יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4450
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

כ'האב נישט געהערט און נישט געשמעקט און נישט געזעהן
אבער אלעמענס הערצער זענען ערשיטערט געווען מיט דעם אלעם
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

אין בעט מיט עפעס א וויירוס.... אלץ קינד פון 6 יאר...

די בהלה געדענק איך נאך פון שבת אין שול - פאר די צייטן פון קרן תוספות יו"ט - אוי האט זיך געטון אויף טישן און בענק....
אוועטאר
twin towers
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 22, 2023 7:54 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך twin towers »

ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

אויף די דאך פון פאפא ביהמ"ד. נישט געגאנגען אין כולל יענעם טאג.

בד"וו, קיינמאל נישט געווען אין די טווין טאוערס, כ'האב זיך פארגענומען בל"נ אז ווי נאר די נייע ווערט געבויעט, גיימיר עס באזוכן תיכף ומיד, איידער מ'טראסקעט עס ווידער אראפ, אבער בינעך נאכנישט אנגעקומען דערצו.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
גראבט גריבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 10:15 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבט גריבער »

וועלעכע יאר האט מען געכאפט בין לאדין?
אוועטאר
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

גראבט גריבער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 5:33 pm
וועלעכע יאר האט מען געכאפט בין לאדין?
דאכציך מיר אסרו חג פסח ע"א
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 5:36 pm
גראבט גריבער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 5:33 pm
וועלעכע יאר האט מען געכאפט בין לאדין?
דאכציך מיר אסרו חג פסח ע"א
כ"ח ניסן תשע"א ולמס' מאי 2 2011
גראבט גריבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 10:15 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבט גריבער »

איז דא א אשכול פון דו נייעס ווי אזוי מ'האט געכאפט בין לאדין?
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

גראבט גריבער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 5:46 pm
איז דא א אשכול פון דו נייעס ווי אזוי מ'האט געכאפט בין לאדין?
אסאמא בין לאדין טויט
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

בינעך געוועהן אין ישיבה קטנה - כרם שלמה דבאבוב.

אונז זעמיר געוועהן עקסייטעד מיט'ן מצב, כ'געדענק איין בחור האט באוויזן צו כאפן א שטיקל פארברענטע פאפיר וואס איז געפלויגן מיט'ן רויך.

דער מגיד שיעור איז אריינגעקומען צוגעלייגט, און האט אנגעהויבען רעדן וועגן די אידן פארכאפט אין די בנינים. פליצלינג האט ער אנגעהויבן וויינען, און מיר אינגע בחורים'לעך זענען געוועהן אין טאטאל שאק... דער מגיד שיעור וויינט?! (נאך דערצו ביי אונז אין גאליציע...)

זעהר שנעל האבן מיר געכאפט ווי ערנסט די מצב איז.
חי' ועוף
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 4:54 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חי' ועוף »

איך בין געווען אין סנדק'ס שויס, אינטערן מוהל מעסער

איך רעד נישט פון מיר, נאר בשם דאס קינד וואס איך בין געווען ביי זיין ברית דעמאלס, אויב האט ער דא א ניק זאל ער זיך אנרופן
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

תגובה דורך חאטצקל »

חי' ועוף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:06 pm

ער געדענקט שוין נישט
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
intellectual
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

חי' ועוף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:06 pm
איך בין געווען אין סנדק'ס שויס, אינטערן מוהל מעסער

איך רעד נישט פון מיר, נאר בשם דאס קינד וואס איך בין געווען ביי זיין ברית דעמאלס, אויב האט ער דא א ניק זאל ער זיך אנרופן
די אשכול איז געווידמעט פאר ווי "איהר זענט געווען" נישט "יענער". הכלל, וואס איז געווען אייער ראלע ביי דיזע ברית, מוהל, סנדק, עמידה לברכות, רך הנימול ?
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

intellectual האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:35 pm
חי' ועוף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:06 pm
איך בין געווען אין סנדק'ס שויס, אינטערן מוהל מעסער

איך רעד נישט פון מיר, נאר בשם דאס קינד וואס איך בין געווען ביי זיין ברית דעמאלס, אויב האט ער דא א ניק זאל ער זיך אנרופן
די אשכול איז געווידמעט פאר ווי "איהר זענט געווען" נישט "יענער". הכלל, וואס איז געווען אייער ראלע ביי דיזע ברית, מוהל, סנדק, עמידה לברכות, רך הנימול ?
נו, ער האט געשריבן "ער" איז געווען ביי א ברית..
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע:צװישן טעאריע און פאקט

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

intellectual האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:35 pm
חי' ועוף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:06 pm
איך בין געווען אין סנדק'ס שויס, אינטערן מוהל מעסער

איך רעד נישט פון מיר, נאר בשם דאס קינד וואס איך בין געווען ביי זיין ברית דעמאלס, אויב האט ער דא א ניק זאל ער זיך אנרופן
די אשכול איז געווידמעט פאר ווי "איהר זענט געווען" נישט "יענער". הכלל, וואס איז געווען אייער ראלע ביי דיזע ברית, מוהל, סנדק, עמידה לברכות, רך הנימול ?
עומד מן הצד
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
פארברענטע טאוסט
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 4:04 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארברענטע טאוסט »

טאגליכט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2006 11:21 pm
כבין דאן נאך געווען א בחור, (חתן) כבין אויפגעשטאנען יענעם טאג ארום זיבענע, און אנגעקומען און ביהמ"ד בערך אכטע צייט, אדורך גייענדיג דעם פת שחרית טרעקל, האב איך געהערט אזוי מאחורי הפרגוד שמועסן, אז עפעס א קליינע עראפלאן האט בטעות אריין געקראכט אין איינע פון די טווין טאווערס, סהאט מיר אויף די מינוט גאנץ ווייניג אינטערסירט, אריינקומענדיג אין ביהמ"ד האב איך געזעהן ווי די גאנצע ביהמ"ד קאכט זיך, האב איך שנעל געכאפט א מקוה, אפגעדאווענט, און ארום ניין אזייגער בין איך צורוק געווען אינדערהייט, אנריפנדיג מיין חבר אין וויליאמסבורג, ער איז דאן פונקט געשטאנען אויפן פארטש פון זיין הויז, ווי ער האט געזעהן די טווין טאווערס ווען איך האב אים געקאלט, און גלייך נאכן זאגן האלאו, זאגט ער מיר אז ער זעהט יעצט א מיליטערישע פליגער זיך ארום דרייען די צווייטע בילדינג, א האלבע מינוט דערויף האב דערהערט א קוויטש, אז די עראפלאן האט אריין געקראכט אין די צווייטע בילדינג.
עפעס שטימט נישט מיט דיין מעשה, די צוויי עראפלאנען קראכן זענען געווען אפגערוקט אינגאנצן מיט 17 מינוט נישט מיט א שעה, די ערשטע איז געווען 8:46 און די צווייטע איז געווען 9:03
yoel2124441100
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

איך באקום טשילס װען איך דערמאן זיך די שמעק,ס׳האט געשמעקט פאר װאכן פון פארדארבענע פלײש
חי' ועוף
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 4:54 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חי' ועוף »

intellectual האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:35 pm
חי' ועוף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:06 pm
איך בין געווען אין סנדק'ס שויס, אינטערן מוהל מעסער

איך רעד נישט פון מיר, נאר בשם דאס קינד וואס איך בין געווען ביי זיין ברית דעמאלס, אויב האט ער דא א ניק זאל ער זיך אנרופן
די אשכול איז געווידמעט פאר ווי "איהר זענט געווען" נישט "יענער". הכלל, וואס איז געווען אייער ראלע ביי דיזע ברית, מוהל, סנדק, עמידה לברכות, רך הנימול ?
עמידה לברכה, ווי אלע מתפללים
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

געווען בין איך און חדר עטרת יואל אינמיטן דאווענען ווען מיר האבן ארויסגעקוקט פון פענסטער און געזעהן רויך פון די ערשטע בנין זענען די קינדער ארויסגעלאפן צום אויבערשטן הויף ווי מיר האבן נאך אנגעיאגט צו זעהן די צווייטע קראך

וברם יזכר מ. ש. וואס האט גראד פארשטאנען די היסטארישקייט און אויסגערופן אויפן אינטערקאם מייק און ארויפגעשיקט אלע קלאסן אויפן דאך אבער נישט א לע האבן אנגעיאגט צו זעהן די צווייטע קראך

פון חדר האב מיר א היימגע וואקט גרופעס אינגלעך ווייל די באסעס זענען א לע געפארן אויף מאנהעטן מיט סחורה צושטעלן הילף
ישיבת קרן התורה
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:50 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיבת קרן התורה »

אויך געווען אין עטרת יואל
אבער ווען מיין רבי האט ארויף געלאזט צום הויף נאכען דאווענען האט מען שוין נאר געזעהן רויעך
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

איך בין געווען אין בארא פארק אין געפארען צו די ארבעט קיין מאנהעטען ארום 8.45 , ווען איך בין אנגעקומען צו מאנהעטען איז געווען ווען עס איז שוין געווען נאך ביידע קראךס, ארום 2 אזייגער האט מען אונז אהיים געשוקט , איך בין געווען אין יאהר אין האב געדארפט דאווענען פאר די עמוד מנחה האב איך אין נאך מענטשען געגאנגען צופיס דורך די רויעך פין 34 סטריט ביז ווילאמסבורג אין געדאווענט מנחה אין סאטמאר ראדני אין נאכדעם געגאנגען צו די הייוועי אין געכפט א היטש קיין בארא פארק ! איך וועל עס קיינמאהל נישט פארגעסען !!
ישיבת קרן התורה
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:50 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיבת קרן התורה »

פאטאקי08 האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:55 pm
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

יאך בין געווען אויפן באס, נישט אין ווילי. ווען א אינגל איז ארויף געקומען אין געזאגט אז א עראפלאן האט אריין געקראכט אין די טווין טאווערס. איך בין געווען כתה ח', און כ'האב מיך געשעמט מיט צו שמועסן מיט די קליינע קינדער. (נישט גענוג אז כ'בין אויף געשטאנען שפעט)
ס'האט זיך אנגעהויבן דעבאטעס אויב ס'קען זיין אמת, את"ל צו מקען אויס לעשן א פייער אזוי הויעך. איין חכם האט מסביר געווען אז די פייער לעשער לייטער קען נישט אנקומען אזוי הויעך. כ'האב מעך אונטער געהאלטן מיט די קלענערע קינדער שמועסן. איך גרויסע אינגל האב געוויסט אז ס'איז דא א ספרינקלער סיסטעם, אבער שוין.
ווען מיר זענען אנגעקומען אין חדר, האבן שוין די מלמדים פארציילט אז ס'איז געווען א צווייטע קראך. אין ס'איז נישט קיין עקסידענט, נאר פאר דווקא.

מיין כתה האט דאן געהאט א סאבסיטוט. און ער האט געזאגט אז ס'איז טעראריסטן פון די אראבישע לענדער. אונז קינדער האבן געלאכט פון אים. וויאזוי קען איינער פון אראבישע לענדער כאפן א פליגער אין אמעריקע.
אוועטאר
ראש ישיבה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:49 pm
לאקאציע:מגי''ש שטיבל

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש ישיבה »

צ''ק

כ'בין נישט געוועהן...
ראש ישיבה פארוואס?
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

און חדר..

ברם יזכר די מנהל התלמוד תורה וואס האט אונז אלע ארויפגעשיקט צו די דאך מיטהאלטן..
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”