ביים היימישען עולם. פון די זעלבע פראבלעם. די מיידל איז מער מויטשויר דער בחור וואס איז א מצויין אין די ישיבה. אבער ער ווייסט נישט וויאזוי צו נעמען די לייצעס אין די הענט.
פון די אנדערע זייט איז דא עלטערע בחורים יא דא ? וואס זענען באמת באזעצן קענען שוין העדלען א פרוי אבער קיינער קוקט נישט אויף זיי. ווייל זיי זענען שוין אויסגעשפילט פונעם מסגרת הישיבה וואס האט אן עקספייערעישאן דעיט.
מענטשען וואס האבען טעכטער האקען פשוט אראפ דעם טעלעפאן אויף שדכנים .
איז פונקטלעך וואס גייסטו דא פארעכטען.
איינשטעלן א מיליטער צו טערארעזירען די עלטערן איך וויל פשוט פארשטיין?

ביזט דיך אביסעל סותר,די באזעסענע עלטערע בחור וואס די זאגסט אז עס איז יא דא איז אמאל געווען 18 יאר,סא פארוואס ווערן זיי עלטער ? און דאס איז די פראבלעם וואס מען פרובירט אויפצוקומען צו טין השתדלות אז זיי זאלן נישט אלט ווערן , מען ארבעט שווער ארויסצוריקן די סטאק וואס איז שוין דא און לעזן די קריזעס , אבער די פאוקאס פון די אלע ארגענעזעישאן'ס איז אז מען זאל ארויסריקן די בחורים ווען זיי זענען נאך אינג און זיי ארבעטען אויף דעם אסאך שווערער ,רוב שידוכים געשען נישט היינט פון שדכנים און דאס איז א גרויס חלק פון די פראבלעם,
און בכלל דאס וואס די שרייבסט ביזטו היפש ראסיסטיש , און דאס איז וואס די פרויען הערן נישט אויף זאגן ,אינטערסאנט אז א מאן זאל דאס שרייבן ..אפשר האסטו עס געהערט פון דיין ווייב ..ווי ווייט איך ווייס איז די פראבלעם אין די סקולס אז מען האקט אריין אז די מענער טויגן נישט און זיי זאלן דארפן בחורים וואס לערנען אדער ווייסיך וואס , וואס איז נישט געשטויגן ,אנשטאט אריינהאקן ווי אין סאטמאר איבערהויפט אלעמאל געווען אז די מאן איז בעל הבית און מען קוקט ארויף די מאן נישט קיין חילוק וואס ,און דארט קומען אלע פראבלעמען נאכדעם ביי גיטין, דאס וואס איך זאג קומט פון אידן וואס צורייסן זיך פאר אנדערע אידנס וועגן פאר שלום בית און גיטין ,אז די ראסיסטישע אידן האבן בלוט אויף זייער הענט דאס וואס מען לאזט נישט די מענער לעבן און מאכן אן צרות על לא דבר, ווייטער זאלסטו מיר אנטשולדיגן איך קען א לאנגע ליסט נאר פון איין יאר פון צענדליגע חסידישע מיידלעך פון אלע קרייזען פון עכט פיינע שטובער וטץואס זענען גאר שוואך , פון וויליאמסבורג אליינס איז דא א שיינע פארצענט מיידלעך וואס גליטשען א יאר ,וואס טאקע וועגן די שידוך קריזעס טרעפען זיי בחורים וואס זענען אסאך בעסער אין אידישקייט ווי זיי , איך ווייס נישט וועלכע יארגאנג די ביזט און וועלכע עיזש טעכטער די האסט ,און ווי די וואינסט , אבער די קענסט ווייט פון די מציאות אז סאיז ליידער דא א געוואלד מיט מיידלעך יעדעס יאר פון סאטמארע סקולס און אנדערע קרייזען פון יעדע שטאט וואס זענען זייער שוואך אין אידישקייט , נישט שוואך אז זיי זענען נישט אזוי בצניעות נאר עבירות חמורות שבתורה , און טאמער קענסטו די ליסט פון בחורים העכער 20 אין די סאטמארע וועלט , זענען 95 פארצענט באמת דורעכשניטליכע חסידישע בחורים , און דאס איז געווען די קאמפיין פון די קאנווענשען, די רעדע דוקא פון נארמאלע בחורים וואס זענען יא אין די סיסטעם , צו גאט און צו לייט
קוק דורך די ליסט פון בחורים העכער 20 פון מיהאלדע ישיבה און שיעור ד' פון קווינס ישיבה און שיעור ד' קרית יואל, נאכדעם זאג מיר וואס די ביזט ארויסגעקומען,
די דערמאנסט בחורים ארויסגעפאלן פון די סיסטעם פון ישיבות , די רעדע איז דוקא דא פון בחורים אין די סיסטעם

עדות יוכיח די אינגעלייט העכער די 20 וואס האבן ב"ה יא חתונה יאר יערליך אז דאס איז דייקא אינגעלייט מסלתה ומשמנה און באמת צו גאט און צו לייט, יעדער איינער דא קען זיכער אינגעלייט ביי זיי אין בית המדרש אינגעלייט חתונה געהאט העכער די 20 וואס זענען א פראכט פאר א בית המדרש זיי צו האבן פאר מתפללים

אין א זייטיגע נאטיץ ווייסט איינער וויפעל שידוכים געשעט א יאר פון די סיסטעם אן קיין שדכן ? די פארצענטען וואקסען פון יאר צו יאר , און אויפן גאס הייסט עס אז מרס ווייסעך ווער איז געווען שדכן .... און דאס איז אלעס מיידלעך פון בית רחל סקולס
לעצט פארראכטן דורך פאלקס קיך אום זונטאג פעברואר 23, 2020 7:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

The fact that חסידישע מיידלעך האבן חתונה on younger ages than boys creates a mathematical crisis
I wrote about this a few years ago here somewhere
The same is true the other way around by none chasidish where the crisis is the exact opposite
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

פאָלקס קיך; סארקאזי איז זיך נישט סותר
נאר ביידע זאכן זענען אמת.
עס איז דא ווייניג זייער אסאך בחורים וואס זענען נישט קיין מעריזש מעטירעל
פון די אנדערע זייט זענען דא מיידלעך ווואס זענען נישט געוואלדיג אבער וויבאלד צו זיין אן עכטער man ברויכט זיך סאך מער כוחות ווי צו זיין א עכטע פרוי במילא איז דא דער אומבאלאנסַ
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

Porfavor האט געשריבן: פאָלקס קיך; סארקאזי איז זיך נישט סותר
נאר ביידע זאכן זענען אמת.
עס איז דא ווייניג זייער אסאך בחורים וואס זענען נישט קיין מעריזש מעטירעל
פון די אנדערע זייט זענען דא מיידלעך ווואס זענען נישט געוואלדיג אבער וויבאלד צו זיין אן עכטער man ברויכט זיך סאך מער כוחות ווי צו זיין א עכטע פרוי במילא איז דא דער אומבאלאנסַ

זייט ווען ביי אונזער שדכנים סיסטעם ביי די 18 /19 יאר פרעגט מען זיך נאך וועגן מעריזש מאטיריעל ביי א בחור? ער שרייבט דאך אז די בחורים וואס זיצן אין לערנען 18 שעה א טאג הייסט א גוטע בחור און די ווערן פארכאפט גלייך ביי די 18 ,
טאמער די מיידלעך זענען אזוי מעטשוער ווי די רופסט זיי , פארוואס רופן זיי זייער מאמע יעדע 15 מינוט ביז אפאר יאר נאך די חתונה יעדע אינטש וואס זיי דארפן טיען ? און זאגן אויס פאר די מאמע וואס זייערע מענער האבן געטין אדער זיך געקראצט ווי קליינע קינדער ? און דערנאך מישט זיך די שוויגער אריין ? און רוב גיטין היינט זענען וואס שוויגערס אדער עלטערן מישן זיך אריין פאר עכטע שטותים
לעצט פארראכטן דורך פאלקס קיך אום זונטאג פעברואר 23, 2020 7:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

At what age do girls start shidduchim? 17—19.

At what age do chassidishe boys in the U.S. start shidduchim? 19—23.
ןןילאנג דעי געפ איז נישט גלייך וועט עס נאר ווערן ערגער,
און איינע פון די אשכולות אפאר יאר צוריק האב איך מאריך געווען אז די אלע נאנסענס ווי קוואלעטי פון די בחורים, שדכנים און די אנדערע שטותים אויסגערעכנט האבן נישט קיין שום שייכות צו די מציאות.

וואס יא?

דעיס וועט דעפינעטלי העלפן בבחינת בויען א שפיטאל ביים בריק ( ספעציעל פאר די בחורים +23 ) אבער לאנג טערם פארשטייט יעדער בר דעת ...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”