שיעורים בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט] שיעור #4
- שיעור א' -
שטייט אין די תורה הקדושה אין פרשת כי תשא וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה קַח לְךָ סַמִּים נָטָף וּשְׁחֵלֶת וְחֶלְבְּנָה סַמִּים וּלְבֹנָה זַכָּה בַּד בְּבַד יִהְיֶה: וְעָשִׂיתָ אֹתָהּ קְטֹרֶת רֹקַח מַעֲשֵׂה רוֹקֵחַ מְמֻלָּח טָהוֹר קֹדֶשׁ: וְשָׁחַקְתָּ מִמֶּנָּה הָדֵק וְנָתַתָּה מִמֶּנָּה לִפְנֵי הָעֵדֻת בְּאֹהֶל מוֹעֵד אֲשֶׁר אִוָּעֵד לְךָ שָׁמָּה קֹדֶשׁ קָדָשִׁים תִּהְיֶה לָכֶם:
וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה קַח לְךָ סַמִּים נָטָף וּשְׁחֵלֶת וְחֶלְבְּנָה סַמִּים וּלְבֹנָה זַכָּה - דער אייבישטער זאגט משה רבינו'ן, נעם דיר שמעקעדיגע געווירצן, "נטף" און "שחלת" און "חלבנה", שמעקעדיגע געווירצן, און ריינע "לבונה". בַּד בְּבַד יִהְיֶה – (פירש רש"י) די פיר סממנים, נטף, שחלת, חלבנה און לבונה, זאלן אלע וועגן די זעלבע. און פון די געווירצן זאלסטו מאכן "קטורת", [וועט ערקלערט ווערן בע"ה אין שפעטערדיגע שיעורים]
ווי מיר אלע ווייסן שטייט אין די ברייתא שטייט אנדערש. מיר זאגן עס יעדן טאג, און עס איז א ברייתא אין מס' כריתות דף ו עמוד א "ת"ר: פיטום הקטרת, הצרי והציפורן והחלבנה והלבונה משקל שבעי' של שבעים מנה, מור וקציעה שיבולת נרד וכרכום משקל ששה עשר של ששה עשר מנה, הקושט שנים עשר, קילופה שלשה, וקנמון תשעה, בורית כרשינה תשעה קבין, יין קפריסין סאין תלתא קבין תלתא, אם אין לו יין קפריסין מביא חמר חיוריין עתיק, מלח סדומית רובע, מעלה עשן כל שהוא; ר' נתן אומר: אף כיפת הירדן כל שהוא. ואם נתן בה דבש – פסלה".
זעהן מיר אז פאר די קטורת ברענגט מען 11 סממנים (צרי, צפורן, חלבנה, לבונה, מור, קציעה, שיבולת נרד, כרכום, קושט, קילופה, קנמון).
וועט דאך יעדער פרעגן פארוואס ברענגט מען נישט בלויז 4 סממנים אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק?!
שפעטער אי"ה וועלן מיר זען אז חז"ל הקדושים האבן דאס ארויסגעלערנט פון פסוקים.
אבער צוערשט לאמיר פארענטפערן נאך א קושיא. אין פסוק שטייט אז מ'ברענגט נטף שחלת חלבנה און לבונה. פון די 11 אויסגערעכנטע אין די ברייתא, דערקענען מיר בלויז "לבונה" און "חלבנה. וואו זענען אהינקומען די אנדערע2 סממנים "נטף" "שחלת"?
דער תירוץ אויף די קושיא ווייסט מסתם כמעט יעדער ווי ס'שטייט אין די ברייתא ווייטער "ר' שמעון בן גמליאל אומר, הצרי אינו אלא שרף הנוטף מעצי הקטף". דער צרי איז דער זאפט וועלכער טריפט אראפ פון די 'קטף' העלצער. פארוואס פארציילט מיר דאס די ברייתא? כדי צו ערקלערן אז דאס ווארט "נטף" וואס שטייט אין פסוק, קומט מלשון "נוטפים" – טראפן, כלשון הכתוב "גם עבים נטפו מים" (שופטים ה',ד). די צרי טראפט אראפ פון דעם קטף. קומט אויס אז ווען די תורה הקדושה זאגט "נטף" מיינט עס נישט עפעס אנדערש ווי "צרי".
דער רמב"ם שרייבט אבער (הלכות כלי המקדש פרק ב הלכה ד) "נטף האמור בתורה הוא עצי הקטף שיוצא מהן הצרי".
אויבנאויף זעט נישט אויס אז דער רמב"ם זאל זאגן דא עפעס א גרויסע חידוש.
דער רמב"ן על התורה האט אבער גוט אפגעלערנט דעם רמב"ם. דער רמב"ן זעט אז דער רמב"ם זאגט נישט אז מ'ברענגט דאס וואס עס טראפט פון די עצי הקטף, נאר מ'ברענגט די עצי הקטף אליינס!
לכאורה אנדערש ווי עס שטייט אין א אפענע ברייתא!
זאגט דער רמב"ן אז דער רמב"ם האלט, אז דא איז דא א מחלוקת צווישן תנא קמא און ר' שמעון בן גמליאל. ר' שמעון בן גמליאל האלט אז "נטף" וואס שטייט אין פסוק מיינט גאר די האלץ אליינס, נישט דאס וואס עס טראפט אראפ. און דאס מיינט ער צו זאגן "הצרי אינו אלא *שרף* הנוטף מעצי הקטף, דאס איז נישט דער "נטף" אליינס. און שרף איז נישט דער זאך אליינס. ממילא לשיטת רבן שמעון בן גמליאל ברענגט מען נישט קיין צרי פאר די קטורת, נאר די עצי הקטף אליינס. און אזוי פסק'נט טאקע דער רמב"ם, כשיטת רבן שמעון בן גמליאל.
דער כסף משנה משנה ברענגט צו דעם רמב"ן און דינגט זיך אויף איהם. ער פרעגט, מהיכי תיתי אז מ'קען נישט אריינלייגן דעם זאפט אין די קטורת? ועוד, די אנדערע צוויי "חלבנה" מיט "לבונה" זענען אויך נישט די זאך אליינס נאר א געוויסע זאפט. ממילא לערנט ער אנדערש אפ וואס רבן שמעון בן גמליאל זאגט. עס איז נישט קיין שום מחלוקת צווישן תנא קמא און רבן שמעון בן גמליאל, רבן שמעון בן גמליאל קומט נאר מפרש זיין אז דו זאלסט זיך נישט טועה זיין און מיינען אז "צרי" מיינט אזא מעדיצינישער זאלב אזוי ווי עס שטייט "הצרי אין בגלעד", דערפאר זאגט רבן שמעון בן גמליאל אז ניין, צרי איז דער שרף פון די עצי הקטף. און סיי לויטן תנא קמא סיי לויט רבן שמעון בן גמליאל לייגט מען אריין דעם שרף הנוטף, [און בלשון הרמב"ם וועט מען זיך דארפן אביסל דוחק זיין.]
נאך א וועג זאגט דער כסף משנה, אז דער תנא קמא און רבן שמעון בן גמליאל קריגן זיך יא. לויט ביידע לייגט מען אריין "צרי" אין די קטורת. לויטן תנא קמא איז צרי דער האלץ אליינס. אבער לויט רבן שמעון בן גמליאל איז דאס נאר די זאפט וואס טראפט ארויס דערפון. זאגט רבן שמעון בן גמליאל "הצרי אינו" עס איז נישט ווי דו תנא קמא זאגסט אז עס איז דער האלץ אליינס, נאר "אלא שרף הנוטף מעצי הקטף", עס איז דער זאפט וועלכע טראפט ארויס פון די האלץ אבער נישט די האלץ אליינס.
און לפי זה האט דער רמב"ם ג'פסק'נט ווי דער תנא קמא.
עד כאן שיעור א'