איך האב ערהאלטן די שוידערליכע נייעס יענעם דינסטאג אינדערפרי א היבשע שטיקל צייט נאך די אטאקעס זעלבסט, ווייל איך האב זיך דאן געפונען אפגעזונדערט אין א שטיל געגענט אין אפסטעיט ניו יארק צוזאמען מיט נאך א קבוצה אידעלעך. איינער פון די חבריא - וועלכער האט נארוואס אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט א קרוב אין וויליאמסבורג - איז געקומען שרייען: אן עראפלאן האט אריינגעקראכט אין די טווין טאוער'ס!
איך בין געווען אין בית המדרש, איך האב שוין געהאט אנגעטוהן טלית ותפילין, און איך באמערק ווי ס'ווערט עפעס א רודעריי נישט ווייט פון מיר, איך ווינק יענעם מיט שטום לשון וואס ס'גייט פאר, זאגט ער מיר אז א פליגער האט אריין געקראכט אין די טווין טאוערס, און אפאר מינוט דערויף ווייזט ער מיר אויך מיט שטום לשון, אז נאך איינס איז אריין אין די צווייטע, ס'איז געווען זייער נישט צום גלייבן, אבער נאכדעם איז אריין געקומען וועגן די פענטאגאן, און אויך וועגן די פאלשע קאר באמבע,
כבין דאן נאך געווען א בחור, (חתן) כבין אויפגעשטאנען יענעם טאג ארום זיבענע, און אנגעקומען און ביהמ"ד בערך אכטע צייט, אדורך גייענדיג דעם פת שחרית טרעקל, האב איך געהערט אזוי מאחורי הפרגוד שמועסן, אז עפעס א קליינע עראפלאן האט בטעות אריין געקראכט אין איינע פון די טווין טאווערס, סהאט מיר אויף די מינוט גאנץ ווייניג אינטערסירט, אריינקומענדיג אין ביהמ"ד האב איך געזעהן ווי די גאנצע ביהמ"ד קאכט זיך, האב איך שנעל געכאפט א מקוה, אפגעדאווענט, און ארום ניין אזייגער בין איך צורוק געווען אינדערהייט, אנריפנדיג מיין חבר אין וויליאמסבורג, ער איז דאן פונקט געשטאנען אויפן פארטש פון זיין הויז, ווי ער האט געזעהן די טווין טאווערס ווען איך האב אים געקאלט, און גלייך נאכן זאגן האלאו, זאגט ער מיר אז ער זעהט יעצט א מיליטערישע פליגער זיך ארום דרייען די צווייטע בילדינג, א האלבע מינוט דערויף האב דערהערט א קוויטש, אז די עראפלאן האט אריין געקראכט אין די צווייטע בילדינג.
איך האב דעמאלטס געהאלטען סוף דאווענען אין מיין חבר איז אריינגעלאפען מיט איין אטעם פארציילען די נייעס בין איך ארויף אויפען דאך איך האב אבער נישט געקענט געהעריג זען האב איך געמיינט אז עס איז סתם א קלייניקייט, אז איך האב אפילו געטראכט פיין פאר אים דעם בוש יעצט וועט ער וויסען. ביז איך בין אראפגעגאנגען איך האב שפאצירט צי די וואסער אויף קענט עוו. ס'איז מיר שלעכט געווארן פאר די אויגען ווען איך זע ווי איינע פין די טווין טאוער לייגט זיך אוועק פאר מיינע אויגען מיט די טויזענטע מענטשען אין דעם, איך האב אנגעהויבען טראכטען וויפיל אידען געפינען זיך נעבעך דארט הי"ד אז עס איז מיר ממש שיעור געגאנגען טרערען שטייענדיג ממש אפאר מייל אוועק פין דארט.
איך בין דאן געזיצען אין ביהמ"ד און געקוואקעט די צייט, און איינער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד און פארציילט די נייעס, בין איך געגאנגען צוזאמען מיט א חבר ערגעץ זעהן אויף די טרייפענע טעלעוויזיע די נייעס, און מ'האמיר געזעהן די בילדונגס אראפ-פאלען, און איך געדענק שוין נישט וואס נאך.
מיר אלץ אידן רעכענען נישט די חודשים וואס די קאטויליש גלויביגע האבן ערפינדן, נאר מיר רעכענען חודשים און יארן לויט די אידישע אריגינעלע קאלענדער. אויב איז די ביטערע פאסירונג פארגעקומען אין טאג כ"ג אלול ה"א תשסא ליצירה, דאן וועלן מיר האלטן דעם 'יארצייט' אין כ"ג אלול יערליך. סעפטעמבער עלעווען איז נישט מעלה און נישט מוריד. און יעצט צום ענין;
יענעם טאג בין איך פונקט איינגעשטאנען אין די טעילאר פראזשעקטס צוליב א סיבה, אהיימקומענדיג פון דאווענען בערך 9 אזייגער קוק איך ארויס פונעם פענסטער אויפן 9'טען שטאק, ווי ערשטוינט און שאקירט בין איך געווארן זעהנדיג ווי די בנינים פלאקערן אוועק. איך האב אין פארצוויפלונג שנעל אנגערופן מיינע נאנטע פרעגן דערויף און קיינער האט נאכנישט געהאט קיין אנטווארט.
אין פארלעגענהייט האב איך שנעל אנגעצונדן די ראדיא, איך האב נאכנישט געכאפט פונקטליך אויף דער רגע אבער געהערט האב איך פארלוירענע שטימעס רעדן אין פארצפייולונג צום אמעריקאנעם באפעלקערונג, " הייזשעקינג פלעינס" ! ביידע טורעמס זענען איינגעהילט אין שרעקליכע פלאמען!! די צאל אומגעקומענע איז נאכנישט באוואוסט!! זשוליאני איז סעיף און וועט באלד אדרעסירן דעם פאלק!! עס שיינט א טעראריסטישער אטאקע וועמענס מאטיוו איז נישט באוואוסט!! א שרעקליכער פאניק איז אנטשטאנען אינערהאלב די ראדיא סטאנציעס ווען יעדערער האט פראבירט איבערשטייגן דעם צווייטן מיט מער קראנטע אינפארמאציע, דערוויל טאפענדיג א דופק.
עטוואס שפעטער האט מען געמאלדן וועגן א דריטן עראפלאן וואס האט צעשמעטערט דעם פענטאגאן געביידע. און נאך שפעטער פון א פערטע עראפלאן וואס פעלט. "אלע עראפלאן רייזעס זענען אפגערופן געווארן!! אין יוצא ואין בא !! פרעזידענט קלינט.. אההם בוש וועט אויפטרעטן פארן פאלק שפעטער אין אווענט!!"
" דער דרום טורעם קאלעפסעס!!!!!!!!!!!!!" האב איך געהערט הילכיג אויסרופן אין די סטאנציעס . די שטימעס זענען געווען דערשאלגן, צעבראכן און עטוואס גשטיקט מיט טרערן. " דיס איז אן ענבעליוועבל סיטועישאן" !!!
איך בין נאך יעמאלט נישט געווען פארהייראט, עטליכע פון מיינע משפחה מידגלידער זענען פונקט יענעם טאג געפלויגן אין די לופטן, ווען די כאאס האט זיך אנגעהויבן, האבן מיר נישט געוואוסט אויב זיי זענען חלילה אין איינע פון די באטרעפענדע פליגער'ס.
מען איז זיך צוזאמענגעלאפן ביי מיין פאטער אין שטוב, עס גייט דורך נאך א שעה אין נאך א שעה מען הערט נישט פון זיי, מען האט שוין ממש אנגעהויבן שרייבן די הספדים, ענדליך האמער באקומען א טעלעפון רוף אז זיי זענען ב"ה פיין, נאר זיי האבן געלאנדעט אין א ווייטן שטאחט, עס האט זיי גענומען באלד צוויי טעג צוריק אנצוקומען אהיים.
יענעם טאג היות עס איז געווען פאר יו"ט בין איך שוין געווען אין ארבעט פרי, און אזוי ניינע צייט קומט אריין א קאסטומער און דערציילט אז א פלעין איז אריין געפלויגען אין די ווארלד טרעיד סענטער, פארשטייט זיך איך זייענעדיג דער גרויסער חכם האב איך איר געזאגט, נע ס'גארנישט דער עמפייער סטעיט בילדינג האט אויך געהאט אזא מעשה, מן הסתם איז עס א נייער פליער וואס האט זיך געלערנט, אבער והיא באחד אז ניין זיי זאגן אז עס איז עפעס מער ערנסט, נו נו מער האט נישט געפעלט, אין א אויגן בליק בין איך געווען אינדרויסען ביי מיין קאר כ'האב געכאפט מיין קליינע ראדיא מיט העד פאונס ענד אוף איי ווענט צוריק אריין און ווי נאר איך האב עס אנגעצונדען האב איך געהערט אז נאך איינס האט געהיט די צווייטע טאווער , אה אה דאס האט שוין געסאנד פישי זיי האבן נאך אלץ נישט געוויסט וואס דאס מיינט אבער איך האב שוין אפגעמאכט אז דאס איז טערעריסטען, אזוי בין איך געבליבען אגאנצען טאג מיט די העדפאונס צוגעגלאאט צו מיין אויער, מיטהאלטענדיג די גאנצע דראמא אין שפעקולאציעס, סוויטשענדיג ציווישען סי בי עס און סעוון סעווענדי און טען טען ווינס, מיין באס האט דאס נישט זייער געגליכען אבער כ'האב עניוועי נישט געהערט וואס ער זאגט, און ער האט באקומען לעצט מינוטיגע אפדעיט'ס בחינם אומגעבעטן, וואס איך געדענק נאך ביז היינט איז דער וועג אהיים פון דער ארבעט, איך האב דאן געארבעט אין נ.ג. און איך בין אהיים געפארען אין די זעלבע צייט וואס בוש האט גערעדט , אבער איך האב געהאט אזעלעכע טשיל'ס דער גאנצער וועג אהיים, איך בין ממש געווען דער איינציגסטער קאר אויפן נ.ג. 17 אין אויפן טראוועי, אלעס איז געווען שא שטיל טינקעל כ'האב אפי' מורא געהאט פון די שטילקייט וואס האט געהערשט, איין זאך, איך האב קיינמאל נישט זוכה געווען צו זעהן די טווין טאווער'ס, אין נאך עד היום אפי' נישט די עמפייער סטעיט בילדינג, אבער אויפן וועג צו דער ארבעט יעדן טאג האט מען געקענט זעהן די טווין טאווער'ס פונעם 17 אבער דעם נעקסטן צופרי האב איך עס מער נישט געזעהן,, אויף אייביג...
איך בין גראדע אויך געווען אויפן וועג יענעם אויפדערנאכט ביי בוש'ס רעדע, און מיטגעהאלטן פון א קליינעם מאשינקע וואס איינער האט געטראגן מיט זיך, צופיל האט מען נישט געקענט הערן, און נאך ווייניגער האט בוש געהאט צו פארקויפן, עס איז אבער געווען דערפרישענד צו הערן פונעם קאמאנדיר-אין-שעף.
א סקרוך גייט מיר נאך היינט אדורך אין די ביינער ווען איך הער די "USA" געשרייען וואס האבן זיך יענעם פרייטאג אפגעטאן ביים גראונד זערא, ווען בוש האט זיך אויפגעשטעלט אויפן רואינירטן פייערלעשער טראק - טראץ די ווארענונגן פון די סיקרעט סערוויס אז עס איז נישט פארזיכערט - און מיטן ארעם ארום אן אלטן פייערמאן שרייט ער: I HEAR YOU, THE REST OF THE WORLD HEARS YOU, AND THE PEOPLE WHO KNOCKED THESE BUILDINGS DOWN WILL HEAR FROM ALL OF US SOON.
קרעמער האט געשריבן:
א סקרוך גייט מיר נאך היינט אדורך אין די ביינער ווען איך הער די "USA" געשרייען וואס האבן זיך יענעם פרייטאג אפגעטאן ביים גראונד זערא, ווען בוש האט זיך אויפגעשטעלט אויפן רואינירטן פייערלעשער טראק - טראץ די ווארענונגן פון די סיקרעט סערוויס אז עס איז נישט פארזיכערט - און מיטן ארעם ארום אן אלטן פייערמאן שרייט ער: I HEAR YOU, THE REST OF THE WORLD HEARS YOU, AND THE PEOPLE WHO KNOCKED THESE BUILDINGS DOWN WILL HEAR FROM ALL OF US SOON.
וכן הוה.
וכן הוה? אפשר פארציילסטו מיר וואס איז טאקע געווען? א גרויסע חכמה פון מלכינו בוש, ער האט ארונטערגעווארפן די אפגאניסטאנער רעגירונג... הו האט ער זיי געלאזט הערן... טאקע א חכמה.
איך האב מיך בעיקר באצויגן אויף די ווערטער פון מלכינו בוש ירום קרנו וז"ל: AND THE PEOPLE WHO KNOCKED THESE BUILDINGS DOWN WILL HEAR FROM ALL OF US SOON און ועל זה, האט מר. קרעמער ירום הודו צוגעלייגט: "וכן הוה"
אויף דעם ארויף האב איך צוגעלייגט: וכן הוה? וואס האבן זיי געהערט פון בוש'ן? אז די גרויסע אמעריקע האט אומגעווארפן די אפגעפליקטע צוריקגעשטאנענע אפגאניסטאנע רעגירונג? אדער אז מען האט געכאפט דעם בינ'ען? וואס?
איך ווייס אז דו ביסט א קלוגער און רעכטדענקענדער מענטש, וועל איך נישט טיפער אריינגיין אפצואווענדן דיין נארישן משל, און איך האף אז דו וועסט זיין א מודה על האמת, אז דאס האט מיט ר' יונה'ס ערשטע רבי'ס פון אמעריקע "קיין שייכות".
קרעמער, שערקויעך פאר דיין בריוועלע. כ'האב דיר געפאלגט, בעת'ן אויסליינען דיין אגרת'ל איז מיר פארגאנגען א גאנצער פאפירס'ל.
ידעתי בני ידעתי, וואס מיינסטו איך בין נישט געזעצן יענעם אויפדערנאכט, אור ליום ד' דסליחות תשס"א, אראגענאגלט אין קאר אויסהערנדיג דעם מיליטאנטישן בוש? כ'ווייס אויך אז ער האט ערקלערט קריג אויף טעראר, און איך ווייס אויך גאנץ גוט אז ער טוט פארשריט אפצוהאלטן אז עס זאל נישט ח"ו פאסירן נאכאמאל. איך לעב נאך נישט, דערווייל, אין אלט-אפגאניסטאן... איך האלט נאך דערווייל מיט די פארשריט פון די מערב וועלט...
נאר וואס? ס'איז קיינער נישט מסופק אין דעם, אז די גרויסע אמעריטשקע קען הארגענען מאסן מענטשן מיט איין שאס, א נער איז דער וואס זאגט אז נישט. און ס'האט אויך קיינער קיין ספק נישט אז אמעריקע, מיט אירע פארגעשריטענע מיליטערישע טעכנעלאגיע, פרובירט נאך צו גיין נאך יעדן שפיר פון יעדן שעדליכן טעראריסט וואס איז נאר דא אויפן כדור העולם. אבער דעם סימבאלישן שריט, אויף וואס דאס פאלק קוקט אזוי ארויס, אז מען זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל כאפן דעם "בינע'ן" דאס האט ער נאכנישט באוויזן!
נאך בימים ההם, נאך יענעם אויפדערנאכט, נאך זיין רעדע, איז ער שוין ביי אונז אין די קאר געווען די דזשוק אפ דע טאון. שטייען אפאר אפגעפליקטע טעראריסטן און טערארעזירן א וועלט, טערארעזירן די גרויסע אמעריקע, וועלכע פארמאגט א מעכטיגן ארמיי, דאס שטערקסטע וואס נאר שייך זינט בריאות העולם, קיינער ווייסט נישט וואס דא גייט זיין, אבער יעדער ווייסט אז די גרויסע אמעריקע קען אראפשיסן מיט איין מיסל וויפיל מוסלומענער עס פארגלוסט זיך אים נאר. דאס האט דאס פאלק געוואוסט נאך פאר זיין דרשה. דאס פאלק איז אבער נישט דאן אויסן געווען אויף דעם. דאס פאלק האט דאן געוואלט אז עס זאל מקוים ווערן זיין הבטחה, אז דער וואס האט דאס געטוהן זאל הערן פון אים, כלומר, מען זאל אים כאפן.
לדעתי - קענסט מחולק זיין - די אלע נאכאנאנדיגע שרייערדיגע מעלדונגען פון נומער צוויי טעראריסט געכאפט, איז פיסכאלאגיש געצילט בכוונה צו בארואיגן דאס געמיטער פונעם פאלק, אזוי צו זאגן אז אה... אט... אט... מען האט שוין געכאפט דעם נומער צוויי, ס'הייסט די מיליטער מאכט פארשריט, און פון נומער צוויי ביז נומער איינס איז דאך נישט מער ווי א קאצן שפרינג און בקרוב וועלן מיר האבן דעם נומער איינס...
סתם שיסן מיסילס און באמבעס אין די וועלט אריין, איז די "מייקל סעבעדזש" וועג. ער - וועלכער האלט זיך קלוגער פון קינג סאלאמאן אליין - האט קאמפיינט אינמיטן דעם איראקער קריג, אז מען זאל "קארפעט-באמבערדירן" גאנץ פאלודזשא, און דאס איבערדעקן מיט א שילד "ככה יעשה" פאר אלע וואס וועגן צו טשעפן מיט אמעריקע.
לב מלכים ושרים ביד ה', און ברוך ה' אז מיר פארמאגן (אביסל) א קלוגערע פרעזידענט ווי דאס, און ער נעמט נישט אונטער קיין וואנזיניגע שריט פון פארטיליגן גאנצע פעלקער צוליב די זינד פון איינצעלנע, דערפאר איז געלונגען פאר אמעריקע צו פארניכטן 'בלויז' 5,000 טעראריסטן אין לויף פון די פארגאנגענע 5 יאר. http://blogs.abcnews.com/theblotter/200 ... error.htmlפארגעס נישט צו ליינען די קאמענטירן דארט, טייל פון זיי האלטן ווי דיר, אפשר גאר האסטו אליין איבערגעלאזט דארטן דיינע פינגער אפדרוקן..