Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מחשב האט געשריבן:אונגארישע הייזער האט געשריבן:כל טוב האט געשריבן:lazy האט געשריבן:
טעות.
דאס מאכט עס טאקע פאר א דרך פון ״טראגן״ און ממילא ווערט עס הוצאה דאורייתא, אבער ווערט נישט קיין ״דרך מלבוש״.
להבא, אינו כדאי לעבור על מצוה על ״סמך עצמיית״, רק ישאול מורה הוראה, או לכה״פ ללמוד הסוגיא בעיון מקודם.
יעצט געקאלט ר' אשר, ער זאגט אז אויפן מויל אליין אן די נאז איז מותר וויל ס'איז נאך אלץ דרך מלבוש וויבאלד עפעס באשיצט עס נאך אבער אינגאנצן אראפגערוקט אויפן טשין איז טאקע לכאורה נישט אויסגעהאלטן
ופשוט הוא, ולא צריך לעיונא
צריך עיונא ועיונא, ווייל דאס איז דאך עכ"פ נאר ווען מ'טוט עס טאקע אן זיך זעלבסט צו באשיצן, אבער אויב איז דאס נאר צוליב דער געזעץ ווייס איך נישט קיין היתר. ולפלא בעיני אז מ'האט נישט געמאכט קיין חילוק.
אונגארישע גייט לכאורה ארויף אויפ'ן צווייטן חלק.
מחשב האט געשריבן: גערעכט.
יא יא, עטץ זענטס ביידע גערעכט...
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?