Re: גייט דער קאראנע וויירוס ווערן אן ערנסטע וועלט'ס עפידעמיע רח"ל?
אבער לאמיר דיר קלאר מאכן
די סכנה איז נאר פאר עלטערע, און אזעלכע מיט א שוואכע אמיון סיסטעם, איז וואס איז די פשט פון אפשפארן די גאנצע וועלט, אנשטאט צו בעטן די וואס זענען אין סכנה זיי זאלן זיך פארשפארן?
האט דען א זין אז אנשטאט די קינדער זאלן זיין אפגעזינדערט פון די עלטערע, דורך זיין נאר אין שטוב און אין חדר, אונטער די אופזיכט פון די מלמדים, ווי מ'קען זיי עטוואס באגרעניצן, זאל מען זיי ענדערש אהיים שיקן, און לאזן טאנצן פראנק און פריי (זאג מיר נישט אז מ'קען האלטן די קינדער פארשפארט אינדערהיים), און זיי זאלן נאכמער פארשפרייטן דעם וויירוס?
אין לאנדאן באהאנדלען זיי דאס ריכטיג, אז די וואס זענען אין א סכנה זאלן זיך וואוטשן, און די אנדערע, אדרבה לאז דער וויירוס ארום לויפן און ענדיגן מיט דעם וואס א מינוט פריער
אויף קאלמע האט מען היינט געמאלדן אז איבער 99% פראצענט (ביי מיר מיינט דאס 100% - איך האב נישט עפעס צווישן 99 און 100) פון די וואס זענען געשטארבן, האבן געהאט נאך אנדערע קאמפליקאציעס
פארוואס פארשטייט מען נישט, אז מ'דארף זעהן די אלע עלטערע, און אלע מיט שוואכע אמיון סיסטעם, זאלן זיך וואוטשן, און נישט שיקן די גאנצע וועלט גיין חאדאראום?
(אגב דאס פארמאכן די מוסדות דאהי איז א דירעקטע חב לאחרינא פאר די מוסדות און א"י וכדי בזיון וקצף)
איך האב נאך אסאך צו זאגן, אבער כשם שמצוה.... כך מצוה...
ודי בזה
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי