קאוויד-19 (קאראנאווירוס) אויסברוך - וואס איר דארפט וויסן

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: קאוויד-19 (קאראנאווירוס) אויסברוך - וואס איר דארפט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2020 3:30 pm
קאוויד-ניינצן (COVID-19 - Coronavirus Disease 2019, קרוין ווירוס קרענק פון 2019, למספרם) איז א קרענק וואס קומט פון די SARS-CoV-2 ווירוס און אפעקטירט די לונגען ענליך צו די פלו. די קרענק פארשפרייט זיך פון איין מענטש צום צווייטן דורך אנגעשטעקטע פליסיקייטן ווי שליים און שפייעכץ ווען אן אנגעשטעקטער היסט, שפייט אדער בלאזט די נאז.

די קרענק, וואס איז נישט געווען באקאנט צו אפעקטירן מענטשן, האט זיך ערשט באוויזן אין דעצעמבער 2019 אין וואוהאן, די הויפטשטאט פון די הובעי פראווינץ אין מזרח כינע און ווערט געגלייבט צו שטאמען פון אנגעשטעקטע פלעדערמייז (bats). די וועלט געזונהייט ארגאניזאציע (WHO) האט באשלאסן צו רופן די קרענק 'COVID-19,' ווילנדיג פארמיידן א פארבינדונג צו די פיל מער טויטליכע סארס קרענק וואס האט געבוזשעוועט אין מזרח אזיע אכצן יאר צוריק, אין 2002, און זוכנדיג צו פארמיידן א פארבינדונג מיט א ספעציפישע לאקאציע.

די קרענק וואס איז אפיציעל ערשט אידענטיפיצירט געווארן ענדע דעצעמבער פארגאנגענע יאר, און איז ביז עטליכע טעג צוריק געווען פארהאלטן צו כינע און מענטשן וואס האבן באזוכט כינע, האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן אין מערערע אנדערע לענדער זינט דאן.
דרום קארעא, איטאליע און איראן האבן אלע אנגעהויבן זען די קרענק זיך פארשפרייטן אין לאנד צו מענטשן וואס האבן נישט געהאט א דירעקטע פארבינדונג מיט כינע. אויסער כינע, איז איראן יעצט די צווייטע לאנד וואס פארשפרייט די קרענק אינדרויסן פון אירע גרענעצן, מיט אנגעשטעקטע אין באכראין 17, קואעיט 8, איראק 5, אמאן 4 און אפגאניסטאן 1, לבנון 1, די עמיראטן 1 און קאנאדע 1, דירעקט פארבונדן מיט איראן.

די וועלט געזונט ארגאניזאציע (WHO), די אמעריקאנער צענטער פאר דיזיס קאנטראל און פרעווענשאן (CDC), און אינוועסטירער האבן געהאפט ביז געציילטע טעג צוריק אז די קרענק וועט בלייבן איזאלירט צו כינע, אבער אין די לעצטע טעג איז געווארן קלאר אז די אויסברוך האט זיך אויסגעשפרייט צו אנדערע לענדער און עס ווערט יעצט ערווארטעט צו ווערן א ברייטפארשפרייטע עפידעמיע (פאנדעמיע).


וואס איז דאס 'קאראנאווירוס 2019'

קאראנאווירוס 2019 - קאוויד-19 אין קורץ- איז א ווירוס (א גרופע באצילן וואס קען נישט לעבן און זיך פארמערן אינדרויסן פון גאסטגעבער (host) צעלן) וואס איז טייל פון די קאראנאווירוס פאמיליע וואס פאראורזאכן פארשידענע קרענק אין מענטשן, אריינגערעכנט אזא אומשעדליכע קרענק ווי די געווענליכע פארקילאכץ, די געפערליכע 'סארס' ווירוס פון 2002 און די גאר גאר טויטליכע 'מערס' ווירוס וואס האט געבושעוועט אין מיטל מזרח אין 2012.
דער נאמען, קאראנא, קרוין אין לאטייניש, קומט פון דעם וואס די ווירוס קוקט אויס ווי א קרוין אונטער א מיקראסקאפ.
image_search_1582657705881.jpg
image_search_1582657522428.png


ווי געפערליך איז קאוויד-19?

לויטן וועלט געזונט ארגאניזאציע זענען ארום אכציג פראצענט פעלער מילד, מיט סימפטאמען ענליך צו א פארקילאכץ אדער די פלו.

די איבעריגע צוואנציג פראצענט, געווענליך פארבונדן מיט עקזיסטירנדע אומשטענדן ווי עלטער אדער אנדערע פרי-עקזיסטינג קאנדישנס, איז מער געפערליך און קען פארלאנגען שפיטאליזאציע.

עס איז גאר שווער אויסצורעכענען א טויט ראטע בשעת אן עפידעמיע איז אין פולן קראפט, ווען יעדן טאג קומען צו פרישע פעלער, און עס נעמט א שטיק צייט פון ווען איינער כאפט דעם קרענק ביז יענער ווערט קריטיש אדער ערהוילט.

פריע שטודיעס לייגן די פאטאליטעט ראטע צווישן 1.4% און 2.3 פראצענט דערווייל. דאס איז אסאך ווייניגער טויטלעך ווי סארס, מיט א טויט ראטע פון 9.6 פראצענט און די טויטליכע מערס אונטערגאנג וואס האט געהאט א טויט ראטע פון 34.4%, ר"ל, אבער צווישן פערצן און דריי און צוואנציג מאל אזוי טויטליך ווי די יערליכע פלו מיט א טויט ראטע פון בערך 0.1% אנגעשטעקטע.


די פארשפרייטונג פון קאוויד-19

די ציפער באשטעטיגטע אנגעשטעקטע איז איבער אכציג טויזנט אלוועלטליך, מיט אנגעשטעקטע אין 34 לענדער, און ווייניגסטנס 2,700 פאטאליטעטן.

די גרעסטע צאל פעלער (נישט אנגעשטעקטע, בערך 28,900 באריכטעטע פעלער זענען שוין געהיילט) :

כינע 77,666
איראן 95 (אפיציעל, געגלייבט צו זיין אין די שווערע טויזנטער)
דרום קארעא 977
איטאליע 232
יאפאן 161
סינגאפאר 91
האנג קאנג 85
די פאראייניגטע שטאטן 57
טיילאנד 37
טייוואן 31
באכראין 23
אויסטראליע 22
מאלאזיע 22
דייטשלאנד 16
וויעטנאם 16
פראנקרייך 14
ענגלאנד 13
די עמיראטן 13
קאנאדע 11
מאקאו 10
קואעיט 9


image_search_1582656356907.png

https://www.worldometers.info/coronavirus/

ביטע האלטן דעם אשכול אויסשליסליך פאר וויכטיגע אפדעיטס און אנווייזונגען פון אפיציעלע געזונטהייט אינסטאנצן, און נישט סתם נייעס, פאליטיק אדער עקאנאמישע נאכווייען פונעם אויסברוך.
ארויף צום פערטן יאר טאג!
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @נקדימון @nobody און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”