Re: עצה וועגן בּאנעצן
100% עס איז זייער שווער צי פעיסן דעיס איז וואס איך שרייב אנהייבוויל זיין האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:41 amאיך וויין פאר דיך ווייל איך טרעף מיך און דיין שיך. אבער פאר סאום ריזען איז פאול אפס זייער זייער שווער צו פעיסעןאברך הידוע האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:36 amכ׳פארשטיי אז איך בין היפש שפעט אריין אין קעמפ סיזען באט שפעטער בנסער ווי קיינמאל…
איך פלעג נעצן באנאכט ביז די 16 נישט מיר געדאכט. א גאנץ יאר איז עס ווי נישט ווי אדורך כשורה מיינע עלטערען האבן ב״ה נישט געמאכט קיין שטארקע וועזן דערפין פארשטייטצעך מהאט פריבורט וואס מקען באט אנע פרעשור..
די פראבלעם האט זיך אנגעהויבען אין קעמפ. איי וועסטע פרעגען פארוואס ביסטע געגאנגן? ווייל אין די מוסדות ווי אך האב געלערנט איז נישט געווען די סדר צי בלייבען אין שטאט..
איז וועל איך שרייבן אביסל מיין פריספעקטיו איבער וויאזוי עס צי הענדלען
קודם כל וויל איך מקדים זיין אז די פיל וואס איז פארשטייטצעך די בעסטע עצה פאר קינדער אין קעמפ האט פאר מיר נישט געארבעט..
איז אזוי די ערשטע יאר איך בין געגאנגען אין קעםפ איז געווען כיתה ז אין מיין מאמע האט געהאלטען אז די ביסטע וועט זיין אויב איך נעם מיט פול אפס אבער איך האב נישט געהאלטן שערביי איך בין דאל א גרויסע יונגעל סין איך אנגעקימען אי קעמפ אן דעם..
ערשטע טאג אינדערפרי איך וועק מיך אויף אין פארשטייצך אלס ארים מיר איז נאס. איך האב עס אבער געלאזט לויפען געשפריצט אביסל שמעקיר ספרעי אין געגאנגען ווייטער.
אזוי איז אדורך אפאר טעג ביז קינדער האבען אנגעהיובן כאפען אז עפעס גייט דא פאר. אין קינדער ווי קינדער האבען זיכער געמאכט אז איך ווייס אז זיי ווייסן.
אבער שלעכטע קינדער זענען זיי נישט געווען אין מיך נישט געפייניגט דערוועגן אזוי איז בעסיקלי אריבער דעם זימער. יעדער האט געוויסט אבער נישט געטשעפט אין איך האב געווארן בעט געוואנט אפטיר ווי יעדן..
זימער כיתה ח
איך האב בר מצווה געהאט גלייך פאר דעם זימער אין פארשטייטצעך א בחור מיט פול אפס קימט נישט אין באטראכט בכלל בין איך געגאנגען אין קעמפ האפענדיג אז דאס יאר וועט נישט זיין ערגער ווי די פאריגע.
צי מיין מזל אבער איז יענע יאר אריינגעקימען א נייע יונגעל אין כיתה מיר פין די קעניג פין חדר טייפ אין ער האט מיך גענימען פאר זיין ציל ברעט אן קיין טראפ געפיל האט ער מיר אויסגעפייניגט ווי נמשל גלייך אינדערפרי ווען די עולם האלט נאך אינמיטען אויפטשטיין זיך אנריפען הויעך ״וואס שמעקט דא״ אדער ״אברך וואס האסטע אויסגעגאסן״
קיצר עט עי סירטען פוינט בין איך געגאנגען צים מדריך זיך אפרעדען האבען אינז אויסגעארבעט אז ער העט מיך אויפוועקן א האלבה שעה פאר יעדן אין טוישן בעט געוואנט..
כיתה ט
פאר די זימער אין כיתה ט האט מיין מדריך פין כיתה ח געריפען מיין טאטע אין געזאגט אז אויב וויל איך נישט עס זאל זיך איבערשפילען פין פאריגען זימער זאל איך ברענגען פול אפס קיינער דארף נישט וויסן מקען עס אויסארבעטן מיטען מדריך אין אלס וועט פארן כשורה.
אין אזוי האט מען געטין מיין פאט ער האט גערדט מיטן נאכט לייגער אין איסגעארבעט אז די פול אפס וועט ליגען ביי אים אין יעדע נאכט פאר די עולם קימט אריין אין באנק וועט ער לייגען איינס אינטער מיין דאכענע אין איך פלוג עס נעמען פין דארט מיזג מען מיט די פידזאמעס אריינגיין אין ביה״כ עס אנטאן אין אינדערפרי לאזען די מאסי פול אפ אינטער די שאיכנע אין שפעטער ווען קיינער איז נישט דאר געווען פלעגט ער עס לייגען אין גארבידש.
אין בה די זימער איז אודרך רואיג כמיין חוץ איינצעלנע חברים האט קיינער נישט געוויסט
אין די זעלבע האבעך געטין די ערשטע 2 יאר פין ישיבה קטנה..
אי אויב האסטע א יונגעל אדער בחור מיט דעם פראבלעם זיי קליג ארבעט עס אויס מיטען מדריך אין שיק אים מיט פול אפס
אבער נאכען איינזעהן אז עפעס אנדערש ארבעט נישט האב איך משלים געווען מיטן פאקט